מיליטערישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

היכי תמצא האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:זיי האבן נישט בעסער וואס צו טוהן? וואס איז דאס שאוס?

viewtopic.php?forms=0&t=42292

נישט געכאפט מיין שאלה.
פארוואס זאל מען אינוועסטירן געלט פאר שאוס? אויב זענען זיי געשילטע פילאטן, דארף מען זיי אין די ארמיי. נישט אזוי?!

די מיליטער האט גענוג און נאך, און די פילאטן ניצט מען אויך פאר רעגולערע אקטיוויטעטן.

אלע מיליטערישע אפטיילונגען מאכן אזוינע שפילן אדער פאראדען. אין ניו יארק איז יעדע יאר דא 'פלאטילע וואך' ווען די נעווי קומען מיט שיפן, מאטראזן, און מארינען.

די המון עם קען קומען באזוכן און שמועסן מיט די מיליטערלייט.

עס טוט אויף. עס איז מער ווייניגער פי. אר. פאר די מיליטער, סיי פאר שטיצע ביי די אמעריקאנער שטייער צאלער און סיי פאר פאטענציאלע רעקרוטן.

זענען די פליגערס אלעמאל קאלירט, אדער מפעינט עס נאר פאר די שאו, און נאכדעם נעמט מען עס אראפ?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21086
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:זיי האבן נישט בעסער וואס צו טוהן? וואס איז דאס שאוס?

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... =0&t=42292

נישט געכאפט מיין שאלה.
פארוואס זאל מען אינוועסטירן געלט פאר שאוס? אויב זענען זיי געשילטע פילאטן, דארף מען זיי אין די ארמיי. נישט אזוי?!

די מיליטער האט גענוג און נאך, און די פילאטן ניצט מען אויך פאר רעגולערע אקטיוויטעטן.

אלע מיליטערישע אפטיילונגען מאכן אזוינע שפילן אדער פאראדען. אין ניו יארק איז יעדע יאר דא 'פלאטילע וואך' ווען די נעווי קומען מיט שיפן, מאטראזן, און מארינען.

די המון עם קען קומען באזוכן און שמועסן מיט די מיליטערלייט.

עס טוט אויף. עס איז מער ווייניגער פי. אר. פאר די מיליטער, סיי פאר שטיצע ביי די אמעריקאנער שטייער צאלער און סיי פאר פאטענציאלע רעקרוטן.

זענען די פליגערס אלעמאל קאלירט, אדער מפעינט עס נאר פאר די שאו, און נאכדעם נעמט מען עס אראפ?

אייביג אזוי
זיי האבן זייער ספעציעלע קליידער און אפילו זייער וויקהעל וואס ברענגט זיי איז אויך דעי קאלערס
זייערע פליגערס זענען דיזיינט צו קענען דורכפירן דעי קינצן,
ווי למשל זיין איבערגעדרייט און נאנט איינער צום צווייטן ווען נאר 18 אינטשעס טיילט זיי אפ.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

נארמאליזעם האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:viewtopic.php?forms=0&t=42292

ס'איז נישט רעגולער פליגערס?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21086
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:נישט געכאפט מיין שאלה.
פארוואס זאל מען אינוועסטירן געלט פאר שאוס? אויב זענען זיי געשילטע פילאטן, דארף מען זיי אין די ארמיי. נישט אזוי?!

די מיליטער האט גענוג און נאך, און די פילאטן ניצט מען אויך פאר רעגולערע אקטיוויטעטן.

אלע מיליטערישע אפטיילונגען מאכן אזוינע שפילן אדער פאראדען. אין ניו יארק איז יעדע יאר דא 'פלאטילע וואך' ווען די נעווי קומען מיט שיפן, מאטראזן, און מארינען.

די המון עם קען קומען באזוכן און שמועסן מיט די מיליטערלייט.

עס טוט אויף. עס איז מער ווייניגער פי. אר. פאר די מיליטער, סיי פאר שטיצע ביי די אמעריקאנער שטייער צאלער און סיי פאר פאטענציאלע רעקרוטן.

זענען די פליגערס אלעמאל קאלירט, אדער מפעינט עס נאר פאר די שאו, און נאכדעם נעמט מען עס אראפ?

