ישראל_הלוי האט געשריבן:Wow. די פענטאגען שאצט אז רוסלאנד האט געליטן צווישן 70 און 80 טויזענט(!) טויטע און פארוואונדעטע זעלנער זינט אנהויב קריג פינף חדשים צוריק.
אנצומערקן, דאס איז גאנץ א קליינע מספר רוסישע פאטאליטעטן. רעלאטיוו.
די רעדע איז ווארשיינלעך פון בערך צוואנציג טויזנט פאטאליטעטן.
---
די אינטערעסאנטע חלק איז אז די אמעריקאנער אינטעל בריפינג באלד צוויי וואכן צוריק איז געווען די זעלבע מספר
צל עובר האט געשריבן:קאנגרעספרוי סלאטקין זאגט אז מען האט זיי געזאגט היינט ביי די אינטעל בריפונג פאר קאנגרעס, אז רוסלאנד האט שוין פארלוירן 75 טויזנט סאלדאטן צווישן טויטע פארוואונדעטע וכדו'.
און די ניו יארק טיימס האט געהאט גענוי די זעלבע שאצונג בשם אמעריקאנער אפישעלס אבער שוין דריי וואכן צוריק.
נקדימון האט געשריבן:
די ניו יארק טיימס ציטירט פון -אנאנימע- מערב וועלט אפישעלס איבער די צאל פאטאליטעטן אין די קריג. זיי גלייבן אוקריינע פארלירט טעגליך הונדערט-צוויי הונדערט זעלנער זינט די רוסן האבן רעדוצירט און געשיפט זייער ציל אויף מזרח אוקריינע ענדע מערץ.
דאס איז בערך זעכצן א האלב טויזנט אוקריינער פאטאליטעטן זינט מערץ 25. לייג צו די ערשטע פיר וואכן איז עס לויט זייער חשבון ווארשיינלעך ביילייפיג צוואנציג טויזנט אוקריינער פאטאליטעטן +/-.
די -אנאנימע- וועסטערן אפישעלס שאצן אז רוסלאנד האט בערך צוואנציג טויזנט פאטאליטעטן. און נאך בערך זעכציג טויזנט קעזשעלטיס.
- 20220713_184209.jpg (92.35 KiB) געזען 6653 מאל
דאס הייסט אז די אמעריקאנער שאצונגען לויפן אויף די קאנסערוואטיווע זייט פון בערך צוואנציג טויזנט פאטאליטעטן +/-
---
די אלע ציפערן וואס שווימען ארום זענען בפשטות בלויז עסטימעיטס און ווילאנג די ארגאנעזאציעס שטעלן נישט ארויס אויף וואסערע קאנפידענץ לעוועל זיי שאצן דאס און וויאזוי זיי מאכן די קאלקולאציעס אנצוקומען צו די מסקנות איז נישט שייך עכט צו וויסן אויב און ווי נאנט דאס איז צו רעאליטעט.