משפט סמאלעט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ברוכים הבאים!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשאסי סמאלעט איז א פראמינעטע אפריקאנע אמעריקאנע אקטיוויסט פאר געמיינע צוועקן וועלכע האט אנהויב 2019 למספרם אויפגעשטורעמט דאס לאנד ביים באריכטן אז ער איז געקומען אונטער אטאקע דורך צוויי ווייסע מענער ביים פארלאזן א סאבוועי רעסטוראנט אין א פראסטיגע שפעטע נאכט

די פארמאסקירטע אטאקירער האבן אים אנגעבליך שווער צושלאגן און אנגעגאסן מיט א באטל בליעטש און ארומגענומען זיין האלז מיט א שטריק און געשריגן פרא טראמפ סלאגאנען באגלייט מיט ראסיסטישע אויסדרוקן

די אנגעבליכע אטאקע האט געפירט צו א פלוס פון סטעיטמענטס פון מערערע פאליטיקאנטן אריינגערעכנט ביידען און העריס צו פארדאמען די העסליכע אטאקע און די אינצידענט איז באצייכנט געווארן אלץ א האסע געטריבענע פארברעכן

צוביסלעך האבן צווייפלען אנגעהויבן צירקולירן אויף סאושעל מידיא איבער די דעטאלן ארויסגעשטעלט דורך סמאלעט אבער דער לעצטער האט זיך שטאנדהאפטיג פארטיידיגט זאגנדיג אז זיין געשיכטע איז קראנט און אז ער קאמיוניקירט מיט לאו ענפארסמענט

עווענטועל האבן די פאליציי באשטעטיגט אז סמאלעט זעלבסט האט ארקעסטרירט און קאארדאנירט די אטאקע און געדונגען צוויי אפשטאמיגע פון ניגעריע אויסצופירן די שפיל אטאקע און די שיקאגאו פאליציי האבן אנדעקט מאטריאל פארבונדן צו די אטאקע אין די היימען פון די צוויי פארשוינען

די ווערסיע איז געווארן באשטעטיגט דורך צוויי ברידער וועלכע האבן געארבעט אינאיינעם מיט סמאלעט אויף א טעלוויזיע שאו וועלכע האבן עס פעסטגעשטעלט פאר די פאליציי וועלכע האט זיי אויסגעפארשט און זיי האבן באשטעטיגט אז זיי האבן דורכגעפירט די אטאקע פאר די פרייז פון 3500 דאלער

סמאלעט איז געווארן אנגעקלאגט מיט 16 פעלאני קאונטס אריינגערעכנט ליגן זאן פאר די פאליציי איבער די אינצידענט אבער די קאונטי'ס העכסטע פראקוראר האט זיך רעקיוזד פון די קעיס און איר אפיס האט שפעטער ארויסגעצויגן די קלאגעס

א ריכטער האט דאן געשטעלט א ספעציעלע פראקוראר אויסצפארשן די קעיס און אין 2020 למספרם האט א גרענד דזשורי אנגעקלאגט סמאלעט מיט 6 פעלאני קלאגעס

עטליכע מאנאטן דערויף האט סמאלעט געגעבן אן אינטערוויו און אראפגעריסן די קלאגעס זאגנדיג אז עס זענען פארהאן עדות וועלכע האבן געזעהן אז די אטאקירער זענען יא געווען ווייסע און דאס באשטעטיגט זיין ווערסיע פון די אינצידענט

סמאלעט האט אויך אוועקגעמאכט די הודאה פון די צוויי ברידער זאגנדיג אז עס איז געקומען נאך לאנגע שטונדן פון אינטענסיווע שווערע אויספארשונגען און אז זיי האבן עס ארגינעל נישט געזאגט נאר ערשט ביים ענדע פון די אויספארשונג געטוישט זייער געשיכטע

סמאלעט האט זיך דערקלערט אומשולדיגט און די דזשורי סעלעקציע האט זיך נארוואס אנגעהויבן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 1:44 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ווארט מיר מיט שפאנונג
אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבח ארואל »

אנגעטון די סיטבעלטס, ייש"כ הבל!
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

וואס ווארט עם אויב שילדיג ?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

שבח ארואל האט געשריבן:אנגעטון די סיטבעלטס, ייש"כ הבל!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די צוויי אסענדעירא ברידער וועלכע האבן מודה געווען און אדורכפירן די אטאקע שפיל זענען אבימבאלע און אלעבינדזשא און זענען ערווארטעט אויפצוטרעטן אינעם פראצעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוויסע גרייזיגע דעטאלן זענען פארראכטן געווארן אינעם כראנאלאגיע פונעם קעיס

א רעקאמענדאציע פאר די וועלכע האבן שוין פארכאפט צו לעזן עס איבערצולויפן און זיין אקוראט מיט די פרטים
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אינטערעסאנט!