אייביג אזוי
זיי האבן זייער ספעציעלע קליידער און אפילו זייער וויקהעל וואס ברענגט זיי איז אויך דעי קאלערס
זייערע פליגערס זענען דיזיינט צו קענען דורכפירן דעי קינצן,
ווי למשל זיין איבערגעדרייט און נאנט איינער צום צווייטן ווען נאר 18 אינטשעס טיילט זיי אפ.

ס'איז נישט רעגולער פליגערס?

סאיז
F/A18 און F16 פליגערס אבער אביסעל מאדעפעציערט און געמאכט ספעשעל פאר זיי.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

און קען לכאורה נישט טראגן קיין וואפן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פלאטילע וואך (Fleet Week) איז לדעתי מער אינטערעסאנט ווי פליגער שפילן

איך בין קיינמאל געווען ביי א לופט פליגער שפיל, אבער אין ניו יארק בין איך אמאל געגאנגען צו די שיפן דורכאויס פלאטילע וואך.

עס איז געווען א געוויסע שיף, איך געדענק נישט די נאמען אדער סארט, וואס ביי זיך אין בויך האט עס געהאט אמפיביעס שיפלעך און טרעקלעך, וואס פארן ארויס פון איר בויך אויף גרויסע רעמפ וואס ווערט אראפגעלאזט ביים לאנדן אויף א בארטן.

א דריטל פון איר דעק איז געווען פלאך און האט דארט געהאט א העליפעד, אבער לויט ווי איך געדענק איז די העליקאפטער נישט דארט געווען.

זיי האבן געלאזט אלע ציווילע ארומגיין און זיצן אין די טרעקלעך, אמפיביעס שיפן, און זיך ארומדרייען אויפ'ן שיף. אויך איז געווען א גרויסע צימער וואו מען האט געקענט האלטן און באקוקן צענדליגע סארט וואפן. גרויסע מאשין געווער, קליינע גראנאטן שיסער, אנטי טאנק וואפן, און אלעס וואס זייערע קרעפטן דארט ניצן (שטייצעך אן זיין געלאדענט מיט הייסע רונדען).

איך גלייב אז זיי האבן געהאט א מאנשאפט פון 700, עטליכע הונדערט מאטראזן און עטליכע הונדערט מארינען. די מאטראזן האבן געפירט די שיף מיט איר ריזיגע גאנס (כ'דענק נישט אויב מיסילס אויך), למשל אויפ'ן עק דעק זענען געשטאנען מאטראזן מיט ריזיגע גאנס וואס זענען געזעצן אויף טרייפאדס אדער ענליכס. יענע געווער איז געווען הייס און זיי זענען געשטאנען אויפ'ן וואך. נעבן זיי האט מען נישט געטארט גיין, אויב מ'איז געגאנגען צו נאנט האט מען געכאפט אזא שטרענגע בליק פון איינע פון די חברה וואס מיר געמאכט טראכטן אז דער גייט מיר שיסן (כ'טרייב נישט איבער).

די מארינען האבן מיר מסביר געווען אז זיי פירן די אמפיביעס שיפלעך און טרעקלעך, אויך די העליקאפטער. ביידע קרעפטן - די נעווי מאטראזן און די מארינען ארבעטן ביינאזאם און שטייען איין אויפ'ן שיף אבער מיט גענצליך אנדערע מונדירן.

כ'האב געכאפט א שמועס מיט א מאטראז אויפ'ן דעק און אים געבעהטן אויב ער קען מיר ווייזן עפעס אינטערעסאנט אויפ'ן שיף, ער האט מיר געזאגט אז ער גייט כאפן א קאוק און אז איך קען אים נאכשפאצירן. ער האט מיר בטעות אריינגעפירט אין די פערזענליכע מאטראזן קווארטירן אפטיילונג. אן אפיציר האט אונז אפגעשטעלט און בייז געפרעגט וואס א ציווילער זוכט דארט, איך האב זיך אנגעהויבן פארענטפערן אז איך בין אים נאכגעגאנגען און נישט געכאפט ווי איך גיי... דער האט מיר געהייסן אפציען זאפארט וכך עשיתי.. ווייסעך נישט וואסערע פסק דער מאטראז האט געכאפט.

