כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

אחראי: יאנאש

משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: כשרע פייער דיפארטמענט אין מאנסי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:וואס גייט געשען מיט די עקזיסטירנדע דעפארטמענט, אויב עס עפנט זיך א נייע? וועט דער 911 סיסטעם אנערקענען די כשר'ע? און טאמער וועט אנקומען צו א פייער ביידע דעפארטמענטס, וועט דאס קלעשען?

איך שטעל מיר אז ס'וועט זיין ווי 'הצלה' מיט 'ספרינג הילל'. 911 גייט צו 'ספרינג הילל' און די ספעציעלע נומבער גייט צו 'הצלה'. ווער ס'וועט וועלן וועט נאך קענען רופן די יעצטיגע פייער קאמפאני און ווער עס וויל קען רופן די אידישע פייער קאמפאני. דאס זעלבע וועט אויך פאסירן ווען ביידע קומען אן צו איין סצענע/פייער, ס'וועט גיין אזוי ס'גייט ביי די הצלה.

נישט מסתבר

די מצלי אש אין קי ארבעט מיט דער 911 סיסטעם אדער האבן זיי א עקסטערס נאמבער?

911

ניין. מצילי אש איז די זעלבע נאמבער ווי הצלה
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: כשרע פייער דיפארטמענט אין מאנסי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

משמש בקודש האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:די מצלי אש אין קי ארבעט מיט דער 911 סיסטעם אדער האבן זיי א עקסטערס נאמבער?

911

ניין. מצילי אש איז די זעלבע נאמבער ווי הצלה

האב'ן מיר דא א מחלוקת אחרונים
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: כשרע פייער דיפארטמענט אין מאנסי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

את פתח לו האט געשריבן:
משמש בקודש האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:די מצלי אש אין קי ארבעט מיט דער 911 סיסטעם אדער האבן זיי א עקסטערס נאמבער?

911

ניין. מצילי אש איז די זעלבע נאמבער ווי הצלה

האבין מיר דא א מחלוקת אחרנים

מזאל נישט דארפן צוקומען...
אוועטאר
עסקן נמרץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:33 pm
לאקאציע: אין די צייטונגען, ביי שכח'ס וואס מ'גיט פאר אלע עסקנים וואס האבן געהאלפן...

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסקן נמרץ »

סיי די קאונטי 911 און קעי בעיס (783-1212) קענען ארויסגעבן קאללס אויף מצילי אש רעדיא
טראכט נישט פארן דריקן די "שיק עס" קנעפל, גיב עס א דרוק!!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

עסקן נמרץ האט געשריבן:סיי די קאונטי 911 און קעי בעיס (783-1212) קענען ארויסגעבן קאללס אויף מצילי אש רעדיא

I don't understand even one ward
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

רוב פון די לאקאלע פייער דעפטס (און אויך פאליס, אמבולאנס) האבן א לאקאלע נומער אויסער די אלגעמיינע 911.

די 911 רופן קומען אהן צו א קאונטי קאלל סענטער וואס דיספעטשד די לאקאל דעפטס צו א הילפסרוף אין זייער דיסטריקט. נאכער וועלן זיי עס ארויסגיבן אויף זייער פריוואטע לאקאל ראדיא (אדער פעיזשינג-ביפער סיסטעם).
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

דער עסקן מאכט א פשרה. אבער כמיין אז ווען סמאכט זיך א פייער אין קרית יואל רופט מען 1212
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: כשרע פייער דיפארטמענט אין מאנסי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

את פתח לו האט געשריבן:
משמש בקודש האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:די מצלי אש אין קי ארבעט מיט דער 911 סיסטעם אדער האבן זיי א עקסטערס נאמבער?

911

ניין. מצילי אש איז די זעלבע נאמבער ווי הצלה

האב'ן מיר דא א מחלוקת אחרונים

מצילי אש און הצלה האבן איין נומבער און דיספעטשור,

אויב איינער פון די ק"י פייער דיסטריקט קאלט 911 ווערט די קאל דירעקטירט צו די מ"א דיספעטשור

האקט
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
עסקן נמרץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:33 pm
לאקאציע: אין די צייטונגען, ביי שכח'ס וואס מ'גיט פאר אלע עסקנים וואס האבן געהאלפן...

