נקדימון האט געשריבן:נארמאליזעם האט געשריבן:נארמאליזעם האט געשריבן:מאראקא האט אפגעשיקט צוואנציג T72-B טאנקן קיין אוקריינע, און נאך זענען אויפן וועג.
ווערט באריכטעט אז זיי האבן שוין געשיקט 70 שטיק און וועלן שיקן נאך 103 טאנקן. ווי סקוקט אויס וועט אוקריינע קענען מאכן א טשעק אויף זייער גראסערי צעטל מיטן באקומען 300 טאנקן.
נ"ב זיי האבן געשיקט T74-EA טאנקן און נישט T72-B.
די מעשה לויט ווי מפארציילט האט עס מאראקא געקויפט פון בעלאורס מיט רוסישע געלטער, און יעצט באקומען זיי דערפאר אמעריקאנע געלטער פון אמעריקא. די געשעפט האט זיך געלוינט...
האקט מיט די הוספה.
קאמיש אז זיי ווארטן נישט אויף קיין רי-עקספארט לייסענס פון בעלארוס...
---
מען רעדט ווארשיינלעך פון א T-72 וועריאנט וואס די מאראקאנער ארמיי פארמאגט.
וואס איז די T74 טאנק?
---
דאס מיינט אז זיי האבן א ריפלעיסמענט פון א צווייטער לאנד וואס דעקט זייער דעפעציט? 175 טאנקען איז א ריזן רוב פון זייער גאנצע טאנק פלאטע פון פונקציאנירנדע טאנקען.
---
עס איז מערקווירדיג די ערשטע אראבישער לאנד צו שיקן קיין אוקריינע. עכ"פ אויף אזא פארנעם. חוץ די ווערט דערפון איז עס א סימבאלישער פראסק פאר רוסלאנד.
טעות לעולם חוזק מרעדט יא פון די T72-B טאנקן.
די T74 איז א טאנק וואס איז קיינמאל נישט אריין אין סערוויס.
לויט ווי כפארשטיי באקומען זיי עפעס פון אמעריקא, זיי האבן שוין אברהם טאנקען, מיסתם קומט נאך. זיי זענען אויך די ערשטע אפריקאנע לאנד צו שיקן. ווי אויך כ'נעם נאכנישט אן די גרויסע נאמבער פון 70 און פון 173, זיי האבן שוין געשיקט 20 אנהייב וואך און געזאגט אז זיי שיקן נאך אן אנגעבן וויפיל.
די מעשה מיט מאראקא איז לויט ווי מזאגט דא דריי סיבות: 1) כדי צו ווייזן פאר רוסלאנד נישט צו קאנטראלן די אפריקאנע לענדער, לאווראוו דארף צו קומען דארט נעקסטע חודש פאר א טריפ. 2) ווי אויך צו ווייזן פאר די EU אז זיי ווילן זיך איבערבעטן נאך סאנקציעס וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף צוויי זשורנאליסטן. 3) ווייזן פאר די EU לענדער אז זיי זענען אויך עפעס ווערד זייט די לענדער האבן אנגעהויבן צו ארבעטן מיט Algeria מיט וועם מאראקא רייבט זיך ארום ווער סאיז אין קאנטראל אין יענע געגנט. בקיצורסהאט נישט דווקא מיט אוקריינע.