אינדרויסן פונעם שיף זענען געווען עטליכע מארינען מיט זייער טאנק, מ'האט געקענט קריכן אינעם טאנק, אויפ'ן טאנק, שפילן טאנק דרייווער וכו', די מארינען האבן מיר געזאגט אז זיי האבן געדינט אין אפגאניסטאן/איראק. איינער האט מיר געזאגט אז ער האט גע'הרג'ט 9 חברה (טאליבאן/אייסיס), כ'האב אים געפרעגט ווי אזוי ער ציילט, האט ער גערופן א חבר באשטעטיגן און יענער האט גלייך צוגעלייגט אז ער אליין האט געקניידעלט 3.

די חברה האבן מיר געפרעגט אויב איך וויל אנטון א וועסטל מיט'ן העלמעט, איך האזיך גע'ישוב'ט אבער די חברה האבן זיך אונטערגעשמייכלט זאגנדיג אז ס'גייט מיר זיין אינטערעסאנט צו שפירן וואס זיי טראגן וכו'. קיצור איך האב עס אנגעטון, וואוו האט דאס שווער געוואויגן, די חברה האבן עס נאך פיין באפעסטיגט אויף מיר, און איך האב עס געוואלט אראפנעמען ווי שנעלער ווייל עס האט שטארק געוואויגן, אבער כ'האב זיך געדארפט באפארענען אויפצומאכן אלע סטרעפס און די חברה האבן גוטמוטיג געשמייכלט...

סתם אן אינטערעסאנטע קרישקעלע.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

זייער אינטרעסאנט, וואו איז דעס פארגעקומען? זענען דא דארט אסאך אידן? סאונד ווי גאר א געשמאקע חוה"מ האלטן...
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21086
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

היכי תמצא האט געשריבן:פלאטילע וואך (Fleet Week) איז לדעתי מער אינטערעסאנט ווי פליגער שפילן

איך בין קיינמאל געווען ביי א לופט פליגער שפיל, אבער אין ניו יארק בין איך אמאל געגאנגען צו די שיפן דורכאויס פלאטילע וואך.

עס איז געווען א געוויסע שיף, איך געדענק נישט די נאמען אדער סארט, וואס ביי זיך אין בויך האט עס געהאט אמפיביעס שיפלעך און טרעקלעך, וואס פארן ארויס פון איר בויך אויף גרויסע רעמפ וואס ווערט אראפגעלאזט ביים לאנדן אויף א בארטן.

א דריטל פון איר דעק איז געווען פלאך און האט דארט געהאט א העליפעד, אבער לויט ווי איך געדענק איז די העליקאפטער נישט דארט געווען.

זיי האבן געלאזט אלע ציווילע ארומגיין און זיצן אין די טרעקלעך, אמפיביעס שיפן, און זיך ארומדרייען אויפ'ן שיף. אויך איז געווען א גרויסע צימער וואו מען האט געקענט האלטן און באקוקן צענדליגע סארט וואפן. גרויסע מאשין געווער, קליינע גראנאטן שיסער, אנטי טאנק וואפן, און אלעס וואס זייערע קרעפטן דארט ניצן (שטייצעך אן זיין געלאדענט מיט הייסע רונדען).

איך גלייב אז זיי האבן געהאט א מאנשאפט פון 700, עטליכע הונדערט מאטראזן און עטליכע הונדערט מארינען. די מאטראזן האבן געפירט די שיף מיט איר ריזיגע גאנס (כ'דענק נישט אויב מיסילס אויך), למשל אויפ'ן עק דעק זענען געשטאנען מאטראזן מיט ריזיגע גאנס וואס זענען געזעצן אויף טרייפאדס אדער ענליכס. יענע געווער איז געווען הייס און זיי זענען געשטאנען אויפ'ן וואך. נעבן זיי האט מען נישט געטארט גיין, אויב מ'איז געגאנגען צו נאנט האט מען געכאפט אזא שטרענגע בליק פון איינע פון די חברה וואס מיר געמאכט טראכטן אז דער גייט מיר שיסן (כ'טרייב נישט איבער).

די מארינען האבן מיר מסביר געווען אז זיי פירן די אמפיביעס שיפלעך און טרעקלעך, אויך די העליקאפטער. ביידע קרעפטן - די נעווי מאטראזן און די מארינען ארבעטן ביינאזאם און שטייען איין אויפ'ן שיף אבער מיט גענצליך אנדערע מונדירן.

