קריג אין עטיאפיע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
די UN רופט פאר א זאפארטיגע אפשטעל צו די קריג אין עטיאפיע
(מען דארף נאכאמאל שרייבן דא לאכט מען?... )
(מען דארף נאכאמאל שרייבן דא לאכט מען?... )
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: קריג אין עטיאפיע
נקדימון האט געשריבן:די UN רופט פאר א זאפארטיגע אפשטעל צו די קריג אין עטיאפיע
(מען דארף נאכאמאל שרייבן דא לאכט מען?... )
ניין, ווייל איך וואלט עס שוין געשריבן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
אביא אחמאד אין זיין ערשטע מעסעדזש פון די פראנט ליניעס "מיר וועלן באגראבן די פיינט". אויך זאגט ער אז די מאראל פון די עטיאפיער סאלדאטן זענען גאר הויך.
ערשטע בילדער פון אחמאד אויפן פראנט. דאס איז אין די אפאר ראיאן
ערשטע בילדער פון אחמאד אויפן פראנט. דאס איז אין די אפאר ראיאן
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
אין א פרישע שריט צו צוימען די נייעס אין/איבער עטיאפיע האט אביא אחמאד'ס רעגירונג נעכטן ארויסגעשטעלט שטארקע באגרעניצונגן אויף דזשורנאליסטן צו פאבליצירן נייעס איבער די שלאכטפעלד מיט די טיגרעי רעבעלן. נאר שטאט געפירטע נייעס קוועלער האבן די רעכטן דערפאר. דאס קען ברענגן סאנקציעס אויף דזשורנאליסטן.
The new decree issued late Thursday said it was "forbidden to distribute in any communication systems any military movements, battlefield outcomes" that were not officially published by the government.
"Security forces will take necessary measures on those who have been found to violate" the order, it said in a possible warning to news outlets and social media accounts that have reported on rebel claims of territorial gains.
The government also barred residents from "using various types of media platforms to support directly or indirectly the terrorist group" -- a reference to the TPLF -- and warned of unspecified consequences for anyone who ignored the decree
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1558
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
Re: קריג אין עטיאפיע
דאנקע שיין דזשורנאליסט נקדימון פאר אייערע קלארע באריכטן פון די שלאכט פעלדער.
היט דיר נאר דאס קאפ!
היט דיר נאר דאס קאפ!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
---
סודאנער מיליטער זאגט זיי האבן אפגעשלאגן היינט אן אטאקע ביי די גרעניץ דורך די עטיאפיער מיליטער געשטיצט ביי אמהארא מיליציעס. דאס איז פארגעקומען אין מאלאקאווא, עטליכע מייל אריין די גרעניץ אין סודאן. די געשלעג דארט איז אנגעגאנגען פאר עטליכע שעה. כאטש 6 סודאנער סאלדאטן זענען אומגעקומען (מאנכע שטעלן די צאל פאטאליטעטן ביי 21 און 30 פארוואונדעטע)
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
נקדימון האט געשריבן:סודאנער מיליטער זאגט זיי האבן אפגעשלאגן היינט אן אטאקע ביי די גרעניץ דורך די עטיאפיער מיליטער געשטיצט ביי אמהארא מיליציעס. דאס איז פארגעקומען אין מאלאקאווא, עטליכע מייל אריין די גרעניץ אין סודאן. די געשלעג דארט איז אנגעגאנגען פאר עטליכע שעה. כאטש 6 סודאנער סאלדאטן זענען אומגעקומען (מאנכע שטעלן די צאל פאטאליטעטן ביי 21 און 30 פארוואונדעטע)
סודאנער ארמיי שעף (און אומאפיציעל מיט די לעצטע ווארט אין לאנד) גענעראל אבדול פאטאח אל בורהאן איז היינט אנגעקומען ביי די גרעניץ ווי עס איז פארגעקומען א געשלעג צווישן עטיאפיער סאלדאטן מיט די סודאנער מיליטער. די געשלעג האט איבערגעלאזט א שיינע צאל טויטע סאלדאטן פון די סודאנער מיליטער.
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
די עטיאפיער רעגירונג לייקנט זייער טייל אין די אטאקע און זאגט עס איז מעגליך געווען די TPLF רעבעלן.
