@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
57 דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגלידער האבן געשיקט א בריוו צו סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען און צום FBI דירעקטאר קריסטאפער רעי אז זיי זאלן עפענען אן אויספארשונג אין די טויט פון די אל דזשאזירא זשורנאליסט, שירין אבו אקאדי, וועלכע האט געהאט אמעריקאנער בירגערשאפט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:חבר הכנסת ג'ידא רינאוי-זועבי פון די מרץ פארטיי האט געמאלדן אז זי זאגט זיך אפ פון די רעגירונג, לאזענדיג די קאאליציע מיט א מינאריטעט פון 59 זיצן און די אפאזיציע מיט 61.
די פאליטישע קריזיס אין ארץ ישראל איז דערווייל פאריבער, ווען די חבר הכנסת ג'ידא רינאוי-זועבי האט געמאלדן, נאך פארהאנדלונגען מיט לפיד, אז זי קומט צוריק אריין אין די קאאליציע, צוריקשטעלנדיג די קאאליציע צו 60.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
קורנעל האסאן סאיאד קודיארי, פון די איראנער רעוואלוציאנערישע גארד, איז געשאסן געווארן 5 מאל און אומגעברענגט געווארן זיצענדיג אין א קאר פארענט פון זיין הויז אין טערהאן, דורך 2 מענטשן וועלכע זענען געפארן אויף א מאטארביציקל.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען ווען ער איז געפרעגט געווארן צום ערשטן מאל איבער די פרישע מאנקיפאקס אויסברוך, זאגט אז ער ווייסט נאכנישט קיין סאך איבער דעם, אבער עס איז א זאך וואס יעדער זאל זיין באזארגט איבער דעם.
“They haven’t told me the level of exposure yet but it is something that everybody should be concerned about...”
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט די פרישע פראנצויזישע אויסערן מיניסטער, און דיסקוסירט וויאזוי די לענדער קענען שטיצן שוועדן און פינלאנד'ס זיך אנשליסן אין נאטא.
דאס קומט אין די צייט וואס טערקיי שאפט פראבלעמען פאר די 2 זיך צו אנשליסן אין נאטא.
באזונדער האט דער טערקישער פרעזידענט ערדואן נעכטן אפגעהאלטן געשפרעכן מיט די פירער פון די 2 לענדער, און צווישן אנדערע האט ער פארלאנגט אז שוועדן זאל אראפנעמען די וואפן עקספארט עמבארגא וואס זיי האבן ארויפגעשטעלט אויף טערקיי אין 2019.
דאס קומט אין די צייט וואס טערקיי שאפט פראבלעמען פאר די 2 זיך צו אנשליסן אין נאטא.
באזונדער האט דער טערקישער פרעזידענט ערדואן נעכטן אפגעהאלטן געשפרעכן מיט די פירער פון די 2 לענדער, און צווישן אנדערע האט ער פארלאנגט אז שוועדן זאל אראפנעמען די וואפן עקספארט עמבארגא וואס זיי האבן ארויפגעשטעלט אויף טערקיי אין 2019.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די וואל סטריט זשורנאל באריכטעט אז די פענטאגאן באטראכט די מעגליכקייט פון שיקן אמעריקאנער ספעציעלע קרעפטן קיין קיעוו צו באוואכן די ארטיגע פריש געעפענטע אמעריקאנער אמבאסאדע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
בעלגיע, וועלכע האט שוין באשטעטיגט 4 פעלער פון די מאנקיפאקס ווירוס, איז די ערשטע לאנד צו איינשטעלן אן 21 טאג'יגע קוואראנטין פאר אנגעשטעקטע מיט די ווירוס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
5 זענען אומגעקומען און הונדערטער טויזנטער זענען אן עלעקטריציטעט, נאך שווערע רעגן שטורעמעס וועלכע האבן זיך אראפגעלאזט אין קיובעק און אנטעריא, קאנאדע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אין אנדערע בעיבי פארמולע נייעס: 3 מענטשן פון פלארידע זענען פאראורטיילט געווארן צו 18 יאר טורמע, נאך וואס זיי האבן ארויסגעשווינדלט פון אמעריקאנער פירמעס בעיבי פארמולע און נאך רעגולירטע פראדוקטן אין ווערד פון איבער 100 מיליאן דאלער.
אנגעבליך האבן זיי עס געזאלט שיקן און פארקויפן אין אויסלאנד, אבער האבן עס אין פאקט פארקויפט אין אמעריקע, צווישן די יארן 2013 און 2018.
די 3 האבן באשולדיגט די "טראקער טיפשים וועלכע האבן ערוועלט דאנעלד טראמפ" אין דאס וואס מען האט געכאפט זייער שווינדל.