כ'האב געכאפט א שמועס מיט א מאטראז אויפ'ן דעק און אים געבעהטן אויב ער קען מיר ווייזן עפעס אינטערעסאנט אויפ'ן שיף, ער האט מיר געזאגט אז ער גייט כאפן א קאוק און אז איך קען אים נאכשפאצירן. ער האט מיר בטעות אריינגעפירט אין די פערזענליכע מאטראזן קווארטירן אפטיילונג. אן אפיציר האט אונז אפגעשטעלט און בייז געפרעגט וואס א ציווילער זוכט דארט, איך האב זיך אנגעהויבן פארענטפערן אז איך בין אים נאכגעגאנגען און נישט געכאפט ווי איך גיי... דער האט מיר געהייסן אפציען זאפארט וכך עשיתי.. ווייסעך נישט וואסערע פסק דער מאטראז האט געכאפט.

אינדרויסן פונעם שיף זענען געווען עטליכע מארינען מיט זייער טאנק, מ'האט געקענט קריכן אינעם טאנק, אויפ'ן טאנק, שפילן טאנק דרייווער וכו', די מארינען האבן מיר געזאגט אז זיי האבן געדינט אין אפגאניסטאן/איראק. איינער האט מיר געזאגט אז ער האט גע'הרג'ט 9 חברה (טאליבאן/אייסיס), כ'האב אים געפרעגט ווי אזוי ער ציילט, האט ער גערופן א חבר באשטעטיגן און יענער האט גלייך צוגעלייגט אז ער אליין האט געקניידעלט 3.

די חברה האבן מיר געפרעגט אויב איך וויל אנטון א וועסטל מיט'ן העלמעט, איך האזיך גע'ישוב'ט אבער די חברה האבן זיך אונטערגעשמייכלט זאגנדיג אז ס'גייט מיר זיין אינטערעסאנט צו שפירן וואס זיי טראגן וכו'. קיצור איך האב עס אנגעטון, וואוו האט דאס שווער געוואויגן, די חברה האבן עס נאך פיין באפעסטיגט אויף מיר, און איך האב עס געוואלט אראפנעמען ווי שנעלער ווייל עס האט שטארק געוואויגן, אבער כ'האב זיך געדארפט באפארענען אויפצומאכן אלע סטרעפס און די חברה האבן גוטמוטיג געשמייכלט...

סתם אן אינטערעסאנטע קרישקעלע.

זייער אינטערסאנט
דערמאנסט מיר פון ווען כפלעג גיין זעהן ווי מלערנט זיך טאנצן מיט Parachutes א לאקעישן נעבן וועסטפוינט, זיי פלעגן אונז אריינעמען אין זייער בילדונג ווייזן אלעס, וויאזוי מפאקט זיך בשעתן ארויף לויפן אויפן העליקאפטער און נאכדעם טאנצן, כגעדענק וויאזוי די טיטשערס פלעגן מאכן טאומבלסוסעס בשעתן פליען, בשעתן לאנדן האבן זיי געדארפט צילן אנצוקומען אויף א באלאן ווער סהאט עס נישט געמאכט האט געדארפט איבערטאנצן, סאיז געווען אפאר מאל וואס כהאב באקומען א גאסט נעבן מיר ווען איינער האט געלאנדעט הארט נעקסט צו מיר, אויך איז געווען צייטן ווי ספלעגן זיין סאלדאטן וואס האבן געלאנדעט אויף ביימער, זייער אינטערסאנט געווען די שפיל.
אמעריקא איז אייביג ביזי אז זייער מיליטער איז דא צו באשיצן אירע בירגער און איז נישט א מיליטער וואס זיכט צו ווארפן פחד אויף אירע בירגער, וועגן דעם האבן זיי דעי אלע שאוס און לאזן מענטשן זעהן און אנכאפן אלעס.

_______________
מיסתם רעדסטו פון אזא שיף?

amphibious-assault-ship-lha-05.jpg
amphibious-assault-ship-lha-05.jpg (156.8 KiB) געזען 2270 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Rak Tov האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט, וואו איז דעס פארגעקומען? זענען דא דארט אסאך אידן? סאונד ווי גאר א געשמאקע חוה"מ האלטן...

