רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די מצב ווערט ערנסטער און רוסלאנד.
פון דרום רוסלאנד קומט אריין באריכטען אז א פארווייטאגטע טאטע האט אפגעווארט אינדרויסען פון זיין שטוב די פאליציי וואס זענען געקומען אויפפיקען זיין זון צי שטארבען פאר פוטין און געווארענט די פאליציי אוועק צי גיין פון זיין הויז ווען זיי האבען זיך נישט ציגעהערט האט ער זיי ארום גענומען און זיך אויפגעריסען מיט זיי
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
גאזפראם זאגט אז זיי וועלן האלטן נארד סטריעם 1 פייפליין -וואס ליפערט גאז פאר אייראפעישע לענדער - אפגעשפארט פאר דערווייל. אן אנגעבן א צייט ווען זיי וועלן עס צוריק שטעלן אין באניץ.

גאזפראם זאגט אז זיי האבן דאס געמיזט אפשטעלן צוליב אויל ליעקס און ארויסגעשטעלט א בילד

---
די שאלה ווילאנג קענען זיי שפילן די געים איבער א ליעק וואס דארף מכלומר'שט פאראלעזירן די גאנצע פייפליין
רוסלאנד האט געטוישט ניגון די וואך און זאגט יעצט ארויס ברחל בתך אז וויבאלד די מערב וועלט סאנקציעס שטערט צו קענען באקומען די נויטיגע טיילן צו פארריכטן די פייפליין ליעק, וועט זי בלייבן פארשלאסן ביז די פיראייניגטע מערב וועלט סאנקציעס ווערט אוועק גענומען. קרעמלין ווארטזאגער פעסקאוו מיט א גלאטקייט: "עס איז נישט פארהאן קיין שום אנדערע סיבה צו שטערן דאס פאמפען פון די פעלדער".

אין פאקט זאגט די פירמע וואס געבט זיך אפ מיט פארריכטן די טורבינעס אז אזא ליעק טוט געווענליך בכלל נישט אפעקטירן די ארבעט פון די טורבינע און קען ווערן פאראכטן אויפן פלאץ. עס איז א מינדערוויכטיגער פראצעדור.

גיי שלאג דיך מיט פעסקאוו...

די פראגע שטעלצעך וואס וויל פוטין דערמיט, וואס שטייט אייראפע אויס די ווינטער און וואס קען רוסלאנד טון מיט די שפע פון גאז וואס זי איז באשאנקען?

טראכט נישט וואס דער אקס טראכט ווייל דער אקס טראכט נישט... חחח...

איך בין נישט אין פוטינס קאפ און איך פלאן נישט צו זיין. אבער שפעקולירן מעג מען. פוטין האפט פאר א סענעריא ווי די אוקריינער פאלן צוריק אין זייער פאזיציעס אדער עכ"פ מאכן נישט קיין גרויסע פארשריט אין די קומענדיגע חדשים. די כערסאנער קאנטער אפענסיווע קאסט די אוקריינער פארלוסטן עד אין שיעור און ברעגט א שוואכע ריטורן אין שטחים.

פוטין האפט עס קומט א פראסטיגער ווינטער פאר אייראפעישע לענדער, פרייזן שטייגן ביזן דאך. קוים א טראפן גאזאלין צו טרעפן. עס איז דא שוואך הייצונג, ווער רעדט נאך ווען עס וועט בכלל נישט זיין קיין הייצונג, דאס האט די פאטענציאל צו פירן (אדער וועלן די רוסישע אנדרייערס העלפן קאכן א קאשע) צו אביסל מהומות ווי די המון עם אין דייטשלאנד צו אנדערע אייראפעישע לענדער זאלן מאכן א ויצעקו אין די גאסן, פארוואס זאלן אונז שטיצן אוקריינע וואס האט נישט קיין ערענסטע סוקסעסן נאך פארשווענדן ביליאנען דאלארן פון הילף און אונז פריר מיר פאר קעלט... וואס וועט לייגן דרוק אויף אייראפעישע פירערס זאלן זיך איבערטראכטן מיט שטיצן אוקריינע בלינדערהייט.

(דאס איז קלאר אז די מערב וועלט קוקט שטארק ארויס אויב אוקריינע וועט דעליווערן ערענסטע געוואונסן אין כערסאן. די מאס שטיצע ווענדט זיך שטארק דערין).