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסקן נמרץ »

לויט ווי איך האב געהערט, גייען אפאר ערליכע אידן איבערנעמען די אנפירערשאפט פונעם יעצטיגן פייער קאמפעני, זיי גייען מאכן פארשידינע טוישנגען אין די געזעצן, וואס דאס וועט מאכן די גאנצע קאמפעני ענדליך צו מצילי אש.
911 וועט ווייטער קענען געבן קאללס, עס וועט לכאורה אויך זיין א דעזיגנירטע נאמבער צו ריפן.
טראכט נישט פארן דריקן די "שיק עס" קנעפל, גיב עס א דרוק!!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

עסקן נמרץ האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט, גייען אפאר ערליכע אידן איבערנעמען די אנפירערשאפט פונעם יעצטיגן פייער קאמפעני, זיי גייען מאכן פארשידינע טוישנגען אין די געזעצן, וואס דאס וועט מאכן די גאנצע קאמפעני ענדליך צו מצילי אש.
911 וועט ווייטער קענען געבן קאללס, עס וועט לכאורה אויך זיין א דעזיגנירטע נאמבער צו ריפן.

איז יעצט שוין דא א אידישע פייער דיפארטמענט אין מאנסי און עס איז פשוט געפירט דורך נישט ערליכע? אדער די ערליכע אידן גייען איבערנעמען די גוי׳אישע פייער דיפארטמענט
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

עסקן נמרץ האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט, גייען אפאר ערליכע אידן איבערנעמען די אנפירערשאפט פונעם יעצטיגן פייער קאמפעני, זיי גייען מאכן פארשידינע טוישנגען אין די געזעצן, וואס דאס וועט מאכן די גאנצע קאמפעני ענדליך צו מצילי אש.
911 וועט ווייטער קענען געבן קאללס, עס וועט לכאורה אויך זיין א דעזיגנירטע נאמבער צו ריפן.

און דער דזשורנאל ניוס וועט עס דורכלאזן גלאטיג?
אוועטאר
עסקן נמרץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:33 pm
לאקאציע: אין די צייטונגען, ביי שכח'ס וואס מ'גיט פאר אלע עסקנים וואס האבן געהאלפן...

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסקן נמרץ »

עפעס אנדערש האט געשריבן:

נאכאמאל, אויב די אנפירערס פון א קאמפעני טוישט געזעצן אינעם קאמפעני, קען די מידיע גארנישט טוהן אויסער סתם באשמיצן, מוועט עס דורך לעבן, אזויווי מהאט געהאט אין קרית יואל, און מהאט נאך אלץ.
טראכט נישט פארן דריקן די "שיק עס" קנעפל, גיב עס א דרוק!!
אוועטאר
עסקן נמרץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:33 pm
לאקאציע: אין די צייטונגען, ביי שכח'ס וואס מ'גיט פאר אלע עסקנים וואס האבן געהאלפן...

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסקן נמרץ »

פרישע קוגל האט געשריבן:
עסקן נמרץ האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט, גייען אפאר ערליכע אידן איבערנעמען די אנפירערשאפט פונעם יעצטיגן פייער קאמפעני, זיי גייען מאכן פארשידינע טוישנגען אין די געזעצן, וואס דאס וועט מאכן די גאנצע קאמפעני ענדליך צו מצילי אש.
911 וועט ווייטער קענען געבן קאללס, עס וועט לכאורה אויך זיין א דעזיגנירטע נאמבער צו ריפן.

איז יעצט שוין דא א אידישע פייער דיפארטמענט אין מאנסי און עס איז פשוט געפירט דורך נישט ערליכע? אדער די ערליכע אידן גייען איבערנעמען די גוי׳אישע פייער דיפארטמענט

די יעצטיגע איז א גוי'אישע קאמפעני, מיט אסאך אידישע מעמבערס.
טראכט נישט פארן דריקן די "שיק עס" קנעפל, גיב עס א דרוק!!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

מים חיים האט געשריבן:די מאניפעסטאו פון די כשרע פייער דעפארטמענט
די תמצית וואס די מטרה איז
געליגן די וואך שבת אין די בתי מדרשים
(אויב איינער האט קלארער ביטע ברענגען )

ראש לימבא האט געשריבן:בילד
בילד

איינער קען מסביר זיין וואס גייט דא פאר?
איך זעה דא ווערטער ווי
אלגעמיינע פייער דעפט
כשר'ע פייער דעפט
אידישע פייער דעפט

ווען ר' יחזקאל שרייבט ער וויל נישט קריגן מיט די אידישע brewer פייער דעפט וועמען מיינט ער?
און צו קומען זיי אויך צום שיעור אין פאפא וואס איז אקעגן זיי?

