פעיק ניוז האט געשריבן:עס וואלט געסאונדט היבש לוזעריש, אויב פוטין זאל אינוואדירן אוקריינע און דערנאך ארויספיצן פון דארט. אולי וועט ער אראפווארפן די רעגירונג און שטעלן א נייע פאפעט רעגירונג און דארט לאזן א צאל טרופן וועלכע וועלן זיכער מאכן אז די רעגירונג פארט אין איינקלאנג מיט זיינע קאפריזן. הגם אזא פלאן וואלט אויך געפירט צו גורילע קאמפן, אבער עטליעסט וועט עס זיין די נייע רעגירונג וואס וועלן כאפן די קלעפ אנשטאט די רוסישע מיליטער.
דעס קענסטו נאר טוהן אין די מזרח שטחים פארוואס זאל פוטין אריינלייגן א פאפעט ווען די גאנצע זאך (אויך די מיליטער) איז קעגן דעם נאכדערצו ווען סגייט קומען געצווינגענערהייט?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס וואלט געסאונדט היבש לוזעריש, אויב פוטין זאל אינוואדירן אוקריינע און דערנאך ארויספיצן פון דארט. אולי וועט ער אראפווארפן די רעגירונג און שטעלן א נייע פאפעט רעגירונג און דארט לאזן א צאל טרופן וועלכע וועלן זיכער מאכן אז די רעגירונג פארט אין איינקלאנג מיט זיינע קאפריזן. הגם אזא פלאן וואלט אויך געפירט צו גורילע קאמפן, אבער עטליעסט וועט עס זיין די נייע רעגירונג וואס וועלן כאפן די קלעפ אנשטאט די רוסישע מיליטער.
דעס קענסטו נאר טוהן אין די מזרח שטחים פארוואס זאל פוטין אריינלייגן א פאפעט ווען די גאנצע זאך (אויך די מיליטער) איז קעגן דעם נאכדערצו ווען סגייט קומען געצווינגענערהייט?
איך בין מיט דיר. איך האב דאס געשריבן צו געבן סינעריאוס צו נקדימון'ס טעאריע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
#Canada- Canadian special forces operators have been deployed to #Ukraine amid rising tensions between the NATO military alliance and #Russia, Global News has learned. @globalnews
נקדימון האט געשריבן:עס הייסט אז רוסלאנד און בעלערוס וועלן דורכפירן געמיינזאמע טרענירונגען אין פאברואר.
רוסישע טרופן האבן שוין אנגעהויבן דערגרייכן בעלערוס זאגט דער סעקרעטאר פון די זיכערהייטס קאנסיל אלעקסאנדער וואלפאוויטש.
איך ווארט צו זעהן פאר א באשטעטיגונג איבער די טרופן אז זיי קומען פון די מזרח מיליטערישע דיסטריקט.
דאס מיינט אז טרופן נישט ווייט פון די גרעניץ מיט צפון קארעא.. קומען צו פארן טויזנטער קילאמעטער, טעג נאך טעג ביז בעלערוס! דאס איז עפעס נישט פשוט אין מיין אפיניען.
איך קלער אז די וואס גייען מיט די געדאנק אז רוסלאנד וועט 'סעטלען' פאר עפעס קליינלעך זאלן פריש 'ריעוועליועיטן' צו פוטין גייט סעטלען פאר עפעס ווייניגער ווי א לארדזש-סקעיל זאווארוכע.
לויט א גרופע פון באן שינעס ארבייטער אין בעלערוס האבן רוסישע קרעפטן אנגעהויבן אריינברענגן מיליטערישע עקוויפמענט דורך פיהר באזונדערע דורכגענג אריין קיין בעלערוס. לויט זיי וועט די טרענספערס נאך אנהאלטן עטליכע טעג.