שוין וואס דארפעך מאכן זיינע שפעקולאציעס. אז עס וועט זיין אפדעיטס איבער אייראפעישע הייצונג וועט מען עס אי"ה מעלדן.

למעשה זיצט פוטין מיט ביליאנען אויף ביליאנען גאלאנען מיט גאז. וואס טוט ער דערמיט? די פשוט'ע תירוץ איז אז פוטין האט געמאכט א געשעפט מיט כינע ווי ער וועט אנשטאט עקספארטירן גאז קיין אייראפע וועט ער עס רידעקטירן קיין כינע. טאקע פאר היפש ביליג אבער פארט א געשעפט. נאכדערצי עס ברענגט נאנטער די קאאפעראציע צווישן די קאמוניסטישע שכנים.

אין פאקט איז עס ווייט פון ריכטיג.

אויב רוסלאנד וויל אוועק גיין פון עקספארטירן רוב פון איר נאטירליכע גאז צו אייראפע, וועט זי דארפן אינגאנצן איבערבויען איר נאטירליכע גאז אינפראסטרוקטור. סיי די פייפליינס און סיי די לנ"ג'ס (די 'ליקיופייד נעטשרעל געז' טערמינאלן).

דאס איז עפעס וואס נעמט נישט איין יאר, נישט צוויי יאר, נאר יארן יארן לאנג. שטייצעך עס שלעפט אריין אין קאסטן פון שווערע הונדערטע ביליאנען דאלארן.

רוסלאנד'ס צוויי גרעסטע גאז פעלדער יורענגאוי און יאמבורג זענען ביידע לאקירט אינעם צפון טייל רוסלאנד און פון דארט ווערט געליפערט ביליאנען קיוביק מעטער נאטירליכע גאז צו פולע אייראפעישע לענדער. לעת עתה האט רוסלאנד נישט קיין שום פייפליין צו פירן נאטירליכע גאז פון דארט קיין כינע. און איז כמעט אוממעגליך זיי זאלן ווערן געפירט קיין כינע אין די נאנטער צוקונפט.

עס איז דא די סייבעריע פייפליין וואס ליפערט נאטירליכע גאז פון רוסלאנד קיין כינע. די גאז קומט פון די טשעיאנדע גאז פעלד. דאס איז פול קלענער און נאנטער ווי די יורענגאוי און יאמבורג גאז פעלדער.
20220906_213108.jpg
20220906_213108.jpg (87.27 KiB) געזען 5745 מאל
צום ביישפיל, די סייבעריע פייפליין איז אפיציעל אוועק געשטעלט געווארן אין 2007, קאנסטרוקציע האצעך אנגעהויבן אין 2012 און איז פארטיג געווארן זיבן יאר שפעטער אין 2019. עס האט גענימען גאנצע צוועלעוו יאר מיט זיבן יאר קאנסטרוקציע צו פארטיגן די פייפליין.

מען רעדט פון יארן. און דאס איז נאך פול קורצער אויב זאל רוסלאנד באשליסן צו אנהייבן דירעקטירן די נאטירליכע גאז פון יורענגאוי און יאמבורג גאז פעלדער דורך פייפליינס קיין כינע.

פייפליינס איז נישט די איינציגסטער מהלך צו ליפערן גאז. די גאז פייפליינס לויפן נישט איבער איבער אלע קאנטינענטן ארום די גאנצע ערד-קוגל. דא קומט אריין די ליקוואד נעטשרעל געז טערמינאלן. די טערמינאלן זענען ריזיג גרויס. דארט ווערט די גאזן אויסגעארבעט, און עס פרירט איין די נאטירליכע גאז אז עס שרינקט זעקס הונדערט מאל קלענער אין מאס.

זעקס הונדערט קיוביק מעטער נאטירליכע גאז ווערט דורך די קעלט און גאנצע פראצעדור פארוואנדלט און געשרינקען צו איין קיוביק מעטער ליקיופייד נעטשרעל געז. א גראך ווערט צוגעלייגט פאר זיכערהייטס סיבות. פון די טערמינאלן ווערן זיי געליפערט צו ריזיגע טאנקיר שיפן צו אנדערע טראנספארט מיטלען.

