@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א סטודענט פון די בראנקס איז ארעסטירט געווארן און שטייט אויס 304 קלאגעס, נאך וואס ער האט פארקויפט א גרויסע צאל וואפן און קוילן מאגאזינען פאר א געהיימע ניו יארקער פאליציאנט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:ברעיקינג: סופרים קארט ריכטער ברייער וועט רעטייערן.
דאס וועט געבן פאר ביידען א שאנס צו שטעלן א פרישע ריכטער אינעם סופרים קארט.
אפציעלע רעטייערמענט בריוו וואס סופרים קאורט ריכטער ברייער האט איבערגעגעבן פארן פרעזידענט:
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען יעצט ביי א פרעסע קאנפערענץ מיט ריכטער ברייער באשטעטיגט אז ער וועט נאמינירן אן אפריקאנער אמעריקאנער פרוי פארן סופרים קאורט.
אויך האט ער געזאגט אז ער וועט מעלדן זיין נאמינאציע נאך בעפאר ענדע פעברואר.
ווידעא
אויך האט ער געזאגט אז ער וועט מעלדן זיין נאמינאציע נאך בעפאר ענדע פעברואר.
ווידעא
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פוילן האט געמאלדן אז זיי האבן אנגעהויבן בויען א מעטאלענע צוים אויף 115 מייל פון זייער גרעניץ מיט בעלארוס, אין ליכט פון די פליטים קריזיס וואס פוילן און די אייראפעישע פאראיין באשולדיגן בעלארוס דערין.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די געזונטהייט מיניסטעריום אין שוועדן האט געמאלדן אז זיי רעקאמענדירן נישט צו געבן א קאוויד וואקסין שאט פאר קינדער צווישן 5-12, זאגענדיג אז די בענעפיטן דערפון זענען ווייניגער פון די ריזיקעס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל מיט א סטעיטמענט איבער די רעטייערמענט פון ריכטער ברייער. צווישן אנדערע בעט ער דעם פרעזידענט נישט ארויס צו געבן די באשלוס איבער די נאמינאציע פאר די ראדיקאלע לינקע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
לינקע קאנגרעספרוי קארי בוש'ס קאר איז באטראפן געווארן פון א שיסעריי. זי איז נישט געווען אינעם קאר בשעת די אינצידענט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די אייראפעאישע פאראיין דראג רעגעלאטור האט געגעבן אן ערלויבעניש פאר די פייזער קאוויד פיל פאר ערוואקסענע מיט העכערע ריזיקעס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן א פרישע טרעוול עדווייזערי נישט צו רייזן צו די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן צוליב די לעצטערע דראון און מיסיל אטאקעס דארטן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
3 פאליציי אפיצירן זענען געשאסן און פארוואונדעט געווארן אין טעקסאס, און דער שיסער איז אנטלאפן פון די סצענע.
דעטאלן זענען דערווייל אומקלאר.
דעטאלן זענען דערווייל אומקלאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ווייסע הויז סטעיטמענט איבער די געשפרעך וואס פרעזידענט ביידען האט היינט אפגעהאלטן מיטן אוקריינישער פרעזידענט, זאלענסקי, איבער די אנגעצויגענע סיטואציע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די ווייסע הויז לייקענט אפ באריכטן פון CNN אז די טעלעפאן געשפרעך צווישן ביידען און זאלענסקי איז געווען היציג.
צווישן אנדערע איז באריכטעט געווארן אז ביידען האט געזאגט אז 'אוקריינע זאל זיין גרייט פאר אימפאקט' און אז 'קיעוו קען זיין דערנאך'.
באריכט פון CNN:
צווישן אנדערע איז באריכטעט געווארן אז ביידען האט געזאגט אז 'אוקריינע זאל זיין גרייט פאר אימפאקט' און אז 'קיעוו קען זיין דערנאך'.
