פרישער פוטש אין סודאן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

סודאנער ארמיי שעף היינט אינדערפריה: "פרעמיער מיניסטער האמדאק געפינט זיך ביי מיר אינדערהיים"

לויט באריכטן איז האמדאק שפעטער אין טאג אפגעפירט געווארן - אונטער מיליטערישע באגלייטונג - צוריק צו זיך אהיים.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

סעקרעטאר בלינקען זאגט יעצט אז ער האט גערעדט היינט צו פרעימער האמדאק:
Glad to have spoken to @SudanPMHamdok upon his release about the Sudanese people’s fight for democracy and the need to return to civilian leadership
אמשינוב
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:00 am

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשינוב »

נקדימון האט געשריבן:סודאנער ארמיי שעף היינט אינדערפריה: "פרעמיער מיניסטער האמדאק געפינט זיך ביי מיר אינדערהיים"

לויט באריכטן איז האמדאק שפעטער אין טאג אפגעפירט געווארן - אונטער מיליטערישע באגלייטונג - צוריק צו זיך אהיים.

שכ"ח @נקדימון
אגב כבין אביסל צימישט מיט די נעמען ווער איז געווען פרעמיער ווער איז יעצט?
ביטע אביסל אויסקלארן שכ"ח
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אמשונוב האט געשריבן:

אבדוללא האמדאק איז דער ציווילער פרעימער מיניסטער וואס איז געווארן געשטעלט עטליכע יאר צוריק.

יעצט ליגט די מאכט ביי דער מיליטערישער גענעראל אבדול אל פאטאח בורהאן.

בורהאן איז א מאכטפולער מאן אין סודאנער פאליטיק די לעצטיגע יארן. ער דינט (האט געדינט ביז ער האט עס אויפגעלעזט) אלץ די פארזיצער פון די סאווערן קאנסיל אין סודאן. [וואס זיי האבן די מאכט אויס צו וועלן דער פרעימער מיניסטער]

נקדימון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:איז די ציווילע רעגירונג געווען אריינגעוועלט דורך דאס פאלק?

די סאווערן קאנסיל פון סודאן איז צוזאמגעשטעלט געווארן אין 2019 צו פירן דאס לאנד, נאך די דאמאלטסדיגער פוטש אין לאנד דורך די מיליטער.

אין 2019 איז פארגעקומען א פוטש דורך די מיליטער און אומגעווארפן די לאנגיעריגער פרעזידענט אמאר על באשיר. באשיר איז געקומען צו די מאכט אין סודאן נאכן דורכפירן א פוטש אין 1989 אויף די דאמאלטסדיגער דעמאקראטישער רעגירונג.

נאך עטליכע חדשים אין 2019 ווי די מיליטער האט געהערשט מיט א ברוטאלקייט איז די מיליטער (באקאנט אלץ די TMC טראנזישאנעל מיליטערי קאנסיל) איינגעגאנגען צו איינשטעלן א מער נארמאלער רעגירונג און געשלאסן א דיעל מיט די FFC (פארסעס און פרידאם און טשעינדזש) צו צוזאם שטעלן א פרידליכער פאראייניגטער רעגירונג.

די FFC איז צוזאמגעשטעלט פון עטליכע רעבעלן גרופעס און ציווילע בירגער.

די ביידע האבן דאן אויפגעשטעלט די "סאווערן קאנסיל פון סודאן" וואס פארמאגט 5 מיטגלידער פון די ביידע פארטייען און דערנאך נאך 2 מיטגלידער וואס ביידע פארטייען וועלן אויס צוזאמען.

די געמיינזאמע סאווערן קאנסיל האט דאן אויסגעוועלט אבדוללא האמדאק אלץ פרעימער מיניסטער פון לאנד.

די רעגירונג האט געדארפט דינען 39 חדשים ווי דער מיליטערישער גענעראל בורהאן דינט אלץ פארזיצער די ערשטע 21 חדשים און די איבריגע 18 חדשים וועט איינער פון די FFC דינען אלץ פארזיצער ביז אין 2022. לוטענאנט גענעראל בורהאן איז למעשה געבליבן דער פארזיצער אפי' נאך זיין טערמין האט געדארפט אפלויפן נאך די זשובא שלום אפמאך פאריאר, צו אנהאלטן דאס פרידן אין לאנד.

יעצט נאוועמבער איז געווען געפלאנט פארצוקומען זשענערעל עלעקשענס אין לאנד נאך וואס עד ענדיגט זיך די 39 חדשים פון די סאווערן קאנסיל
אמשינוב
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:00 am

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשינוב »

זייער ציכטיג אין קלאר,
תודה רבה
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אמשונוב האט געשריבן:זייער ציכטיג אין קלאר,
תודה רבה
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

נקדימון, ווי קומט די נעקסטע פוטש?
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

דממה דקה האט געשריבן:נקדימון, ווי קומט די נעקסטע פוטש?

:lol:
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

פרישע קוגל האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:נקדימון, ווי קומט די נעקסטע פוטש?

:lol:

לאך נישט אזוי ווייל סקען נאך געשען ביי דיר...
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2321
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

קאנסאלטענט האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:נקדימון, ווי קומט די נעקסטע פוטש?

:lol:

לאך נישט אזוי ווייל סקען נאך געשען ביי דיר...

