אושפיזין האט געשריבן:זעלענסקי האט נעכטן געהאט א מיטינג מיט זיין נעשאנעל סעקיוריטי.
און נאכן מיטינג האט ער עפעס געזאגט אז ס'גייט קומען גרויסע נייעס פון די מערב וועלט איבער עפעס מעידזשאר וואפן. צוליב דעם וואס רוסלאנד סטראשעט צו ניצן שווערע וואפן (נוקלאר...) און זיי ניצן פרעמדע וואפן ווי איראנע דראונס...
און די נעשאנעל סעקיוריטי האט עס באשטעטיגט....
כ'גלייב נישט ער גייט באקומען נוקלאר פון אמעריקא... אפשר האט עס שיכות מיט דעם וואס ]פולין האט נעכטן געבעטן פון אמעריקא צו האלטן נוקלאר ביי זיי....
אדער פשוט שווערערע וואפן.
די פענטאגאן האט אויך נעכטן געזאגט אז זיי ראטן די אוקריינער זיך צו צואיילן מיט'ן אפענסיווע אין כערסאן וויבאלד די לעצטע פאר יאר איז כערסאן געווארן א זומפ אין הערבסט/ווינטער אנטשטאט אייז ווי אין צפון (כארקאוו, לוהאנסק, וכדו'). טאנקן און אנדערע מיליטערישע טרעקלעך פארן גוט אויף אייז אבער ווערן פארשטעקט אין די שווערע אוקריינער זומפן. דעריבער איז מעגליך אז די אוקריינער וועלן זיך נישט קענען ווייטער רירן און עס וועט געבן צייט פאר די רוסן זיך צו פארשטערקערן איבער'ן ווינטער.
עס איז בכלל אינטערעסאנט אז אמעריקאנער אפישעלס זאגן עפנטליך וואס די אוקריינער זאלן טון, אבער עס איז מעגליך אז עס האט צוטון מיט די אמעריקאנער היימארס. די היימארס פארן אויף רעדער אנדערש ווי איר פארגייער די m270 וואס פארט אויף פאסיג-שינעס (אזוי ווי טאנקן). ביידע ניצן די זעלבע אמוניציע, אבער די גאנצע מעלה פון די היימארס איז אז רוקט זיך ארום פיל שנעלער ווי איר פארגייער.
פון די אנדערע זייט ווערן אלע היימארס באהאלטן אין וועלדער און אויך ארומגעפירט דורך אונטערוועגן, אבער קיינמאל אויף די הויפט שטראזן. איינמאל די זומפן רוקן זיך אן איז דא א מעגליכקייט אז די היימארס וועלן ארויסגיין פון באנוץ צוליב וואס וועט זיך מער נישט קענען ארומשלעפן דורך די אונטערוועגן. אויב ווערט א היימאר פארשטעקט אין בלאטע איז עס א זיצנדיגע ציל פאר די רוסן, אויב פאר עס אויף די אפענע געפלאסטערטע שטראזן דאן וועט עס ווערן זייער גרינג פאר די רוסן צו כאפן זייערע פאזיציעס.
עטליכע M270 מיט פאסיג שינעס זענען אויך געשאנקען געווארן פאר אוקריינא, אבער עס ווערט נישט געניצט פאר די זעלבע צוועקן ווי היימארס וויבאלד עס קען זיך נישט אזוי שנעל ארומרוקן און איז אין א גרעסערע סכנה פון ווערן באמבארדירט דורך די רוסן.
אלזא, איז מעגליך אז אמעריקע שיקט עפעס א פרישע וואונדער וואפן צו ערזעצן די היימארס.
ימים ידברו.