נחום פאשקעס האט געשריבן:את פתח לו האט געשריבן:איז געטטער געווען א האלבע/פערטל סוקסעס?? אויב יא געב איך עס 75 פארצענט....
געטטער, אן ערך פון 2 צי 3 מיליאן דאונלאודס. שוואך סוקסעס.. מה שאין כן א טראמפ פלאטפארמע האט שטארקע שאנסען פאר סוקסעס.
א ראיה האב איך, אויף זיין וועבזייטל האט ער געהאט א סעקציע רופענדיג זיך "From the Desk of Trump" וואס האט געהאט יעדן חודש אן ערך פון 36 מיליאן וויזיטערס. און ס'נישט געווען קיין סאושיעל מידיע פלאטפארמע, נאר ב'סאך הכל א וועבזייטל.
דעיס ווייזט ווי שטארק מענטשן לעכצן פאר טראמפ, מילא די מינוט וואס ער וועט אינטערעקטן מיטן ציבור דורך א סאציאל מידיע פלאטפארמע האטעס שטארקע שאנסן פאר שווערע מיליאנען דאונלאודס.
נישט פארגעסן, ווען טוויטער האט אים סוספאנדירט האטער געהאט א סאך הכל פון 88 מיליאן פאלאווערס. ער וואלט לכאורה אן קיין ספק שוין היינט געוועזען נומער איינס אויף טוויטער
דאס איז קיין ראי' ווייל מען דאונלאוד די עפפ איין מאל, משא"כ סייט דארף מען האלטן אין איין צירוק קומען קוקן אויב עס איז דא פרישע זאכן.
איך וואונטש אים גרויס סוקסעס.