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
די עטיאפיער רעגירונג מעלדט אז זיי האבן פארכאפט די שיפרע ווילידזש ביי די גרעניץ פון די אפאר און אמהארא ראיאנען. דאס קומט נאך וואס דער פרעימער מיניסטער אביא אחמאד איז אליינס געקומען פאריגער וואך פירן די קריג אויף די פראנט ליניעס.
- אטעטשמענטס
-
- 20211129_094553.jpg (73.77 KiB) געזען 1297 מאל
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
נאך עטליכע בילדער פון דער סודאנער ארמיי שעף בורהאן היינט ביי די גרעניץ מיט עטיאפיע.
עס לאזט זיך שפעקולירן אז בורהאן האפט מיט די שריט צו אוועק דרייען עטוואס די העדליינס פון די פולע פראטעסטן אין לאנד קעגן אים און די פוטש וואס ער האט דורכגעפירט אין סודאן.
עס לאזט זיך שפעקולירן אז בורהאן האפט מיט די שריט צו אוועק דרייען עטוואס די העדליינס פון די פולע פראטעסטן אין לאנד קעגן אים און די פוטש וואס ער האט דורכגעפירט אין סודאן.
- אטעטשמענטס
-
- 20211129_110609.jpg (75.89 KiB) געזען 1256 מאל
-
- 20211129_110612.jpg (97.99 KiB) געזען 1256 מאל
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
אדאא טארבי ווארטזאגער פאר די OLA אראמע ליבערטעריען ארמיי זאגט אז די קרעפטן פון פרעימער מיניסטער אחמאד האבן היינט אויסגעשאלטערט די פאון סיסטעמען אין מזרח וואליגא (אראמע ראיאן) דערנאך דורכגעפירט עטליכע לופט אטאקעס ניצנדיג העליקאפטערס. מען רעדט פון הונדערטע קעזשעלטיס לויט טארבי
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
אדערווייל קוקט אויס ווי דער בראווער שריט פון פרעימער מיניסטער אחמאד זיך אליינס שטעלן אויף די פראנט ליניעס האט זיך אויסגעצאלט. די ENDF עטיאפיער מיליטער האט צוריק פארכאפט א שיינער צאל שטעטלעך זינט פאריגער וואך. ארויסיאגענדיג די טיגרייען כוחות TPLF רעבעלן פון דארט.
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
זיי האבן צוריק פארכאפט צווישן אנדערע געשינע, שיווע ראביט און דער גאר היסטארישער (קריסטליך פאפולערע) לאליבעלא.
עטיאפיער סאלדאטן מיט זייער פאן נאך איינעמען לאליבעלא
עטיאפיער סאלדאטן האבן אוועקגעשטעלט זייער פאן נאך איינעמען געשינע
עטיאפיער סאלדאטן מיט זייער פאן נאך איינעמען לאליבעלא
עטיאפיער סאלדאטן האבן אוועקגעשטעלט זייער פאן נאך איינעמען געשינע
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
איינוואוינער פון געשינע פארציילן שוידערליכע געשיכטעס וואס זיי זענען דורך פון די TPLF רעבעלן ווען זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אין געשינע די לעצטע עטליכע חדשים. לויט זיי זענען אזוי פיל ווי 400 איינוואוינער ברוטאל ערמארדעט געווארן על לא עוול בכפם.
חוץ די רויבערייען, שאדן מאכן און פלינדערן וואס עס קומט זיי אונטער די האנט האבן זיי פשוט געמארדעט.
איין איינוואוינער פארציילט זיי האבן דערשאסן אלע מיינע טעכטער ווייל זיי פארכאפן זייער קיה. אלעס וואס אונז האמיר פארמאגט האבן זיי צושטערט ביזן גרינט. אונז זעמיר געבליבן אן גארנישט. קיין עסן. קיין קליידער.

לעצט פארראכטן דורך נקדימון אום זונטאג דעצעמבער 05, 2021 1:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 20734
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: קריג אין עטיאפיע
נקדימון האט געשריבן:OLA קעמפער
פארשטעלט לכבוד האלעווין?