ס'איז אין מאנהעטן. כ'מיין אז ס'געווען נאנט צו וואו די אינטרעפיד מוזיאום איז. ס'קומט נישט פאר א גאנץ יאר, נאר דורכאויס פלאטילע וואך וואס איז געווענליך איין מאל א יאר, איך ווייס נישט ווען זיי קומען נעקסט.

די קרישקעלע האט פאסירט אין ע"ה, זינט דעמאלטס בין איך נישט געגאנגען נאכאמאל, איך ווייס נישט ווען עס גייט אן ביי יאר.

אויב איז די אינטרעפיד אפען, דאן איז דאס אויך זייער אינטערעסאנט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נארמי, די אין די בילד איז ריזיג, די שיף וואס איך האב באזוכט איז געווען פיל קלענער נאר איין חלק האט געהאט א פלאכע דעק, און ס'נאר געווען פלאץ פאר איין העליקאפטער.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21086
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

היכי תמצא האט געשריבן:נארמי, די אין די בילד איז ריזיג, די שיף וואס איך האב באזוכט איז געווען פיל קלענער נאר איין חלק האט געהאט א פלאכע דעק, און ס'נאר געווען פלאץ פאר איין העליקאפטער.

אפשר א פריגעט?
warship-frigates-navy-uss-thach-wallpaper-preview.jpg
warship-frigates-navy-uss-thach-wallpaper-preview.jpg (110.66 KiB) געזען 2200 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נארמאליזעם האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:נארמי, די אין די בילד איז ריזיג, די שיף וואס איך האב באזוכט איז געווען פיל קלענער נאר איין חלק האט געהאט א פלאכע דעק, און ס'נאר געווען פלאץ פאר איין העליקאפטער.

אפשר א פריגעט?
warship-frigates-navy-uss-thach-wallpaper-preview.jpg

מעגליך, דאס זעהט אויס מער ווי אויף וואס איך בין געווען. ס'שוין אויך געווען א גוטע 7 יאר צוריק און איך געדענק נישט קלאר ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט, אבער עס נויגט מער צו די פריגעט.

-----

דיין פאראשוט קרישקעלע איז זייער אינטערעסאנט, ספעציפיש אז זיי האבן דיר געלאזט זעהן אזוי נאנט אמת'ע מושטירונגען, עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן.

די קאנאדישע מיליטער האט אויך אזוינע פארשטעלן אדער טורס?

כ'האב דאס געטראפן אויפ'ן וועבזייטל פון ניו יארק נעווי ליעג:

FLEET WEEK NEW YORK 2022 WILL BE CELEBRATED MAY 25–31
Multiple ships and more than 2,000 members of the sea services are set to visit the five boroughs between is May 25 and May 31. The week-long event will include public ship visitations, a variety of military demonstrations and a mix of new events and Member favorites like the Richard & Doris Scheuing CO-XO Reception.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21086
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

היכי תמצא האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:נארמי, די אין די בילד איז ריזיג, די שיף וואס איך האב באזוכט איז געווען פיל קלענער נאר איין חלק האט געהאט א פלאכע דעק, און ס'נאר געווען פלאץ פאר איין העליקאפטער.

אפשר א פריגעט?
warship-frigates-navy-uss-thach-wallpaper-preview.jpg

מעגליך, דאס זעהט אויס מער ווי אויף וואס איך בין געווען. ס'שוין אויך געווען א גוטע 7 יאר צוריק און איך געדענק נישט קלאר ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט, אבער עס נויגט מער צו די פריגעט.

-----

דיין פאראשוט קרישקעלע איז זייער אינטערעסאנט, ספעציפיש אז זיי האבן דיר געלאזט זעהן אזוי נאנט אמת'ע מושטירונגען, עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן.

די קאנאדישע מיליטער האט אויך אזוינע פארשטעלן אדער טורס?

זיי לאזן שוין נישט אריין סאיז פארמאכט פארן פאבליק

קאנאדא מאכט זייערע שאוס מער אלול צייט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

יו.עס. סענטראל קאמענד קאמאנדיר מארין גענעראל פרענק מקענזי האט פאריגע וואך רעטייערט פון מיליטערישע דינסט נאך צוויי-און-פערציג יאר.