באריכט פון CNN:
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:3 פאליציי אפיצירן זענען געשאסן און פארוואונדעט געווארן אין טעקסאס, און דער שיסער איז אנטלאפן פון די סצענע.
דעטאלן זענען דערווייל אומקלאר.
נאך עטליכע שעות וואס דער שיסער האט זיך באריקאדירט אין א הויז, האבן די פאליציי אים באוויזן צו ארעסטירן, און ער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב א וואונד וואס ער האט באקומען דורכאויס די פייער אויסטויש מיט די פאליציי.
די 3 פאליציאנטן וועלכע זענען געשאסן געווארן זענען געווען אין א געיעג נאך אים, און ווען זיין קאר האט געקראכט, איז ער ארויסגעקומען און אנגעהויבן שיסן אויף די פאליציי. אלע 3 אפיצירן זענען אין א סטאבילע צושטאנד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:סייענטיסן האלטן אן אויג אויף א פרישע אמיקראן סוב-וואריאנט, גערופן BA.2.
די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע זאגט אז מען דארף נישט זיין באזארגט, ווייל טראץ וואס איבער 40 לענדער האבן שוין געזעהן פעלער פון דעם וואריאנט, זעהט אבער נישט אויס ווי עס זאל זיין מער שעדליך אדער מער פארשפרייטבאר ווי די ארגינעלע אמיקראן וואריאנט.
ניו יארק האט באשטעטיגט 4 פעלער פון די נייע אמיקראן BA.2 וואריאנט, וועלכע איז שווערער אויפצוכאפן. סייענטיסן זאגן נאכאלץ אז די וואריאנט איז נישט באזארגענד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די לופטפעלד אין באגדאד, איראק, איז באטראפן געווארן מיט אמווייניגסטנס 6 ראקעטן. די ראקעטן זענען אראפגעשאסן געווארן און געפאלן נעבן די ראנוועי, און איין פליגער איז געשעדיגט געווארן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
יעקב ליצמאן, לאנגיעריגער חרדישער פאליטיקאנט און גורער פארשטייער אין די אגודת ישראל פארטיי, איז איינגעגאנגען אויף א פלי דיעל מיטן אטוירני דזשענעראל אביחי מאנדלבליט, אין וועלכע ער דערקלערט זיך שולדיג אין אויסנוצן זיין פאזיציע אלס געזונטהייט מיניסטער פאר פערזענליכע צוועקן, און נאך אנדערע קלאגעס ווי שוחד.
לויטן דיעל וועט ער צאלן א סימבאלישע 3000 שקל קנס און מילדע ארעסט וואס ער וועט ווארשיינליך איינטוישן פאר ציווילע סערוויס. אין אויסטויש וועלן עטליכע הארבערע קלאגעס, אריינגערעכענט די הויפט אנקלאגע פון שטערן אן אויספארשונג אפגעלאזט ווערן.
לויטן דיעל וועט ער צאלן א סימבאלישע 3000 שקל קנס און מילדע ארעסט וואס ער וועט ווארשיינליך איינטוישן פאר ציווילע סערוויס. אין אויסטויש וועלן עטליכע הארבערע קלאגעס, אריינגערעכענט די הויפט אנקלאגע פון שטערן אן אויספארשונג אפגעלאזט ווערן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א בריק איז צוזאמגעפאלן אין פיטסבורג, פענסילוועניע, עטליכע שעות בעפאר פרעזידענט ביידען וועט קומען אהין געבן א רעדע איבער די אינפראסטרוקטור ביל.
10 מענטשן זענען לייכט פארוואונדעט געווארן, און 3 פון די האבן געדארפט אנקומען אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.