פארוואס פרעג איך? פלעין ווייל איך וויל וויסן
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

בלייב געזונט האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:די מאניפעסטאו פון די כשרע פייער דעפארטמענט
די תמצית וואס די מטרה איז
געליגן די וואך שבת אין די בתי מדרשים
(אויב איינער האט קלארער ביטע ברענגען )

ראש לימבא האט געשריבן:בילד
בילד

איינער קען מסביר זיין וואס גייט דא פאר?
איך זעה דא ווערטער ווי
אלגעמיינע פייער דעפט
כשר'ע פייער דעפט
אידישע פייער דעפט

ווען ר' יחזקאל שרייבט ער וויל נישט קריגן מיט די אידישע brewer פייער דעפט וועמען מיינט ער?yiddish volunteers
און צו קומען זיי אויך צום שיעור אין פאפא וואס איז אקעגן זיי?Leadership

פארוואס פרעג איך? פלעין ווייל איך וויל וויסן

אין איין ווארט עס איז די אלגעמיינע פייער דעפארטמענט וואס איז פיל מיט אידן
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

36 געסט האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין וואס גייט דא פאר?
איך זעה דא ווערטער ווי
אלגעמיינע פייער דעפט
כשר'ע פייער דעפט
אידישע פייער דעפט

ווען ר' יחזקאל שרייבט ער וויל נישט קריגן מיט די אידישע brewer פייער דעפט וועמען מיינט ער?yiddish volunteers
און צו קומען זיי אויך צום שיעור אין פאפא וואס איז אקעגן זיי?[color=#80BF40]Leadership [/color

וואס מיינסטו צו זאגן leadership?
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
Hershy21
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4423
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

שכ'ח פארן מסביר זיי אזוי קלאר. וואס איז יעצט געשען אז מוויל זיי מתקן זיין,עפעס א מכה בפטיש?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Hershy21 האט געשריבן:שכ'ח פארן מסביר זיי אזוי קלאר. וואס איז יעצט געשען אז מוויל זיי מתקן זיין,עפעס א מכה בפטיש?

מסתמא האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:ארבעט ר יחזקאל אליינס אדער האט ער די מאנסי רבנים מיט זיך? וואס טרייבט אים?

ער האט בלי שום ספק די מאנסי רבנים אונטער זיך,
ער וואלט נישט געהאלטן אזא אפיציעלע דרשה אין סאטמער און אין פאפא, ווען די צוויי רבנים שטיצן עס נישט
( חוץ מזה וואס די סברא זאגט אז זיי שטיצן עס, אזויווי רובא דרובא מאנסי איינוואוינער)

וואס טרייבט אים? וואס א שאלה, קדושת שבת און קדושת ישראל, און די חילול השם

און פשוט אז זיי זאלן זיין אפעקטיוו, נישט אנקומען א האלבע שעה צו שפעט צוליב דומע רעגולאציעס וועלכע מקען בעצם טוישן
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:Brewer fire department
איז די פייער דיפארטמענט אויף Grove?

יא

זיי דעקן נישט גאנץ מאנסי, און איין סטאנציע ’קען נישט’ דעקן גאנץ מאנסי.
איז וואס איז די חשבון ביים עפענען א אידישע פ.ד. וועט מען מאכן גראדזשעס איבערן גאנצן שטאט?

דאכציך אז ספרינג וועלי האט א עקסטערע
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

36 געסט האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין וואס גייט דא פאר?
איך זעה דא ווערטער ווי
אלגעמיינע פייער דעפט
כשר'ע פייער דעפט
אידישע פייער דעפט

ווען ר' יחזקאל שרייבט ער וויל נישט קריגן מיט די אידישע brewer פייער דעפט וועמען מיינט ער?
און צו קומען זיי אויך צום שיעור אין פאפא וואס איז אקעגן זיי?

ער וויל ארויסברענגען אז די גוישע פייער דעפארטמענט באשטייט פון אידן, מילא איז עס א אידישע פייער דעפארטמענט, און סדארף זיך פירן אויסגעהאלטן

איך ווייס נישט אויב זיי קומען, אדער ער האט פשוט געוואלט ארויסברענגען וואס ער וויל פאר די פאבליק, אזויווי רוב אפענע בריוון, מען וועט הערן אין אפאר שעה אויב זיי זענען געווען
סאיז דא דארט אסאך וואלענטירן וואס קומען פון היימישע שטוב ער און קענען אידיש, טייל אביסל שוואך און טייל גאר שוואך, גענוג פון זיי זענען נישט קיין מחללי שבת און מקען פארשטיין זייער אויפברויז - כאטש ר' יחזקאל איז גערעכט,
מעגליך אז די פרומערע צווישן זיי וועלן זיך אפילו אנשליסן צום סוף אין די נייע, אויב זיי וועלן זען אז דער ציבור איז פולי מיט ר' יחזקאל

נ. ב. ביטע נישט ציטירן מיט די בילדער, לאנגע ציטירונגען שטערט

--
האקט, די וואס זענען יעצט אונטער הילקרעסט, קענען בלייבן ווייטער אונטער זיי, נאר די brewer איז די פראבלעם
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

את פתח לו האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:Brewer fire department
איז די פייער דיפארטמענט אויף Grove?

יא

זיי דעקן נישט גאנץ מאנסי, און איין סטאנציע ’קען נישט’ דעקן גאנץ מאנסי.
איז וואס איז די חשבון ביים עפענען א אידישע פ.ד. וועט מען מאכן גראדזשעס איבערן גאנצן שטאט?

