קרייסלער האט געשריבן:אפשר קומט איינער אריין קלאר פארווען און פארוואס איז געווען א מכלומר'שטע גארדיען אויף א קינד מיט צוויי עלטערן? איז עס אזוי ווי ביינונז די פארשאלטענע סאשעל סערוויסעס וועלכע זארגט זיך זייער שטארק פאר אינזערע קינדערס וואוילזיין?
עפעס א פילינג האב איך אז די משפחה האט נישט קיין רעכט ארויסצוגעבן אינפארמאציע.
דאס ווייסט מען שוין קלאר פונעם ר' אברהם' ס אינטערוויו אויף קול מבשר אז די לעצטע פאר וואכן איז ער געווען פארבאטן צו רעדן א ווארט.
איצט זעהט מען ווי די גארדינען אדער טראסט וויל נישט ס'זאל ארויס גיין די סענסיטיווע דעטאלן - אפילו נאכדעם - פאר די אינטערעסן פונעם נפטר.
דאס טייטש דא איז געווארן א צווייטער לעגאלע כח צו רעדן בשם דאס קינד און זיי האבן אפגעמאכט ווען און וויפיל די ביאלאגישע עלטערן מעגן אריינרעדן.
פארוואס? פארווען? פארוואו? ווען פונקטליך סטעפן זיי אריין?
מ'האט שוין אפאר מאל געפרעגט די קשיא, ס'הערט זיך נישט קיין אנטווארט וויאזוי דאס ארבעט דארט.
דעס פארענטפערט מיר פארוואס מ'האט געמיזט נוצן די טענה פון רעליגיע צו לאזן דאס קינד ביים לעבן, איך האב דאס נישט פארשטאנען. נישט רעליגיעזע עלטערן האבן נישט קיין רעכטן צו האלטן דאס קינד ביים לעבן? ס'איז דאך זייערס קינד.
ערגעץ ווי האט עפעס א לעגאלע כח איבערגענומען די בעלות איבער דאס קינד און די עלטערן זענען עפעס געווארן ווי א פינפטע ראד אזוי ווי ביי א חופה פון א אדאפטע קינד ווי מ' גיבט פאר עכטן טאטן כיבודים ביי די חתונה, מ'קלאטשט ביי מצוה טאנץ ווייל סכ"ס איז ער די טאטע. אבער גיי שוין אהיים פליז ווי פריער...
עפעס אזא סארט רשעות איז דא געשען און איך האב מורא אונז גיי מיר נישט געוואר ווערן דעם אמת. וויאזוי דאס גייט צו בלייבט א פראגע.
דא איז קודם געווען א "ליגעל קידנעפינג" פון דארטן אין ווייטער איז אלעס פארשטענדלעך.
א חידוש אז די קבורה האבן זיי יא צוגעלאזט.