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 20734
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: קריג אין עטיאפיע
שכח פאר דיינע כסדר'דיגע באריכטן
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
עטליכע עטיאפיער מידיע קוואלן האבן פאבליצירט בילדער נעכטן ווי מען זעהט טויזנטער געפאנגענע טיגרייען מלחמה קעמפער וואס האבן זיך אונטערגעגעבן. שטאלצירנדיג מיט די לעצטיגע נצחונות וואס די עטיאפיער מיליטער האלט אפ אויף די טפל"פ רעבעלן.
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
די ביליגער טאקטיק האט ארויסגערופן בייז וואונדער און אויפברויז ביי פולע עטיאפיער איינוואוינער. פולע האבן אנגעהויבן אידענטיפיצירן זייערע קרובים און פריינט ציווילע פרידליכע מענטשן וואס זענען פארשוואונדן געווארן. דאס מערסטע וואס מען האט געוואוסט איז אז זיי שמאכטן און ווערן פארהאלטן אין צענטערן און אין קאנצענטראציע לאגערן ביי די עטיאפיער רעגירונג פאר די איינציגסטער חטא פון ווערן געבוירן אלץ א טיגרייען בירגער.. מיטאמאל ווערן זיי געזען אלץ געפאנגענע זעלנער...
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
נקדימון האט געשריבן:אדערווייל קוקט אויס ווי דער בראווער שריט פון פרעימער מיניסטער אחמאד זיך אליינס שטעלן אויף די פראנט ליניעס האט זיך אויסגעצאלט. די ENDF עטיאפיער מיליטער האט צוריק פארכאפט א שיינער צאל שטעטלעך זינט פאריגער וואך. ארויסיאגענדיג די טיגרייען כוחות TPLF רעבעלן פון דארט. זיי האבן צוריק פארכאפט צווישן אנדערע געשינע, שיווע ראביט און דער גאר היסטארישער (קריסטליך פאפולערע) לאליבעלא.
אין א פרישע ניצחון פאר די עטיאפיער רעגירונג האבן זיי צוריק איינגענומען טעריטאריע. די סטראטעגישע שטעטלעך קאמבאלטשע און דעסי. דאס קומט נאך וואס די טיגרעי רעבעלן האבן פארלאזט די געגענט און זיך צוריק געצויגן.
זיי זענען לאקירט אויף א וויכטיגער שאסיי וואס פירט צום הויפט שטאט אדיס אבאבא.
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
פרעימער מיניסטער אביא אחמאד האט זיך נעכטן צוריק געקערט פון שלאכטפעלד. אחמאד האט נעכטן אפגעהאלטן געשפרעכן מיט פירער פון די דערנעבענדיגע לענדער דזשיבאטי, קעניע, דרום סודאן, עריטרעיא, סאמאליע און אוגאנדע. (נישט סודאן?)
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: קריג אין עטיאפיע
נקדימון האט געשריבן:די ביליגער טאקטיק האט ארויסגערופן בייז וואונדער און אויפברויז ביי פולע עטיאפיער איינוואוינער. פולע האבן אנגעהויבן אידענטיפיצירן זייערע קרובים און פריינט ציווילע פרידליכע מענטשן וואס זענען פארשוואונדן געווארן. דאס מערסטע וואס מען האט געוואוסט איז אז זיי שמאכטן און ווערן פארהאלטן אין צענטערן און אין קאנצענטראציע לאגערן ביי די עטיאפיער רעגירונג פאר די איינציגסטער חטא פון ווערן געבוירן אלץ א טיגרייען בירגער.. מיטאמאל ווערן זיי געזען אלץ געפאנגענע זעלנער...
ווער זאגט אז זיי זענען נישט קיין קעמפער?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: קריג אין עטיאפיע
נקדימון האט געשריבן:איינוואוינער פון געשינע פארציילן שוידערליכע געשיכטעס וואס זיי זענען דורך פון די TPLF רעבעלן ווען זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אין געשינע די לעצטע עטליכע חדשים. לויט זיי זענען אזוי פיל ווי 400 איינוואוינער ברוטאל ערמארדעט געווארן על לא עוול בכפם.
חוץ די רויבערייען, שאדן מאכן און פלינדערן וואס עס קומט זיי אונטער די האנט האבן זיי פשוט געמארדעט.
