נארמאליזעם האט געשריבן:ארץ ישראל גייט אפהאלטן א גרויסע עקסערסייז דריל קומענדיגע ספרינג סיזען מיט אסאך פליגערס און אויפשפילן אן אטאקע אויפן איראנע נוקלער פלענטס
מדינת ישראל, כצ"ל.
נארמאליזעם האט געשריבן:א מעמבער אין נעווי סיעל טיעם 8 איז געשטארבן בשעתן דורכגיין טרעינונג
די גענויע דעטאלן איבער די ספעציפישע וועג ווי אזוי ער איז אומגעקומען האט די נעווי נאכנישט ארויסגעגעבן, אבער פאלגענד איז די אינפארמאציע וואס זיי האבן שוין יא ארויסגעגעבן.
זיין נאמען איז ברייען באָרזשויווא (Brian Bourgeois), 43 יאר אלט, דער קאמאנדיר פון די גאנצע סיעל טיעם 8! ער איז פארוואונדעט געווארן אין אן עקסידענט בשעת א "שנעלע-שטראנג" (fast-rope) טרענירונג עוועלוציע (training evolution) (ווייס מיר נישט פונקטליך וואס דאס מיינט) אין ווירדזשיניע ביעטש, ווירדזשיניע.
פארוואונדעט געווארן איז ער דעם פארלאפענעם שבת, און דערנאך געשטארבן פון די וואונדן צוויי טעג צוריק, דינסטאג.
ער איז געווען א קאמישענד אפיציר (אזוי ווי מ'האמיר געלערנט פון נארמי'ס "אמעריקאנער מיליטער באשרייבונג") וואס האט שטודירט אין די 'נעווי אקאדעמיע' (U.S. Naval Academy), אין יאר 2001 למס' איז ער געווארן 'קאמישענד' אין די 'נעווי ספעציעלע קריגס קונסט' (naval special warfare) אפטיילונג, וואס אלע סיעלס און נאך ספעציעלע קרעפטן פון די נעווי געפונען זיך אונטער.
ער איז געווארן א קאמאנדיר אין יאר 2013, אין נאוועמבער 2020 איז ער באשטימט געווארן אלס דער קאמאנדיר פון סיעל טיעם 8. סיעל טיעם 8 באשטייט פון 8 פלאטונס (האמיר אויך געלערנט וואס דאס איז אין נארמי'ס אמעריקאנער מיליטער באשרייבונג אשכול) וואס אפערירן אין די קאריביען, אפריקע, און די מיטלענדישער ים (Caribbean, Africa, and the Mediterranean).
זייערע פלאטונס ווער געווענליך געשיקט צו העלפן די אמעריקאנער צווייטע, פינפטע, און זעקסטע פלאטילען. זייער הויפט קווארטיר איז אין ווירדזשיניע.
דער אומגעקומענע קאמאנדיר האט געהאט עטליכע מעדאלן.