די ספעציעל אויסגעשטאטע טאנקיר שיפן איינמאל זיי קומען אן צו זייער ווייטע דעסטינאציע אריבער די אקעאנען, ווערן זיי אריינגעפירט צו א טערמינאל ווי דארט ווערט די גאז צוריק אנגעווארעמט צו איר אריגינעלער טעמפעראטור און די איין קיוביק מעטער ווערט צוריק זעקס הונדערט קיוביק מעטער נאטירליכע גאז. פון דארט ווערט די גאז געליפערט דורך פארשידנארטיגע פירמעס צו הייצן אונזערע הייזער און אנדערע באדערפענישן.

יעצט אויב רוסלאנד וויל עקספארטירן גאז פון איר לנ"ג טערמינאלן אוועק פון אייראפע צו אנדערע דעסטינאציעס האבן זיי אויך א פראבלעם. רוסלאנד האט צוויי הויפט לנ"ג טערמינאלן. די יאמאל טערמינאל און די סאכהאלין טערמינאל. בלויז די יאמאל טערמינאל איז פארבינדן מיט די גרויסע גאז פעלדער ווי יורענגאוי און יאמבורג און די ארומיגע גאז פעלדער. די יאמאל טערמינאל איז נאנט געאגראפיש צו די גאז פעלדער אין צפון רוסלאנד. פול נאנטער צו אייראפע ווי צו כינע.
20220906_194144.jpg
20220906_194144.jpg (196.26 KiB) געזען 5745 מאל

*אין צענטער צפון זעט מען די יאמבורג און יורענגאוי גאז פעלדער.
*גלייך העכער זיי איז די יאמאל טערמינאל. די גאנצע אינפראסטרוקטור איז אויסגעשטעלט אז אלעס פארט לינקס קיין אייראפע.
* מער רעכטס צו דרום זעט מען די סייבעריע פייפליין וואס שעפט פון די טשעיאנדע גאז פעלד.
*אינגאנצן דרום רעכטס. טיף מזרח רוסלאנד, רעכטס פון כינע זעט מען די סאכהאלין טערמינאל.

די יאמאל טערמינאל האט א יערליכע קאפאציטעט פון פראדוצירן זעכצן אהאלב מיליאן טאן פון ליקיופייד נעטשרעל געז. דאס איז אזוי סך ווי כמעט דריי אין צוואנציג קיוביק מעטער פון נאטירליכע גאז (עטליכע הונדערט ביליאן גאלאן). דאס איז איבער פערציג פראצענט פון די יערליכע קאפאציטעט פון די נארד סטריעם 1 פייפליין. א געוואלד.

די יאמאל טערמינאל איז געאגראפיש גאר ווייט צו עקספארטירן גאז קיין אזיע.

צו צולייגן נאך א קרישקעלע, רוסלאנד האט זיך איינגעהאנדלט א פלאטע פון גאר סאפיסטיקירטע טאנקיר שיפן צו טראנספארטירן ליקיופייד נעטשרעל געז פון די יאמאל טערמינאל קיין אזיע (די מקח האט קיין שייכות מיט די יעצטיגער אינוואזיע). דאס איז אויסגעשטאט צו קענען ברעכן פארפרוירענע ימ'ען. די פראבלעם איז אז זיי זענען גאר שטארק אנגעוואנדן אויף אייראפעישע פאבריקן פאר מעינטענענס.

אין קורצן: די רוסישע גאז אינפראסטרוקטור איז אין גרויס טייל אויסגעשטעלט צו ליפערן איר אינהאלט קיין אייראפע. דאס דירעקטירן צו גיין קיין אזיע וועט נעמען יארן לאנג און אריינשלעפן אין אומגעהויערע קאסטן וואס געשעט נישט איינס צוויי.

אז נישט קיין אייראפע וועט רוסלאנד דארפן געצוואונגענערהייט פטור ווערן פון ביליאנען גאלאנען גאז אן פארדינען א גרייצער דערויף.
גאזפראם האט אין א סטעיטמענט געמאלדן אז צוליב סאנקציעס פון די רוסישע רעגירונג אויף די אוקריינער נאפטא-גאז וועלן זיי זיין "געצוואונגען" צו אויפהערן ליפערן נאטירליכע גאז קיין אייראפע דורך אוקריינע.

די רוסישע גאזפראם פירמע איז אין א סכסוך מיט די אוקריינער נאפטא-גאז איבער פעימענטס פאר לאזן רוסישע גאז דורכפליסן קיין אייראפע. (יא. רוסישע גאז טוט פליסן דורך אוקריינער טעריטאריע בשעת די קריג כאילו לא היה).