איז אזוי הארב מיטן ליגנט זאגן פאר פאליציי? וואס ערווארט אים אויב שולדיג?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

Borrower האט געשריבן:וואס ווארט עם אויב שילדיג ?
ממה נפשך האט געשריבן:וואס ערווארט אים אויב שולדיג?

אויף די ביכער איז דא א אפציע פון ביז דריי יאר טורמע.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

הכל הבל האט געשריבן:אבימבאלע און אלעבינדזשא
איך מיין איך קען די ניגון פון ערגעץ...
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

א דאנק הבל
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

ר' זעקל האט געשריבן:א דאנק הבל
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

ווען איז די מעשה געשעהן?
איז דא ווידיאו אדער אנדערע פראף וואס ער האט געוויזן פאר די פאליציי זיי זאלן בכלל טראכטן אז די מעשה איז אמת? אפשר דמיוןט ער אויף כוחות?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סמאלעט ערשינען אין געריכט היינט אינדערפרי

זיין אדוואקאט הייסט נעניע יוטשע
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 6:03 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

Subscribed
א דאנק הבל.
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

דער הימלישע איד האט געשריבן:ווען איז די מעשה געשעהן?
איז דא ווידיאו אדער אנדערע פראף וואס ער האט געוויזן פאר די פאליציי זיי זאלן בכלל טראכטן אז די מעשה איז אמת? אפשר דמיוןט ער אויף כוחות?

עס איז דא עווידענס אז ער האט אונטערגעשטעלט די גאנצע זאך.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דער הימלישע איד האט געשריבן:ווען איז די מעשה געשעהן? יאנואר 2019
איז דא ווידיאו אדער אנדערע פראף וואס ער האט געוויזן פאר די פאליציי זיי זאלן בכלל טראכטן אז די מעשה איז אמת? אפשר דמיוןט ער אויף כוחות? כאניש געזעהן אז סיי ווער זאל לייקענען אז די אטאקע איז פאקטיש פארגעקומען. די פראגע איז נאר צו ער האט נישט אונטערגעשטעלט די אטאקע אויף די אייגענע האנט און אזוי ארום פארפירט לאו ענפארסמענט

האקט אריין...
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

דוכט זיך אז זיי האבן געוויזן די טשעק וואס זיי האבן באקומען פון אים, מיט זיין נאמען און אונטערשריפט.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:ווען איז די מעשה געשעהן? יאנואר 2019
איז דא ווידיאו אדער אנדערע פראף וואס ער האט געוויזן פאר די פאליציי זיי זאלן בכלל טראכטן אז די מעשה איז אמת? אפשר דמיוןט ער אויף כוחות? כאניש געזעהן אז סיי ווער זאל לייקענען אז די אטאקע איז פאקטיש פארגעקומען. די פראגע איז נאר צו ער האט נישט אונטערגעשטעלט די אטאקע אויף די אייגענע האנט און אזוי ארום פארפירט לאו ענפארסמענט

האקט אריין...

שכח
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער דזשעימס לין פארפיגט אויפן קעיס
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער דזשעימס לין פארפיגט אויפן קעיס

אפוינטעט ביי?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ריכטער דזשעימס לין פארפיגט אויפן קעיס

אפוינטעט ביי?

ער איז א קאונטי ריכטער

נישט קיין סטעיט אדער פעדעראלע ריכטער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

6 דזשורארס שוין געזעצט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער לין וויל נאך היינט האבן א פארטיגע דזשורי און אנהויבן מיט עדות פרעזענטאציע

ער זוכט א שנעלע פראצעס און איז גרייט צו האלטן די געריכט אפן ביז אריין אין די אוונט שטונדן עס צו דערגרייכן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”