זיין אמט האט איבערגענומען ארמיי גענעראל מייקל קורילא.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:יו.עס. סענטראל קאמענד קאמאנדיר מארין גענעראל פרענק מקענזי האט פאריגע וואך רעטייערט פון מיליטערישע דינסט נאך צוויי-און-פערציג יאר.

זיין אמט האט איבערגענומען ארמיי גענעראל מייקל קורילא.
אטעטשמענטס
www.centcom.mil MEDIA PRESS-RELEASES.png
www.centcom.mil MEDIA PRESS-RELEASES.png (107.26 KiB) געזען 1710 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
עיון
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2021 6:01 pm

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עיון »

כהאב זיך לעצטנס אנגעטשעפעט און א באריכט, אז רוסלאנד גייט ארויסגעבן אין 2023 און פארקויפן און 2026 א נייער פליגער געריפען checkmate, וואס וועט זיין בעסער מאכטפולער שנעלער ביליגער ווי די f35, הרב נארמאליזם, אהור האט אפשר א מושג צו דאס איז אמת????
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עיון האט געשריבן:כהאב זיך לעצטנס אנגעטשעפעט און א באריכט, אז רוסלאנד גייט ארויסגעבן אין 2023 און פארקויפן און 2026 א נייער פליגער געריפען checkmate, וואס וועט זיין בעסער מאכטפולער שנעלער ביליגער ווי די f35, הרב נארמאליזם, אהור האט אפשר א מושג צו דאס איז אמת????

קודם כל די ריכטיגע נאמען איז Sukhoi Su-75 Checkmate

מער ריסוירטש?

העליך לאזן פאר נארמי

(ס'איז מיר פשוט געווען אינטערעסאנט די נאמען, אבער נאכן דאס קלארשטעלן לאז איך עס פאר אים)
אוועטאר
סאטמאר מצות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:35 am

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר מצות »

עיון האט געשריבן:כהאב זיך לעצטנס אנגעטשעפעט און א באריכט, אז רוסלאנד גייט ארויסגעבן אין 2023 און פארקויפן און 2026 א נייער פליגער געריפען checkmate, וואס וועט זיין בעסער מאכטפולער שנעלער ביליגער ווי די f35, הרב נארמאליזם, אהור האט אפשר א מושג צו דאס איז אמת????

אויב איז עס אזוי מאכטפול ווי די su 35 קענסטו זיין רואיג
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

עיון האט געשריבן:כהאב זיך לעצטנס אנגעטשעפעט און א באריכט, אז רוסלאנד גייט ארויסגעבן אין 2023 און פארקויפן און 2026 א נייער פליגער געריפען checkmate, וואס וועט זיין בעסער מאכטפולער שנעלער ביליגער ווי די f35, הרב נארמאליזם, אהור האט אפשר א מושג צו דאס איז אמת????

איך זעה נישט פארוואס נישט. אמעריקע וועט דערנאך ארויסקומען מיט א בעסערע, און די וואפן געלויף גייט ווייטער אן.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

היכי תמצא האט געשריבן:
עיון האט געשריבן:כהאב זיך לעצטנס אנגעטשעפעט און א באריכט, אז רוסלאנד גייט ארויסגעבן אין 2023 און פארקויפן און 2026 א נייער פליגער געריפען checkmate, וואס וועט זיין בעסער מאכטפולער שנעלער ביליגער ווי די f35, הרב נארמאליזם, אהור האט אפשר א מושג צו דאס איז אמת????

איך זעה נישט פארוואס נישט. אמעריקע וועט דערנאך ארויסקומען מיט א בעסערע, און די וואפן געלויף גייט ווייטער אן.

סתם א זייטיגע שאלה,
גייט מען אמאל אפגרעידן די רעגולע פליגערס, כעין קאנקארד?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היכי תמצא האט געשריבן:
עיון האט געשריבן:כהאב זיך לעצטנס אנגעטשעפעט און א באריכט, אז רוסלאנד גייט ארויסגעבן אין 2023 און פארקויפן און 2026 א נייער פליגער געריפען checkmate, וואס וועט זיין בעסער מאכטפולער שנעלער ביליגער ווי די f35, הרב נארמאליזם, אהור האט אפשר א מושג צו דאס איז אמת????