יעצט זאגט גאזפראם אז וויבאלד די רוסישע רעגירונג סאנקציאנירט נאפטא-גאז וועט גאזפראם נישט קענען ווייטער לאזן גאז פליסן קיין אייראפע.

מיט די סטעיטמענט טוט גאזפראם אפשליסן איינע פון די צוויי לעצט פארבליבענע פייפליינס פון רוסלאנד פאר אייראפעישע לענדער פאר נאטירליכע גאז.

די לעצטע צוויי שורות
20220928_220054.jpg
20220928_220054.jpg (61.33 KiB) געזען 5745 מאל
די פייפליינס דורך אוקריינע פלעגט טראנספארטירן בערך אכט אין דרייסיג מיליאן קיוביק מעטער פון נאטירליכע גאז יעדען טאג. בערך פערצן ביליאן קיוביק מעטער יערליך.

דאס לאזט אונז איבער מיט די איינציג פארבליבענע פייפליין, די טורק-סטריעם פייפליין וואס ליפערט נאטירליכע גאז פון רוסלאנד דירעקט קיין אייראפע.

די סכום וואס לויפט ביי די טורק-סטריעם פייפליין איז אויך ביילייפיג דרייסיג ביז פערציג מיליאן קיוביק מעטער פון נאטירליכע גאז טעגליך.

טא, מיט רוסלאנד'ס ליפערונגען פון בערך פערציג מיליאן קיוביק מעטער נאטירליכע גאז טעגליך איז עס א ניינציג פראצענט דראפ פון די 450 מיליאן קיוביק מעטער וואס זי פלעגט טראנספארטירן יעדען טאג פאר אנדערע האלבן יאר צוריק.

דאס לייגט יעצט רוסלאנד נידריגער אין די ליסטע פון אייראפע'ס סופלייערס פאר נאטירליכע גאז. אונטער נארוועגיע, אלדזשעריע און באלד נידריגער ווי אזערבידזשאן אפי'.
אוועטאר
חוט המשולש
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט המשולש »

Denys Davydov
דעניס - אפדעיט - סעפ 28
18:23
https://mega.nz/file/lnoGTAob#IquP0f1SC ... m5EKwTsaKA
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד
----------
האסט הנאה? יעצט איז דיין צייט ארויס ציווייזן דיין הכרת הטוב!!
א מהפכה אין די אידישע וועלט ברענגט א רעוואלוציע אויף אייוועלט!
https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאלעסיידס האט געשריבן:
די מצב ווערט ערנסטער און רוסלאנד.
פון דרום רוסלאנד קומט אריין באריכטען אז א פארווייטאגטע טאטע האט אפגעווארט אינדרויסען פון זיין שטוב די פאליציי וואס זענען געקומען אויפפיקען זיין זון צי שטארבען פאר פוטין און געווארענט די פאליציי אוועק צי גיין פון זיין הויז ווען זיי האבען זיך נישט ציגעהערט האט ער זיי ארום גענומען און זיך אויפגעריסען מיט זיי
יאפ. ס'דא א ווידיאו דערפון. אינמיטן גאס און מענטשן שטייען נאנט ארום. נישט נארמאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
דענמארק זאגט אז א רוסישע שיף האט פארלעצט אירע טעריטאריעל וואסערן אינעם באלטישן ים.
צוריק אום יוני 17

צוויי רוסישע קריגס שיפן זענען דאן געשווימען נעבן די דענישער בארנהאלם אינזל (נעבן ווי די נארד סטריעם ליעקס האבן אקארשט פאסירט)

נישט אז דאס איז בהחלט פארבינדן אבער פארט מעגליך...
20220928_230210.jpg
20220928_230210.jpg (128.91 KiB) געזען 5499 מאל
אוועטאר
חוט המשולש
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט המשולש »

נאך פון נעכטען, היינטיגע וועט ווערן ארויסגעגעבן מארגן פארטאגס.