אנגעבליך האבן זיי עס געזאלט שיקן און פארקויפן אין אויסלאנד, אבער האבן עס אין פאקט פארקויפט אין אמעריקע, צווישן די יארן 2013 און 2018.
די 3 האבן באשולדיגט די "טראקער טיפשים וועלכע האבן ערוועלט דאנעלד טראמפ" אין דאס וואס מען האט געכאפט זייער שווינדל.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:פרעזידענט ביידען האט איינגעשטעלט די 'פארטיידיגונגס פראדוקציע אקט' צו ארויסהעלפן מיט די בעיבי פארמולע מאנגל אין לאנד.
אזוי אויך האט ביידען געמאלדן א פרישע אפעראציע גערופן 'פליי פארמולע', וואס וועט זיין געשטעלט צו פארשנעלערן דאס אימפארטירן פארמולע קיין אמעריקע.
א מיליטערישע פליגער מיט 78,000 פונט בעיבי פארמולע האט היינט געלאנדעט אין אינדיאנאפאליס, די ערשטע אין א רייע וועלכע אימפארטירן פארמולע פון אייראפע, אלס טייל פון פרעזידענט ביידענ'ס אפעראציע 'פליי פארמולע'.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:דער ערשטער רוסישער סאלדאט וועלכע איז אנגעקלאגט געווארן אויף קריגס פארברעכן, האט זיך דערקלערט שולדיג אין ערמארדן א ציווילער אומבאוואפענטער 62 יעריגער מאן.
ער קען אויסשטיין לעבנסלענגליכע טורמע.
דער 21 יעריגער רוסישער סאלדאט איז געפונען געווארן שולדיג, און איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע.
די קרעמלין האט געזאגט אז זיי זענען באזארגט, און זיי קוקן אריין אין אפציעס צו פארטיידיגן דעם סאלדאט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דורכאויס א דזשוינט פרעסע קאנפרענס מיט דעם יאפאנעזישער פרעמיער מיניסטער אין טאקיא, האט פרעזידענט ביידען ווען ער איז געפרעגט געווארן דורך א רעפארטער, געזאגט אז אמעריקע איז גרייט צו באשיצן טייוואן מיליטעריש, אויב זאל כינע זיי אינוואדירן.
די ווייסע הויז אין א סטעיטמענט האט קלארגעשטעלט אז די אמעריקאנע אפיציעלע פאזיציע איבער כינע און טייוואן האט זיך נישט געטוישט.
די ווייסע הויז אין א סטעיטמענט האט קלארגעשטעלט אז די אמעריקאנע אפיציעלע פאזיציע איבער כינע און טייוואן האט זיך נישט געטוישט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
7 זענען אומגעקומען, און 4 פעלן, נאך וואס א פייער האט אויסגעבראכן אויף א פערי שיף מיט איבער 100 פאסאזשירן אין די פיליפינען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס זאגט אז ער איז אפן צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2024, זאגענדיג 'מיר וועלן גיין וואו מיר ווערן גערופן'.
דאס קומט אין די צייט וואס מייק פענס וועט היינט ארום גיין קאמפיינען מיט דזשארדזשע גאווערנער ברייען קעמפ, וועם טראמפ פרובירט ארויסצושטויסן.
א טראמפ ווארטזאגער האט געזאגט אז פענס "פרובירט צו נאכלויפן זיין פארלוירענע רעלעוואנס"...
דאס קומט אין די צייט וואס מייק פענס וועט היינט ארום גיין קאמפיינען מיט דזשארדזשע גאווערנער ברייען קעמפ, וועם טראמפ פרובירט ארויסצושטויסן.
א טראמפ ווארטזאגער האט געזאגט אז פענס "פרובירט צו נאכלויפן זיין פארלוירענע רעלעוואנס"...
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א רוסישער דיפלאמאט צו די UN האט רעזיגנירט אין ליכט פון די אינוואזיע אויף אוקריינע, שרייבענדיג אז ער איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי פארשעמט מיט זיין לאנד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
נאך 15 יאר אפערירן אין רוסלאנד, האט סטארבאקס געמאלדן אז זיי פארלאזן גענצליך רוסלאנד, און וועלן פארמאכן זייערע 130 געשעפטן, צוליב די אינוואזיע אויף אוקריינע. זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן ווייטער באצאלן פאר די ארום 6,000 ארבעטער, פאר די קומענדיגע 6 חדשים.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דער הויפט פון די אוקריינישע מיליטערישע שפיאנאזש זאגט אז פוטין האט איבערגעלעבט אן אומגעלונגענע אטענטאט, וועלכע איז אנגעבליך פארגעקומען ארום 2 מאנאטן צוריק אין די קאווקאזן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ווייניגסטנס 7 מענטשן זענען אומגעקומען, און צענדליגער זענען פארוואונדעט געווארן ווען א 10 שטאקיגע געביידע, וועלכע האט געהאלטן אינמיטן געבויט ווערן, אבער די אונטערשטע שטאקן זענען שוין געווען אפן, איז צוזאמעגעפאלן אין אבאדאן, איראן. זוכערייען זעצן פאר נאך איבערלעבער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
באריכטן געבן אן אז די עירפארס קארגא פליגער, וועלכע טראגן האוויצערס און אמוניציע קיין אייראפע, ווערן אנגעפילט מיט בעיבי פארמולע אויף זייער וועג צוריק קיין אמעריקע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א זיכערהייט וועכטער איז אומגעקומען אין די קאטאר אמבאסאדע אין פאריז, נאכן ווערן געפאָנטשט דורכאויס א געפעכט מיט איינעם וועלכע איז אריינגעקומען אין די אמבאסאדע.