איין איינוואוינער פארציילט זיי האבן דערשאסן אלע מיינע טעכטער ווייל זיי פארכאפן זייער קיה. אלעס וואס אונז האמיר פארמאגט האבן זיי צושטערט ביזן גרינט. אונז זעמיר געבליבן אן גארנישט. קיין עסן. קיין קליידער.
---
מאכט שוין מער סענס אז דער געוועזענער פראטעסט דורך טיגרעי געפאנגענע, קעגן מוחמד'ס כלומר'שטע בארבאריזם, איז געווען א פראפאגאנדע מיטל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
פעיק ניוז האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן:די ביליגער טאקטיק האט ארויסגערופן בייז וואונדער און אויפברויז ביי פולע עטיאפיער איינוואוינער. פולע האבן אנגעהויבן אידענטיפיצירן זייערע קרובים און פריינט ציווילע פרידליכע מענטשן וואס זענען פארשוואונדן געווארן. דאס מערסטע וואס מען האט געוואוסט איז אז זיי שמאכטן און ווערן פארהאלטן אין צענטערן און אין קאנצענטראציע לאגערן ביי די עטיאפיער רעגירונג פאר די איינציגסטער חטא פון ווערן געבוירן אלץ א טיגרייען בירגער.. מיטאמאל ווערן זיי געזען אלץ געפאנגענע זעלנער...
ווער זאגט אז זיי זענען נישט קיין קעמפער?
די פאקט אז די עטיאפיער רעגירונג האט ארעסטירט שווערע טויזנטער טיגרייען בירגער בלויז ווייל זיי זענען טיגרייענס און ווערן פארהאלטן אין לאגערן.
די פאקט אז כמעט יעדער וואס מען קען קלאר זעהן זענען גלייך אידענטיפיצירט געווארן מיט זייערע נעמען און וואוינארט, דורך פריינט און משפחה אלץ ציווילער טיגרייען בירגער אן אפי' איינער זאל שרייבן אז ער דערקענט זיין משפחה מיטגליד "א זעלנער" (זיי שעמען זיך נישט צו פארטיידיגן זייער ראיאן און שטאלצירן דערמיט)
די פאקט אז קיין איין נוטראלער אקאונט איבער עטיאפיע האט נישט באריכטעט איבער אזויפיל געפאנגענע טיגרייען זעלנער אין קיינער פון די טעג.
די פאקט אז זיי קוקען נישט אויס ווי געפאנגענע זעלנער היינט נעכטן.
דאס אלעס זאגט אז זיי זענען געניצט געווארן פאר פראפעגאנדע.
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16638
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: קריג אין עטיאפיע
פעיק ניוז האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן:איינוואוינער פון געשינע פארציילן שוידערליכע געשיכטעס וואס זיי זענען דורך פון די TPLF רעבעלן ווען זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אין געשינע די לעצטע עטליכע חדשים. לויט זיי זענען אזוי פיל ווי 400 איינוואוינער ברוטאל ערמארדעט געווארן על לא עוול בכפם.
חוץ די רויבערייען, שאדן מאכן און פלינדערן וואס עס קומט זיי אונטער די האנט האבן זיי פשוט געמארדעט.
איין איינוואוינער פארציילט זיי האבן דערשאסן אלע מיינע טעכטער ווייל זיי פארכאפן זייער קיה. אלעס וואס אונז האמיר פארמאגט האבן זיי צושטערט ביזן גרינט. אונז זעמיר געבליבן אן גארנישט. קיין עסן. קיין קליידער.
---
מאכט שוין מער סענס אז דער געוועזענער פראטעסט דורך טיגרעי געפאנגענע, קעגן מוחמד'ס כלומר'שטע בארבאריזם, איז געווען א פראפאגאנדע מיטל.
אמת.
---
די עטיאפיער רעגירונג האט געטון ענליך פאריגער וואך. זיי האבן צוזאמגעריפן אלע טיגרייען פרויען אין אדיס אבאבא אין א גרויסע פראטעסט אין עבעבי בעקילע סקווער צו פראטעסטירן קעגן די טיגרייען זעלנער. נישט ערשיינען אדער אנקומען שפעט וואלט זיי באצייכנט אלץ "פיינט פון לאנד" זענען זיי אנגעווארנט געווארן.