**

War in Ukraine
מיליטערישע אנאליז - סעפ 27
30:38
https://mega.nz/file/4rBTgCKD#FE0GhaLtc ... AjrRQR4GTE
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד
----------
האסט הנאה? יעצט איז דיין צייט ארויס ציווייזן דיין הכרת הטוב!!
א מהפכה אין די אידישע וועלט ברענגט א רעוואלוציע אויף אייוועלט!
https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

https://drive.google.com/file/d/1976VPj ... p=drivesdk
פריש מאביליזירטע שאטוי
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איבער 18 טויזנט כארקאווע איינוואוינער פארמאגן שוין נישט קיין עלעקצריטעט פאר איבער 24 שעה צוליב א פרישע רוסישע אטאקע אויף די עלעקצריטעט אינפראסטרוקטור.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

א באריכט און דייטשלאנד געט אן אז נאך די בוטשא שחיטות האבען די דייטשע זיכערהייט כוחות גענומען שטילערהייט שטארק מיטארבעטען מיט די אוקריינע זיכערהייט כוחות ווי אויך מיט די זיכערהייט כוחות פון ענגלאנד און אמעריקע,

ווי סהייסט איז דעמאלטס די דייטשע פירער שולץ געווארען שרעקליך אויפגעשוידערט און אויפגעברויזט און געזאגט פאר זיינע געהילפען אז די שרעקליכע רציחה מוז ווערען אפגעשטעלט און ברענגען יעדען אן א אויסנאם צי גערעכטיגקייט למען ישמעו ויראו,

ווען שולץ איז יעצט געפרעגט געווארען וועגען די לעצטע באריכט -וועגען שטעלען די רוצחים צי א אינטערנאציאנאלע טרובינאל- האט ער עס באשטעטיגט און געזאגט אז דייטשלאנד ארבעט דערויף ציזאמען מיט די אינטערנאציאנלע געמיינדע, אבער אונזער טיר איז אייביג נאך אפען פאר דיפלאמאטיע מיט פוטינס באנדע

(לכאורה האט ער געגעבען אנצידייטען אז ער פון זיין זייט איז גרייט צי געבען א געוויסע אומיוניטעט פאר פארברעכער טראץ וואס זיי זענען פארברעכער, ווילאנג סמאכט אז דעס זאל ראטעווען מענטשליכע לעבענס, דעס איז זייער א קאמאן זאך ביי לאו עפארסמענט אגענטורען ביי האסטיזש סוטואציעס אדער ווען מוויל אויפברעכען גענגס)
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א רוסישע מרלס שיסער שיסט, אבער.. די גראז אונטער די טראק האט זיך אונטערגעצינדן... דאס איז ארויסגעלייגט געווארן דורך א רוסישע קאנאל..
https://drive.google.com/file/d/19BNGg3 ... p=drivesdk
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א הויכע רוסישע אפישעל האט זיך אויסגעדרוקט נאכ'ן אויסהערן קאמפלעינטס איבער די אומבאלומפערטע טרענירונג פון די פרישע קרעפטן "קיינער גייט נישט אויפ'ן שלאכטפעלד מיט א פערזענליכע ערשטע הילף זעקל, עס פעלט בכלל נישט אויס..."

היכי תמצא האט געשריבן:

איז געקומען א גוט מושטירטע רוסישע סאלדאט וואס איז איצט אויפ'ן פראנט און פארגעשטעלט זיין פערזענליכע ערשטע הילף זעקל אנצייכענדיג אויף יעדע שטיקל ווי וויכטיג דאס איז און פארוואס מ'דארף עס האבן (גראדע איז עס א פיינע זעקל, נישט אלע רוסן זענען אפגעריסן, דער באלאנגט קלאר צו א בעסערע גוט טרענירטע יוניט).

https://drive.google.com/file/d/19LaImn ... p=drivesdk

זינט די מאביליזאציע קומען גאר אסאך יא גוט טרענירטע רוסישע זעלנער וואס זענען איצט אויפ'ן פראנט אפן ארויס מיט שטארקע טענות אויף די אלטע זעצערס וואס מאכן די באשלוסן אן האבן אן השגה וואס ס'טוט זיך אויפ'ן פעלד.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ערנסטע פראטעסטען אין דאגעסטאן אנטקעגן די רוסישע מאבליזאציע.
הונדערטער (מוסלמענישע) מענטשן, מייסטענס פרויען, האבן פראטעסטירט און זיך געשלאגן און ג'טענה'ט מיט רוסישע אפיצירן. (זיך טענה'ן און רעדן וואס מ'טאר נישט איז נישט ערלויבט אין רוסלאנד. בנימין פרענקלין האט נישט געוואוינט אין רוסלאנד...)
ביינאכט זענען אסאך פון די באטייליגטע געווארן ברוטאל ארעסטירט דורך די רוסישע פאליציי. פאשטייטסעך אז דאס גייט צוגיסן אויל צום פייער, און עס גייען פארקומען העפטיגע הפגנות, תעשה כל הגולה כמדורת אש...
ווי באקאנט איז אין די מוסלמענישע וועלט גאר א סענסעטיווע זאך אז פרעמדע פאליציי-מענער זאלן ארעסטירן פרויען, און דאס טוט אויפרודערן זייערע געמיטער (מיט רעכט!) אזוי אויך, האבן די מוסלמענישע פירער געזאגט אז פוטין איז א שונא פון א-ללה, און מ'דארף זיך אנטקעגן שטעלן.
עס גייט זיין דארט לעבעדיג.
(לצים זאגן אז 97.5% פון דאגעסטאן האבן געשטימט אין א רעפרענדום זיך אנצושלוסן צו אוקריינע...)
דער פוטין האט פאראדענט דעם קאדיראוו פון טשעטשניע (-אליינס א מוסלמענער) זאל זיך נעמען צו די ביינער פון די דאגעסטאנער אויפשטענדלער. אוי האבעך רחמנות אויף דעם קאדעראוו, האטער נישט גענוג אויף זיין באבערדלטן קאפ?
#דאגעסטאן
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

