ר' זעקל האט געשריבן:איך כאפ נישט וואס דו זאגסט.
וואס איך זאג איז אז ווי ס'זעהט אויס האט רוסלאנד באשלאסן צו שיקן א גריס פאר אמעריקע אז אויב הייבסטו מיר אן משוגע מאכן מיט מיינע שכינים וועל איך דיר מאכן קאפ וויי מיט דיינע שכינים.
ר' זעקל,
יש לו מנה זאגט בערך אז רוסלאנד קען נישט משוגע מאכען ווען ער האט נישט די קאאפעראציע פון רוב ווענוזעלע, ווי מדורא איז שיעור געפלויגען פון בענקעל, ער האט זיך געדארפט באהאלטען אין קובא ביז רוסלאנד אין איראן אין קובא האבען אריינגעשיקט סאלדאטען מאכען א שחיטה אים צירוק צישטעלען אויפן א בענקעל וואס הינקעט נאך עד היום,
משא"כ אייראפע ווי דער באפעלקערונג מיט די פירערשאפט (חוץ אפאר עף עס בי באצאלטע) פארלאנגען און קוקען ארויס אויף הילף פון די מערב וועלט
------
און איך וואלט עס געזאגט אנדערש
די זאגסט אז סקוקט אויס ווי רוסלאנד וויל מאכען פראבלעמען לעבען אמעריקע צי שיקען א מעסעזש
סאיז פונקט קאפויער,
ער האט דארט א אייזערנע גריפ די לעצטע 25 יאר ווי ער האט גענומען א אויל רייכע לאנד און איינגעשטעלט זיינע פאפעטס ער זאל קענען וואשען געלט האבען נאך א האב צי העקען און אריינברענגען חיזאבאלא זאל קענען אפערעטען פון דארט
(צי מסביר זיין די לעצטע ער האט זייער ליב צי זאגען אז מדארף אנקומען צי אים וועגען טעראר, ממילא בויעט ער אויף חיזאבאלא הייסט זיי -דורך איראן- ווען צי מאכען טעראר, נאכדעם קאלט ער אן אמעריקע זאגען "ווי כער דער איז ביג פראבלעם וויט חחיזאבאלא ווי קען כעלפ")
די וועג וויאזוי ער טוט עס אין סאוט אמעריקע (אין יוראפ ארבעט ער אביסעל אנדערש) ער זיכט אויף א קארופטירטע לינקע גנב וועלכע זאגט צי ממון ודמים פאר די גאנצע שטאט, יענער קומט צום מאכט מנאציאנאלזירט די אויל קאמפעניס וכדו, ער פלינדערט אויס ציזאמען מיט יענע פירער די לאנדס פארמעגען, בשעתן באשמוצען אלע מוצלחים אין ביזנעס לייט , ער געט זיי די אלטע קעי זשי בי טיטעל, אויליגראכען/ברעזשאווע קאפטיליסטען, וואס דעס איז עפעס א מעזשיק שם פארוואס מליידיגט אויס יענע לאנד פון אלע אוצרות, מטראגט ארויס נאכדעם די גאלד ווער ווייסט ווי,
באצאלט פאר יענע לאנד א גרופע שלעגערס מויל מאכער יו ען זיצער וכו'
משרייט אויף ביל געיטס אין זשארזש סאראס ,
מווארפט צי א קופאן פון 50 דאלער פאר אלע געוועזענע גוטע פארדינער
די 50 דאלער ווערט שנעל ווערט טוילעט פעפער (אויב עפעס)
די עולם טרעפט זיך שטיין און ליינס פאר א שטיקעל ברויט
סאם האו ווערט אמעריקע אין נאטא שולדיג אין די גאנצע מצב
דער עולם לאזט זיך ארויס פראטעסטירען,
ער ברענגט אריין א גאנצע באנדע הענקערס שטיל צי מאכען יעדען און שרייט אז קאנאדע אמעריקע ענגלאנד אפאר רייכע קאפיטיליסטען מיט אפאר אידישע ראטשילדס שטייען אונטער די מהומות ער זעט נישט פארוואס דער עולם פארגינט נישט אים יאנקאוויטש מאדורא קאסטרא אפאר רייכע פאלאצען, ער טענהט ער געט דאך א קופאן צי קויפען ווערעמיגע רייז,
סא דא און ווענוזעלע האט ער א פראבלעם אז אויב עפעס גייט סאוט פאר אים אין יוראפ, קען זיך די באפעלקערונג מיט די לעגעטימע פרעזידענט גואיידע (אויב ער לעבט נאך!) הייבען די קעפ
אדער קען אמעריקע טאקע באשליסען מער שריט צי מאכען אן ענדע צי די הפקירות דארט היות רוסלאנד שפילט יעצט סייווי מער אפענע קארטען, אין מערב לענדער קענען אים מאכען גרויסע טראבעל אויף פארשידענע וועגען, (ווי זאגט מיין רבי ווען מוויל קען מען, די פראבלעם איז ווען מוויל נישט)
אלזא דעס גייט יעצט פאר,
אין איך גלייב אויב ווענוזעלע הייבט זיך די קאפ קען מען זיך הייבען די קאפ אין איראן בעלערוס קאכזאכסטאן, אזוי ווי סאיז טאקע געווען די סוף קאלטע קריג ווען די אלע אונטערגעדרוקטע מזרח אייראפעישע לענדער האבען זיך געהויבען די קאפ פון רומעניע ביז פוילען ליטע און סהאט געארבעט
(לאפוקי ווען זיי האבען עס געטון עקסטער און סהאט זיך נישט גוט געענדיגט, ווי אונגארען אין יארע 59' און פוילען שפעטער און אזוי ווייטער און סהאט זיך צימאל געענדיגט ווען מהאט אריינגעשיקט טאנקען אין געמאכט בלוטיגע שחיטות)
ועל המדינות יאמרו איזהו לשלום ואיזהו לחרב