נארמאליזעם האט געשריבן:ישראל_הלוי האט געשריבן:פוטין האט יעצט שארף געווארענט אז אויב נאטא וועט אוועקשטעלן מיסילס אויף אוקריינישע טעריטאריע וועלן זיי מיט דעם אריבערגיין א רויטע ליניע און רוסלאנד וועט זייער שטארק רעאגירן.
קובא 2.0
דייטשלאנד האט געבעטן פון אמעריקא נישט ארויפצולייגן סאנקציעס אויפן רוסישן גאז פייפליין
אויב (נאר אויב און נאר אויב זיי האבן עס נאכנישט אין עריע 51) סברעכט אויס א קריג איז עס א גוטע געלעגנהייט פאר אמעריקע צו טעסטן און פארכאפן רוסישע וואפענס און פלי’געצייג אזויווי זיי האבן שוין געטוהן אין די פארגאנגענהייט צוזאמען מיט ארץ ישראל
קומט מסתם נישט קיין קריג, פוטין זוכט סתם אביסל צו קאכן א קאשע האט ער קאארדינירט כינע'ס אגרעסיעס אויף טאיוואן, בעלארוס' אגרעסיעס ביי די פוילישע גרעניץ, און זיינע אייגענע אגרעסיעס ביים אוקרייענער גרעניץ. כ'וועל נישט זיין איבעראשט אויב מארגן איז עס ביים צפון קארעא גרעניץ אויך.
וואס זיין ציל איז? שווער צו וויסן, אדער סתם דרייען אמעריקא'ס קאפ, אדער א שמוגל אפעראציע און ער וויל די אויגן זאלן זיין פארנומען מיט עפעס בעסערס, אדער וויל ער זען די אמעריקאנער רעאקציעס צו קענען לויט דעם אויסשטעלן פלענער פארן צוקומפט