איך זעה נישט פארוואס נישט. אמעריקע וועט דערנאך ארויסקומען מיט א בעסערע, און די וואפן געלויף גייט ווייטער אן.

נאופ, אמעריקא קומט ארויס מיט בעסערע סאאאך איידער די רוסן קענען עס בויען
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

.
לעצט פארראכטן דורך חרבונא אום דאנערשטאג אפריל 07, 2022 7:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21086
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עיון האט געשריבן:כהאב זיך לעצטנס אנגעטשעפעט און א באריכט, אז רוסלאנד גייט ארויסגעבן אין 2023 און פארקויפן און 2026 א נייער פליגער געריפען checkmate, וואס וועט זיין בעסער מאכטפולער שנעלער ביליגער ווי די f35, הרב נארמאליזם, אהור האט אפשר א מושג צו דאס איז אמת????

קודם כל די ריכטיגע נאמען איז Sukhoi Su-75 Checkmate

מער ריסוירטש?

העליך לאזן פאר נארמי

(ס'איז מיר פשוט געווען אינטערעסאנט די נאמען, אבער נאכן דאס קלארשטעלן לאז איך עס פאר אים)

די סאקאו 75 LTS שאכמאט אדער ווי גערופן ביי אנדערע די סאקאו 75 סקרימער איז א פיפטע גענעראציע קאנסעפט פליגער וואס רוסלאנד בויט,

נאכן דורכפאלן מיט זייער SU 57 פליגער איז רוסלאנד געגאנגן און אנגעהויבן צו בויען א ביליגערע ווערסיע פיפט גענעראציע פליגער.

לאמיר זעהן אביסעל פאקטן וואס מווייסט שוין:

א מולטי פייטער אטאקע זשעט

גייט זיין לאנג 57 פיס
ברייט 39 פיס

איין ענזשין אנשטאטס צוויי ווי די סא 57
איין מענטש וועט זיצן דערין

גייט זיין א סטעלט פליגער

פליען אויף מאק 1.8
ביז 1800 מייל ווייט
קען האלטן ביז 18 טויזענט פונט

קען טראגן צוויי מינע עיר טא עיר מיסילעס
צוויי מינע עיר טא סערפיס באמבעס

קאסט $30,000,000

אפאר קליינע זאכן וואס מדארף אריינקוקן איז:

נאכנישט געווארן געבויט
גייט ווערן געטעסט אין יאר 2023
גייט ווערן רעדי צו דעליווערן אין יאר 2028

האט א שוואכע סוקסעס רעיט פון זיך קענען ארויסדרייען ווען נויטיג מער פינקטלעך 8G ווען 5'טע גענעראציע פליגערס האלטן שוין ביי 9G

די פענסטער העכערן פיילעט איז צו קליין

און וויבאלד מהאט עס נאכנישט געבויט איז מעגליך אז סוועט קאסטן מער, א זאך וואס האט אינטערגעברענגט זייער סא 57 פראגרעם,
אויך זאגט מען אז איינע פון די סיבות צו קענען זיין אזוי ביליג איז די פאקט אז זיי האבן נישט געדארפט ארבעטן פאר דעי טעכנלאגיע און אויך אסאך געגנבעט.

געוויסע לענדער העלפן ארויס מיט דעי פראזשעקט א שטייגער ווי אינדיע און יו עי אי.

זייטיגע נאטיץ
אמעריקא גייט שוין האבן זייער 6'טע גענעראציע פליגערס אין יאר 2030 אריינגערעכנט א סטעלט פליגער פאר די עיר פארס און עקסטער פאר די נעיווי ווי אויך א נישט סטעלט עף 36 זשעט און ביז דעמאלטס גייען זיי שוין האבן נאך 5 נייע פליגערס: F15 EX Eagle 2___F16 C/D Block 70/72___F/A 18 E/F Block 3___F35 C2D2 Block 4___E/A 18G Block 3

Screenshot (7).png
Screenshot (7).png (1.74 MiB) געזען 946 מאל

Screenshot (5).png
Screenshot (5).png (1.52 MiB) געזען 946 מאל

Screenshot (6).png
Screenshot (6).png (1.54 MiB) געזען 946 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיליטערישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שיין נארמי, אבער געדענק נאר אז א מעריקע איז אויך נישט ממש צייטליך מיט זייערע דעדליינס...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”