קרעמלין: פוטין וועט מארגן אונטערשרייבן די טריטיס און רוסלאנד וועט אפיציעל אנעקסירן די נייע טעריטאריען פון אוקריינע. דערנאך וועט פוטין אפהאלטן א לענגערע דרשה.

פינלאנד פארמאכט איר גרעניץ מיט רוסלאנד פאר רוסישע טוריסטן אנגעהויבן מארגן פרייטאג.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

TASS: פוטין וועט היינט אפהאלטן א זיצונג מיט זיין זיכערהייטס קאונסיל.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
קרעמלין: פוטין וועט מארגן אונטערשרייבן די טריטיס און רוסלאנד וועט אפיציעל אנעקסירן די נייע טעריטאריען פון אוקריינע. דערנאך וועט פוטין אפהאלטן א לענגערע דרשה.
די אונטערשרייבונג צערעמאניע וועט פארקומען מיט גרויס פאמפע אינעם דזשארדיאווסקיי זאל וואס געפינט זיך אין די גרענד פאלאץ אינעם קרעמלין.

אלע דעפיוטי'ס פון די סטעיט דומא זענען געלאדענט געווארן אנטיילצונעמען.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

שפאניע זאגט אז אלע סימנים צייגן אז רוסלאנד שטייט אונטער די נארדסטריעם אויפרייסן.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אפיציעלע נאטא סטעיטמענט איבער די נארדסטריעם ליעקס.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220929-071914_Chrome.jpg
Screenshot_20220929-071914_Chrome.jpg (191.13 KiB) געזען 1320 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
די נארוועגישע פאליציי זאגט אז רוסלאנד האט יעצט פארמאכט איר גרעניץ מיט נארוועגיע און נישט אנגעגעבן א סיבה דערפאר.
די נארוועגישע טרעפיק קאמישענאר זאגט אז די טרעפיק פון די רוסישע זייט האט זיך צוריק אנגעהויבן אבער עס איז נאך אלס נאר געציילטע אויטאס.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

היכי תמצא האט געשריבן:
הארט ביים גרעניץ מיט פינלאנד, האט רוסלאנד אויפגעשטעלט א פראוויזארישע מאביליזאציע צענטער (ווארשיינליך פאר די וואס פרובירן צו אנטלויפן...)
IMG_20220928_185917_628.jpg
IMG_20220928_185920_185.jpg
א מאביליזאציע פונקט וועט אויך אויפגעשטעלט ווערן ביים גרעניץ מיט קאזאכסטאן אינעם אסטראכאן ראיאן, ווי עס איז דא יעצט א ריזיגע טרעפיק דזשעם.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

שוועדישע פרעמיער.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220929-072848_Twitter.jpg
Screenshot_20220929-072848_Twitter.jpg (226.32 KiB) געזען 1243 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

פוילן שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון נאטא'ס השתתפות אינעם קריג אין אוקריינע אויב רוסלאנד זאל זיך באנוצן מיט נוקעלארע וואפן.
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

איטאליע וועט נישט דערקענען די רעזולטאַט פון רוסיש רעפערענדומס
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

Sep 29
אטעטשמענטס
9 29 22 1.png
9 29 22 1.png (154.33 KiB) געזען 4089 מאל
9 29 22 2.png
9 29 22 2.png (84.52 KiB) געזען 4089 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”