האלעוויי....
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

בילדער היינט אין ניאלא (הויפט שטאט פון) דרום דארפור זעהט מען בלאקירטע שאסייען און פראטעסטירער
20211027_121322.jpg
20211027_121322.jpg (78.61 KiB) געזען 1878 מאל
אטעטשמענטס
20211027_121325.jpg
20211027_121325.jpg (76.58 KiB) געזען 1878 מאל
20211027_121329.jpg
20211027_121329.jpg (80.15 KiB) געזען 1878 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פראטעסטירער יעצט אין אטבארא סיטי רופן די פאלק פאר מאסן דעמאנסטראציעס אים אקטובער 30
20211027_122122.jpg
20211027_122122.jpg (83.25 KiB) געזען 1861 מאל
20211027_122943.jpg
20211027_122943.jpg (112.85 KiB) געזען 1861 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די רעזיסטענס איז נישט נאר אין כארטום סיטי. שווערע בלאקאדעס אין ווייט - נייעל סיטי
20211027_124844.jpg
20211027_124844.jpg (48.78 KiB) געזען 1833 מאל
אטעטשמענטס
20211027_124846.jpg
20211027_124846.jpg (46.92 KiB) געזען 1833 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די AU אפריקאנער יוניען האט סוספענדירט סודאן פון די קערפערשאפט ביז די געהעריגער רעגירונג ווערט נישט צוריק געשטעלט
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

UN ווארטזאגער זאגט אז וואלקער פערטהעס דער רעפרעזענטעטיוו קיין סודאן האט זיך היינט געטראפן מיט גענעראל בורהאן און געלייגט דרוק צו צוריק גיין צו די פריערדיגע פירערשאפט לויט ווי אזוי עס איז געווען אפגעמאכט ביז היינט.

וואלקער האט זיך אויך געטראפן נישט צו לאנג צוריק מיט פרעמיער מיניסטער האמדאק
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מעגליכער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:די אינטערנעט סערוויס איז געווארן אפגעשטעלט אין עטליכע געגענטער
20211024_234843.jpg
20211024_234843.jpg (60.88 KiB) געזען 1601 מאל

באלד 70 שעה שפעטער און די אינטערנעט סערוויס איז נאכאלץ דאון.
20211027_214459.jpg
20211027_214459.jpg (64.37 KiB) געזען 1601 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:פראטעסטירער יעצט אין אטבארא סיטי רופן די פאלק פאר מאסן דעמאנסטראציעס אים אקטובער 30

עס איז פארגעקומען מאסן - מער ווייניגער פרידליכע - פראטעסטן מיט די באטייליגונג פון שווערע שווערע טויזנטער בירגער איבער שטעט אין סודאן.

עטליכע שטעט האבן יא בייגעוואוינט אטאקעס און הייס געווער פון די מיליטער דאס רעכנט אריין כארטום, זעלינגעי, אמדארמאן, נייעל, מאדאני און געדאריף (שטייט ביי די גרעניץ מיט איטאפיע)

דריי זענען באריכטעט טויט און איבער הונדערט פארוואונדעטע.
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

וואס טוט זיך דארט מיטן פוטש ?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמעריקאנע געהילף סעקרעטארי אוו סטעיט פרוי פי דורכאויס א האזוך קיין סודאן זיך געטראפן מיט דער ארויסגעשטויסענע געוועזענע פרעמיער מיניסטער פון לאנד
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אמעריקאנע געהילף סעקרעטארי אוו סטעיט פרוי פי דורכאויס א האזוך קיין סודאן זיך געטראפן מיט דער ארויסגעשטויסענע געוועזענע פרעמיער מיניסטער פון לאנד

אויך האט זי זיך געטראפן מיט דער אמטירענדע מיליטערישע פירער פון לאנד, גענעראל אבדעל פאטאח על-בורהאן
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: מעגליכער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:די אינטערנעט סערוויס איז אפגעשטעלט אין עטליכע געגענטער

נאך כמעט א חודש וואס די אינטערנעט איז געווען אויסגעשאלטערט איבער די לאנד ווערט עס היינט -טיילווייז- צוריק געשטעלט.

דאס קומט נאך וואס א געריכט האט געסטראשעט צו ארעסטירן די בעלי בתים פון די סערווער פירמעס טאמער עס ווערט נישט צוריק געשטעלט.

(איז נישט די מיליטער יעצט איבער יענער שופט ? ווייסעך נישט)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פראטעסטן האבן היינט פארגעזעצט טראץ די ווילדע קרעקדאון נעכטן פון די אינסטאנצן. נעכטן איז געווען די טויטליכסטע טאג זינט די פוטש ווען 15 פראטעסטירער זענען געשאסן געווארן טויט און עטליכע צענדליג פארוואונדעטע. רוב פון זיין אין הויפט שטאט כארטום.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ברעיקינג: כמעט א חודש נאך וואך דער הויפט גענעראל אין לאנד האט ארויסגעווארפן דער פרעימער מיניסטער אבדוללא האמדאק זענען זיי היינט איינגעגאנגען אויף א דיעל צוריק צו בעקן פון די מיליטערישע קאנטראל אויפן לאנד און צוריק שטעלן א ציווילער רעגירונג.

האמדאק איז געווארן ארויסגעלאזט פון הויז ארעסט
20211121_112217.jpg
20211121_112217.jpg (131.23 KiB) געזען 894 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרעימער האמדאק מיט גענעראל אבדול פאטאח אל בורהאן ביי אינטערשרייבן א דיעל
20211121_112303.jpg
20211121_112303.jpg (94.93 KiB) געזען 886 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרישער פוטש אין סודאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די סודאנער בירגער זענען נישט איבריג אנטציקט פון די כמו דיעל וואס שטעלט צוריק האמדאק אויף זיין פאזיציע ווען די מיליטער האט נאך א דעה דערין. מיליאנען פון זיי ווילן א פולשטענדיגע ציווילער רעגירונג.

פראטעסטן קומען נאך פאר אין צענדליגער שטעט.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”