10 מענטשן זענען לייכט פארוואונדעט געווארן, און 3 פון די האבן געדארפט אנקומען אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
טויזענטער ניו יארקער פאליציאנטן באטייליגן זיך ביי די באגרעבעניש צערעמאניע פארן פאליציי אפיציר וועלכע איז אומגעברענגט געווארן פארגאנגענע וואך אין הארלעם.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א געריכט אין פענסילוועניע האט געאורטיילט אז די ארטיגע מעיל-אין וואוטינג געזעצן פון די פארגאנגענע וואלן, האבן פארלעצט די סטעיט'ס קאנסטיטוציע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
נייער ווירדזשיניע אטוירני דזשענעראל האט געזאגט אז פובליק קאלעדזשעס קענען נישט איינשטעלן קיין וואקסין מאנדאט אלס א תנאי זיך צו איינשרייבן אדער צו אנטיילנעמען פערזענליך אין קאלעדזש.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דער כינעזער אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע שטאטן האט געווארענט אז 'אויב וועט טייוואן ווייטער אראפ גיין דעם וועג צו זעלבסטשטענדיגקייט, וועט זיך עס ווארשיינליך ענדיגן אין א מיליטערישע קאנפליקט צווישן כינע און אמעריקע'.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אוקריינער פרעזידענט זעלענסקי זאגט אז די מידיע מאכט אָן אַן אומזיסטע פאניק, און מאלט אראפ א פאלש בילד פון די סיטואציע.
אין אנדערע נייעס האט דער רוסישער אויסערן מיניסטער לאווראוו געזאגט פאר לאקאלע ראדיא סטאנציעס אינעם ראיאן, אז אויב זאל עס זיין אנגעוואנדן אין רוסלאנד וועט נישט זיין קיין קריג, ווייל רוסלאנד איז נישט אינטערעסירט אין קיין קריג.
אין אנדערע נייעס האט דער רוסישער אויסערן מיניסטער לאווראוו געזאגט פאר לאקאלע ראדיא סטאנציעס אינעם ראיאן, אז אויב זאל עס זיין אנגעוואנדן אין רוסלאנד וועט נישט זיין קיין קריג, ווייל רוסלאנד איז נישט אינטערעסירט אין קיין קריג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
גאווערנער האוקול האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי אנגעהויבן היינט 8 אזייגער, אין ליכט פון א מאסיווע בליזארד שניי שטורעם וואס איז ערווארטעט אנצופאלן דעם ראיאן דעם שבת.
ניו דזשערסי האט אויך דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי אין ליכט פון די שטורעם.
ניו דזשערסי האט אויך דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי אין ליכט פון די שטורעם.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
רעפובליקאנע קאנגרעספרוי, עשלי הינסאן פון אייאווא, האט פארגעשלאגן א געזעץ צו פארבאטן צו נוצן פעדעראלע געלטער צו טראנספארטירן אומלעגאלע אימיגראנטן ארום דאס לאנד, אין ליכט פון די לעצטיגע ערשיינונג ווי די ביידען אדמיניסטראציע טראנספארטירט טויזענטער אומלעגאלע אימיגראנטן פון גרעניץ שטאטן מיט אומ-אידענטיפיצירטע פליגער אין די טונקלקייט פון די נאכט און שפרייט זיי אויס איבערן גאנצן לאנד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:אידישליך האט געשריבן:אן אמעריקאנער נעיווי F-35 פליגער האט געהאט אן עקסידענט בשעת'ן לאנדן אויף די 'קארל ווינסאן' עיר קרעפט קעריער, אין די דרום כינע וואסערן.
דער פילאט האט זיך ארויסגעראטעוועט פונעם פליגער, און 7 מאטראזן זענען פארוואונדעט געווארן, אלע אין א סטאבילע צושטאנד.
די נעיווי פרובירט צו טרעפן די סאפיסטיקירטע F-35C סטעלט פליגער וועלכע האט געקראכט אין די דרום כינע וואסערן, בעפאר די כינעזע רעגירונג לייגט א האנט דערויף.
די נעיווי האט היינט באשטעטיגט אז עטליכע בילדער און ווידעאוס וועלכע האבן צירקולירט זענען טאקע אמת און פון דעם אינצידענט.