איינער איז ארעסטירט געווארן אויפן ארט, און פראנצויזישע אויטאריטעטן האבן געעפענט אן אויספארשונג.
איינער איז ארעסטירט געווארן אויפן ארט, און פראנצויזישע אויטאריטעטן האבן געעפענט אן אויספארשונג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די ניו יארקע פאליציי האט ארויסגעלייגט א בילד פון דעם פארדעכטיגטן מערדער, וועלכער האט געעפענט פייער נעכטן זונטאג אויף א ניו יארקער סאבוועי Q באן, און דערשאסן צום טויט אן 48 יעריגער מאן וועלכער האט געארבעט אין גאלדמאנ'ס סאקס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די CIA האט געמאלדן אז זיי באעהרן 2 אפיצירן וועלכע זענען אומגעקומען דורכאויס זייער ארבעט, אבער די דעטאלן ארום זייער טויט איז קלאסיפיצירט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פענסילוועניע רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט, דעיוו מעקקאָרמיק, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין אן ארטיגע געריכט אפצוהאלטן קאונטיס פון דיסקוואליפיצירן שטים צעטלעך וואס זענען אריינגעשיקט געווארן דורך די פאסט און זענען אנגעקומען אין צייט, אבער פארמאגן נישט קיין האנט געשריבענע דאטום אויפ'ן קאנווערט אינדרויסן ווי די אפיציעלע רעגולאציעס פארלאנגן, אנגעבנדיג אז נאך אלעם פארמאגן אלע קאנווערטן א שטעמפל אז זיי זענען אנגעגעבן געווארן אין צייט, און עס איז נישטא קיין פארדאכטן אויף פעלשונגען.
מעקקאָרמיק'ס אנקלאגע איז באזירט אויף אן אורטייל פון פארגאנגענע וואך דורך די פעדעראלע 3'טע סירקוט אפעלאטן געריכט, וועלכע זאגט אז אזעלכע שטימען מוזן געציילט ווערן, און אויך טענה'ט ער אז אפילו די פענסילוועניע סופרים קאורט וועלכע האט מיט א צייט צוריק געאורטיילט אז שטימען דורך די פאסט איז נישט אויסגעהאלטן לויט די סטעיט'ס קאנסטיטוציע, האט אבער גלייכצייטיג קלארגעשטעלט אז מען קען נישט דיסקוואליפיצירן א שטימע נאר צוליב וואס עס פעלט א האנט געשריבענע דאטום.
מעקקאָרמיק'ס אנקלאגע איז באזירט אויף אן אורטייל פון פארגאנגענע וואך דורך די פעדעראלע 3'טע סירקוט אפעלאטן געריכט, וועלכע זאגט אז אזעלכע שטימען מוזן געציילט ווערן, און אויך טענה'ט ער אז אפילו די פענסילוועניע סופרים קאורט וועלכע האט מיט א צייט צוריק געאורטיילט אז שטימען דורך די פאסט איז נישט אויסגעהאלטן לויט די סטעיט'ס קאנסטיטוציע, האט אבער גלייכצייטיג קלארגעשטעלט אז מען קען נישט דיסקוואליפיצירן א שטימע נאר צוליב וואס עס פעלט א האנט געשריבענע דאטום.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דרום קארעא באריכט אז זיי האבן געדארפט ארויסשיקן קאמפס פליגער צו פארטרייבן 4 רוסישע און 4 כינעזע מיליטערישע פליגער וועלכע זענען אריינגעקומען אין זייער לופט פארטיידיגונגס זאנע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אטורני דזשענעראל גארלענד האט ארויסגעגעבן פרישע יוסטיץ דעפארטמענט פאליסיס פאר פעדעראלע אגענטן ווען צו נוצן קראפט. צווישן אנדערע הייסט עס פעדעראלע אגענטן זיך צו אריינמישן אויב זיי זעהן לאקאלע אפיצירן באגייען זיך ווילד.