יליד טאהש האט געשריבן:דער קאמארנער ברענגט אז מעולם איז נישט געווען קיין גר מישמעאל נישט יעדע מוסלומענער איז א ישמעאלי
וכעי"ז הובא בספה"ק זרע שמשון פרשת תולדות אות ג'
[/code][/left]
איז א סימן אז זיי זענען נישט געווען קיין אפשטאמיגע פון ישמעאל. דער משוגע מוחמד האט נישט מקפיד געווען ארויף צו צווינגען זיינע דמיונות נאר אויף בני ישמעאל איך האב מיר באצויגען צו דאס וואס איינער האט געשריבען אז עס דאכט זיך אים אז גרים פון ישמעאל זענען א גרעסערע דרגה
אדער איז א סימן אז די זענען נישט קיין גרים. וואס הייסט ביי וויקיפידיע א ״גר״, הייסט נישט ביי מיר א גר, וד״ל.
ממש אזוי האט געשריבן:דאס רחמנות האבן אויף אים דא איז גאר מאדנע.
לאמיר פארשטיין, דא רעדט מען פון א גוי גמור!! (יא יא ער איז נאכאלץ א גוי) וואס האט נישט געוואלט מקיים זיין דאס וואס די תורה זאגט אז די פראצעדור פון ווערן א איד איז. וואס איז דא רחמנות צו האבן???? רחמנות אויף א גוי וואס האט מצער געווען א איד??
מדבריו וואלט איך פארשטאנען אז ער "וואלט ווען יא געוואלט" זיך מגייר זיין ווי אן אמת'ע איד, נאר ער האט געקלערט אז מ'וועט אים אוועק שטויסן וויבאלד ער איז א מוסלעמענער אפשטאמיגער (און כ'מיין אז אזוי איז טאקע געווען אין זיינע בראשית יארן), ממילא האט ער געקלערט ער וועט שפילן איד אזוי, פארגעס נישט ער איז דאל סוכ"ס נישט קיין איד, פון וואו ווילסטו ער זאל וויסן אז טאמער ער טובל'ט זיך נישט און גייט נישט אדורך א גיור כהלכה וועט ער אמת'דיג נישט זיין א איד ?! ער מצדו רעדט זיך איין אז "רחמנא ליבא בעי"... ער האט פשוט מורא ממילא בלאפט ער, אבער ביי זיך אין (גוי'איש) הארץ ולפי תומו איז ער א געהעריגע אידן כ'ווייס נישט, כ'ברענג נאר ארויף דעם צד השני
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
נאכן אויסהערן (זיינע שטותים) א שעה זעט מען כמה גדולה דברי חכמים וואס האבן געהייסען מדחה זיין א גוי פון זיך מגייר און מ'לערנט עס ארויס פון רות.
די גמרא זאגט קשים גרים לישראל כספחת רש"י לפי שאינם זהירים במצוות והרגילים אצלם נמשכים אצלם ולומדים ממעשיהם, דא קומט א גוי און ''טשיט'' די סיסטעם און ער ווייסט באמת נישט על מה יצא הקצף, ווען ער גייט ווען אין אור שמח וואלט ער כמעט זיכער ארויסגעפאלן , כ'רייב זיך די אויגן צו זען ווי מ'האט דא רחמנות אויף אים.
דרך אגב צו פארענטפערן די מחלוקה פון רש''י לפי שאינם זהירים במצוות והרגילים אצלם נמשכים אצלם ולומדים ממעשיהם, און תו''ס בשם רבי אברהם הגר לפי שהגרים בקיאים במצוות ומדקדקים בהם עוד יותר מישראל ולפיכך קשים הם לישראל כספחת דמתוך כך הקב"ה מזכיר עוונותיהם של ישראל כשאין עושים רצונו. רש''י רעדט פון די גרים וואס זענען געגאנגן צו די א''ג רבנים וואס מאכן גרים טשיק טשאק ,און רבי אברהם הגר איז געגאנגען צו א בי''ד וואס האט אים גוט אויסגעלערנט תורה און זיכער געמאכט אז ער איז א מדקדק במצוות.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
יום אחד האט געשריבן:א שרעק ווי שטארק די השפעה פון די גאס איז, היינט צופרי געלערענט חו''ר די פרשה פון שכם-דינה, די העיט אויף שכם פון יעדעס יאר האט זיך איבערגעדרייט צו רחמנות, ער האט נעבעך אלעס געטרייט TO MAKE IT WORK נעבעך וואס האט מען געוואלט פון אים .
מ'דארף נאר געדענקען ביי ''אונז'' אין ביהמ''ד בנות ישראל אינם הפקר ווי די תרגום יונתן זאגט לא יאי למהוי מתאמר בכנישתהון דישראל, ערלאין סאיבו לבתולתא ופלחי צלמין טניפו לברתיה דיעקב. אלהין כדין יאי למהוי מתאמר, ערלאין אתקטילו בגין בתולתא ופלחי צלמין בגין ברתיה דיעקב. ולא יהוי שכם בר חמור מלגלג במיליה עלנא, וכאיתא מטעייא נפקת ברה דלית לה תבוע יעביד ית אחתן, אין לא עבדנא ית פתגמא הדין.

פאר אלע וואס האבן געהערט די אינטערוויאו, און הערן פון דעם מענטש בלויז שקר און בלאף, און אז ער איז א קאן ארטיסט וכדו'
קודם כל, אפילו אונז ווילן, קענען אסאך פון אונז נישט האבן קיין סימפאטיע צו אים, ווייל אפילו די סארט יוד וואס ער וויל זיין, איז גאר גאר ווייט פון אונזער געדאנקענגאנג, און ביי פילע פון אונז זענען יענע קרייזן קוים פארעכענט אלס יודן.. (חס ושלום...)
