ישראל_הלוי האט געשריבן:פיינענשעל טיימס: אוקריינע האט ערהאלטן גאר קראנטע שפיאנאזש אז די רוסן פלאנען א באלדיגע פרישע אפענסיווע אין די דאנבאס אין די קומענדיגע 10 טאג.
סשטימט אביסל
די אוקריינער גייען לכאורה לויט ווי סזעהט אויס ארויסגיין אין די נעקסטע חודש צוויי אין זייער קאנטער אפענסיווע, די שווערע ברעדליס וועלן לכאורה זיין א חורבן אין די פרילינג מאראסטן, סאיז מסתבר אז די יעצטיגע אפענסיווע וועט באשטיין פון לעמפערטס אין שפיץ מיט די ברעדליס אלץ משרתים און טאקע גאנץ אין קורצן, סאו די רוסן ווילן פארלויפן דעם וועג פאר די אוקריינער.
סאיז בלויז מיינע סברות אבער מיך דוכט זיך אז אין די נעקסטע חודש-צוויי גייען קומען ערנסטע אנטוויקלונגען אויפן פראנט, מכאפט זיך נישט ווי נאנט די אוקריינער זענען אין זיך ארויסלאזן אין זייער מאסיווע קאנטער אפענסיווע, לענ”ד זענען שוין די אוקריינער פון לאנג טרענירט צו אפערירן די לעמפערטס און די ברעדליס.
לאמיר זעהן וואס וועט זיין..