Wow a1 האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן:דייטשלאנד -פאר יעצט- שליסט אויס דאס ליפערן וואפנס קיין אוקריינע.
עס קוקט אויס ווי דייטשלאנד איז פרא ראסלאנד, ניין?
טעד קראז איז דאך יא גערעכט....
קרוז? וועלקאם עבאורד, די תורה שרייבט שוין כי השוחד יעור, די גאנצע יעצטיגע פראבלעם האט זיך אנגעהויבן מיטן נאכגעבן די פייפליין פאר די רוסקיס, אין מיינע אויגן איז דאס די גרעסטע אנזעץ פון די ביידען אדמיניסטראציע אין לאנג טוירם, די תירוץ ביז יעצט איז געווען אז מען גייט גאר נוצן די פייפליין צו סטראשענען פוטין אז אויב גייט ער אריין אין אוקריינע גייט דייטשלאנד אפשטעלן די פייפליין, אבער לויט די יעצטיגע רעספאנד פון דייטשלאנד סיי מיטן נישט מיטשטיין מיט די איבריגע מערב וועלט צו שיקן וואפן און סיי מיטן אפהאלטן אנדערע לענדער פון שיקן דייטשע געווער איז די שאנסן אז די דייטשן זאלן אפהאלטן די פייפליין צוליב א אינוואזיע שטארק געפאלן, און אויב גייען זיי עס שוין יא אפשטעלן גייט עס לכאורה צוריק ווערן געעפענט נישט צופיל שפעטער זיי וועלן שוין טרעפן עפעס א תירוץ.
אמעריקע האט שוין דערלייגט די מלחמה, די מיליטער איז שוין גארנישט ווערט נאך וואס ביידען האט פאר א גוט יאר שוין געלאזט וויסן פאר פוטין אז ער נעמט ניטאמאל אין קאנסידירעשאן אריינצושיקן טרופס, די אמעריקאנער אליאירטע זענען שוין אויך נישט צופיל ווערט נאך וואס ביידען האט אפראווד די פייפליין אין מיט דעם דערלייגט א נאנטע אליאירטע דייטשלאנד און עקסטער געשטויסן אוקריינע וואס דערלייגט פון די פייפליין.