דאכציך אז ספרינג וועלי האט א עקסטערע

ס’דא אסאך עקסטערע, אפי’ אויף בעיטס וועלן זיי שוין נישט קומען[!]
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

Hershy21 האט געשריבן:שכ'ח פארן מסביר זיי אזוי קלאר. וואס איז יעצט געשען אז מוויל זיי מתקן זיין,עפעס א מכה בפטיש?

זיייער עד אז זיי זיכן נאך היימישע וואלענטירן
צווייטע תגובה אין דעם אשכול
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

איך האב געהערט טייל פון ר' יחזקאל'ס שיעור. און דאס פאלגענדע איז געווארן ארויסגעברענגט:
די יעצטיגע פייער דעפ"ט איז ניינציג פרצענט אידן (דאכצעך אז אויך די פירערשאפט). ממילא מוז געמאכט ווערן א תיקון אז ס'זאל לויפן אויף א כשר'ע אופן.
ער האט מסביר געווען וויפיל שאלות און איסורים זענען פארבינדן מיט יעדע פייער-רוף אום שבת, און די בעיסיק סעלושען צו אלעם איז צו האבן באצאלטע שבת גויים וואס זענען געשטעלט אויף אלעס וואס איז נישט פיקוח נפש (א שטייגער ווי הצלה). פארשטייט זיך אז די וואלונטירן דארפן גוט קענען די הלכות צו וויסן וואס איז מותר און וואס נישט, און די סיסטעם דארף זיין אויסגעשטעלט אויף אזא אופן.
נאכדעם איז דא שאלות אין אבן האזר, וואס דאס איז מן הסתם גרינגער צו לעזן, אזויווי ער שרייבט אין די יעצטיגע בריוו, צו אפשטעלן די סאושעל פארברענגען אין די פייער גאראדזש.
אינאיינוועגס וויל ער טוישן די רעגולאציעס פון הונדערטער יארן צוריק וואס פארשטאטערט די ארבייט. (כ'מיין אז ער רעפערירט צו דאס אז די וואלונטירן דארפן זיך צוזאמקומען מיט זייערע בלויע לעמפלעך [וואס טוען קיין סאך נישט אויף] אין פייער סטאנציע, און נאר ווען א טראק ווערט פול דארף די טשיף גיבן אן אקעי זיך ארויסצולאזן אין וועג - אדער עפעס ענליכס)
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

אפאר כללים וואס פעלט אינעם אשכול און איז וויכטיג צו וויסן.

די פייער דעפט. איז געבינדן אין אנגעוויזן אויף די פאנדינג פון די מאנסי פייער דיסטריקט. די דיסטריקט ווערט געפירט דורך 5 ערוויילטע פייער קאמישינערס. אלע 5 זענען היימישע יונגעלייט. נאר איינער פון זיי, די באורד פרעזידענט ר' יואל לעבאוויטש, איז א פייערלעשער אין די דעפט.

די קאמישינערס האבן די כח צו טוישן די סיסטעם און די רולס פון די דעפט. א דאנק זיי האט מען אנגעהויבן צו אריינעמען היימישע וואלונטירס מיט בערד.

די רעבעצין פון ר' יחזקאל ווייס איז א לאנגיאריגע דיספעטשער פאר הצלה. ר' יחזקאל אליינס פלעגט אויך אסאך דיספעטשן במקום זיין רעבעצין.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

לויט ווי איך האב געהערט ממקור ראשון איז די פלאן אויז.

נאך וואס ר' יחזקאל איז ארויס אקעגן זיי, האט די צענטראלע ארג. פון ראקלענד קאנטי וואס איז העכער אלע פייער דיפארטמענטס און זיין טיילן אויס די געלט פון די סטעיט פאר יעדן, גערופן ר' יחאזקל פאר א מיטונג, היתכן ער איז ארויס אקעגן זיי? זיי קענען נישט אנגיין אן היימישע וואלענטירן, האט ער זיי גענטפערט איך קען דיר נישט העלפן די אידן דארפן זיך האטן צו די תורה, האבן זיי פארגעשלאגן אז ער זאל עפענען א אייגענע פייער דיפארטמענט און מיט די צייט איבערנעמען די איצדיגע און זיין גייען צושטעלן די געלט וויפיל זיי קענען,

לויט ווי ער זאגט איז די איינציגסטע זאך וואס ער דארף נאך עכט האבן איז א פייער טשיעף וואס איז גרייט צו ראנען די גאנצע זאך. אין געלט פאר טראקס און עקוויפמענט אויף אנצוהייבן. (מעמבערס זאגט ער איז די גריגסטע זאך, פארשטייט זיך עס גייט נעמען צייט צו טרענען.)
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”