אין ליכט פון נקדימון'ס אנאליז איבער די טרענטש שלאכט נעבן באקמוט
טרענטש ווארפעיר:
עס איז גאר אינטערעסאנט ווי א מלחמה אין יאר 2022 קומען רוב שלאכטן פאר ארום טרענטשעס ווי ביי די 1'טע און צווייטע וועלט מלחמות
למעשה זעהט אויס ווי די טרענטשעס זענען גאר שטארק אפעקטיוו און אנהאלטן דעפענסיוו פאזישנס - דאס איז די סיבה פארוואס באקמוט/אוודיווקא ועוד האלטן אן
ביידע זייטן צייגן ארויס גרויס אונקאמפעטענס ביים עפראויטשען דעם שונא אין טרענטשעס - דאס איז איינס פון די עיקר סיבות פון די מאסן טויטע טעגליך
עס איז דא גאר אסאך ווידעאס וויאזוי רוסן/אוקריינער קומען צו לויפן העכער א טרענטש פראבירנדיג אריינצושיסן אנשטאט אויספלאשן קודם די טרענטש בונקער מיט גראנאטן - וואס פארשטייט זיך ענדיגט זיך מיט א זעכערע טויט צום אטאקירער
ווי אויך ווידעאס ווי אוקריינער לויפן העכער א טרענטש אנטבלויזט צום שונא אנשטאט אריינטאנצן אינעם טרענטש ביים ערשן געלעגנהייט
א אינטערעסאנטע ווידעא פון די לעצטערע תקופה וואס איז געגאנגען וויירעל:
א 22 יעריגער אוקריינע סאלדאט מיטן צונאמען פרעדעטאר (גאר גוט באוואפנט) שלאגט זיך פון א טרענטש אנטקעגן א יוניט פון 12 רוסישע מארינען מיט א רוסישע טאנק
https://drive.google.com/file/d/1s9ocoQ ... b0oW2/view
ביים צווייטן חלק ווידעא זעהט מען אים שיסן ארום 30 גראנאטן און צום סוף איז די מצב בארוהיגט געווארן נאך וואס די רוסן האבן אריינגעהויבן א מפלה
---
אויב ווילט איר נאך דאן לייקט די תגובה