(זייער אסאך פון די אויבענדערמאנטע פעך און שוועבל וואס מ'גיסט דא אויף זיין אינטערוויא, האט מען לכאורה מער געמיינט צו באשייגצן די וועג וויאזוי ער רעדט, די גאנצע סיפור הדברים וויאזוי די שידוך איז צוגעגאנגען, וואס דאס איז (ליידער) די נארמאלע שטייגער ביי די קרייזן)
למעשה איז ער יעצט אויסגעשפילט פון ביידע זייטן, ער איז שוין פאר יארן לאנג אפגעהאקט פון זיין פאמיליע, אדער פון סיי וועלכע גוישע פריינט, ער האט קיין גוישע לעבן נישט און דא האט ער אזוי בעוול'ט א יודישע משפחה, און מיט דעם אזוי אויפגערעגט כלל ישראל,
צו ס'איז א מצווה רחמנות צי האבן אויף אים און אים העלפן?.. איך ווייס נישט, אבער ער איז זיכער א שרעקליכע רחמנות, און די יודישע מידה פון רחמנות וועט לכאורה זיין דער גורם אז ער זאל צום סוף אנקומן צו א גיור, און דעמאלט'ס איז דא א מצווה פון ואהבתם את הגר.
(דאס איז איינמאל זיכער, שטעלטס אייך פאר ווען ער בלייבט ווען מיט די אידענע, און זיי האבן עטליכע יודישע קינדער מיט א גוישע טאטע, און דאן ווערן זיי געוואר אז זייער טאטע איז א גוי און אז ער האט אויסגענערט די מאמע, ווי סאך מער אומגליקליך וואלט ער דעמאלט'ס געווען, און פארשטייט זיך אויך די יודישע פאמיליע,)
תשעט האט געשריבן:פאר אלע וואס האבן געהערט די אינטערוויאו, און הערן פון דעם מענטש בלויז שקר און בלאף, און אז ער איז א קאן ארטיסט וכדו'
קודם כל, אפילו אונז ווילן, קענען אסאך פון אונז נישט האבן קיין סימפאטיע צו אים, ווייל אפילו די סארט יוד וואס ער וויל זיין, איז גאר גאר ווייט פון אונזער געדאנקענגאנג, און ביי פילע פון אונז זענען יענע קרייזן קוים פארעכענט אלס יודן.. (חס ושלום...)
(זייער אסאך פון די אויבענדערמאנטע פעך און שוועבל וואס מ'גיסט דא אויף זיין אינטערוויא, האט מען לכאורה מער געמיינט צו באשייגצן די וועג וויאזוי ער רעדט, די גאנצע סיפור הדברים וויאזוי די שידוך איז צוגעגאנגען, וואס דאס איז (ליידער) די נארמאלע שטייגער ביי די קרייזן)
למעשה איז ער יעצט אויסגעשפילט פון ביידע זייטן, ער איז שוין פאר יארן לאנג אפגעהאקט פון זיין פאמיליע, אדער פון סיי וועלכע גוישע פריינט, ער האט קיין גוישע לעבן נישט און דא האט ער אזוי בעוול'ט א יודישע משפחה, און מיט דעם אזוי אויפגערעגט כלל ישראל,
צו ס'איז א מצווה רחמנות צי האבן אויף אים און אים העלפן?.. איך ווייס נישט, אבער ער איז זיכער א שרעקליכע רחמנות, און די יודישע מידה פון רחמנות וועט לכאורה זיין דער גורם אז ער זאל צום סוף אנקומן צו א גיור, און דעמאלט'ס איז דא א מצווה פון ואהבתם את הגר.
(דאס איז איינמאל זיכער, שטעלטס אייך פאר ווען ער בלייבט ווען מיט די אידענע, און זיי האבן עטליכע יודישע קינדער מיט א גוישע טאטע, און דאן ווערן זיי געוואר אז זייער טאטע איז א גוי און אז ער האט אויסגענערט די מאמע, ווי סאך מער אומגליקליך וואלט ער דעמאלט'ס געווען, און פארשטייט זיך אויך די יודישע פאמיליע,)
יום אחד האט געשריבן:א שרעק ווי שטארק די השפעה פון די גאס איז, היינט צופרי געלערענט חו''ר די פרשה פון שכם-דינה, די העיט אויף שכם פון יעדעס יאר האט זיך איבערגעדרייט צו רחמנות, ער האט נעבעך אלעס געטרייט TO MAKE IT WORK נעבעך וואס האט מען געוואלט פון אים .
מ'דארף נאר געדענקען ביי ''אונז'' אין ביהמ''ד בנות ישראל אינם הפקר ווי די תרגום יונתן זאגט לא יאי למהוי מתאמר בכנישתהון דישראל, ערלאין סאיבו לבתולתא ופלחי צלמין טניפו לברתיה דיעקב. אלהין כדין יאי למהוי מתאמר, ערלאין אתקטילו בגין בתולתא ופלחי צלמין בגין ברתיה דיעקב. ולא יהוי שכם בר חמור מלגלג במיליה עלנא, וכאיתא מטעייא נפקת ברה דלית לה תבוע יעביד ית אחתן, אין לא עבדנא ית פתגמא הדין.
סאו דו זאגסט אז בהשפעה פון די היינטיגע גאס וואלט מען זיך אנגענומען פאר שכם? עפעס שטימט נישט

להבדיל אלף אלפי הבדלות, איך מיין אז די מענטשן וואס האבען רחמנות אויף אים זענען אויך פרא-איליגעל-אימיגראנטס.