כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

אחראי: יאנאש

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:וואס איז טאקע די חשבון/תירוץ פון רבי יחזקאל ווי אזוי גייט מען זיך קענען ארויסדרייען פון דיסקרימינאציע אויב מען עפענט א כשר'ע פייער דעפארטמענט?

וואס טוט הצלה?
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:כמיין אז סאיז נישט איהם

גראדע איז עס היפש זיין מהלך המחשבה, אבער בכלל נישט מוכרח

יכול להיות. אבער איך וואלט נישט ערווארטעט פון איהם ארויסקומען מיט אזא צעטיל צוליב דאס וואס ער פארשטייט מארקעטינג, לכל היותר האט ער געגעבן ראט פאר איינעם איבער נקודות וואס יענער זאל שרייבן

איך האף אז ער פארשטייט בעסער צו מארקעטינג ווי די צעטל.
די איינציגע מעסעדזש וואס קומט ארויס פון די צעטל איז אז עס איז א "צעטל-און-רעדעס" קאמפיין. דאס ווערט איינמאל און נאכאמאל ארויסגעברענגט ככלב שב על קיאו. בשעת די צעטל איז א "פאשקעוויל-קריזיס-פארטיידיגונג" קאמפיין אנע נאמען, שטייט ר' יחזקאל אינטער וואס ער זאגט, און אפגעזען צו ס'איז א רעדע אדער צעטל קאמפיין צי גאר ביידע שאפט ער מער כוואליעס ווי אסאך אנדערע קאמפיינס
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:וואס איז טאקע די חשבון/תירוץ פון רבי יחזקאל ווי אזוי גייט מען זיך קענען ארויסדרייען פון דיסקרימינאציע אויב מען עפענט א כשר'ע פייער דעפארטמענט?

וואס טוט הצלה?

הצלה איז א וואלונטיר ארגאניזאציע. זייער שווער צו גלייבן אז מ'קען עפענען א וואלונטיר פייער ארגאניזאציע. ס'איז נישט אזא לייכטער עסק צו טרעפן וואלונטירן צו לעשן פייערן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:וואס איז טאקע די חשבון/תירוץ פון רבי יחזקאל ווי אזוי גייט מען זיך קענען ארויסדרייען פון דיסקרימינאציע אויב מען עפענט א כשר'ע פייער דעפארטמענט?

וואס טוט הצלה?

הצלה איז א וואלונטיר ארגאניזאציע. זייער שווער צו גלייבן אז מ'קען עפענען א וואלונטיר פייער ארגאניזאציע. ס'איז נישט אזא לייכטער עסק צו טרעפן וואלונטירן צו לעשן פייערן.

איר זענט אפשר פון די סיטי?
דא זענען אלע פייערלעשער וואלונטירן.
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

;l;p-
ישוב הדעת האט געשריבן:וואויל איז מאנסי אז זיי האבן ר׳ יחזקאל.

ער וועט נישט אפטרעטן ביז עס וועט זיין א תיקון, זיין עקשנות ד קדושה האט שוין אסאך אויסגעפירט.
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
מצפים לגאולה

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לגאולה »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:;l;p-
ישוב הדעת האט געשריבן:וואויל איז מאנסי אז זיי האבן ר׳ יחזקאל.

ער וועט נישט אפטרעטן ביז עס וועט זיין א תיקון, זיין עקשנות ד קדושה האט שוין אסאך אויסגעפירט.

מען דארף וויסן אז ר' יחזקאל איז א ריזן תלמוד חכם, און באזונדער א אויסטערלישע בקי אין הלכות שבת, ער איז באמת א אויסגעהארעוועטער איד וואס מיינט לשם שמים,
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איינער קען אפשר אראפלייגען אין קורצן וואס איז די טענה'ריי צווישן די ביידע "צעטלעך"? דער עולם איז צומישט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

מצפים לגאולה האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:;l;p-
ישוב הדעת האט געשריבן:וואויל איז מאנסי אז זיי האבן ר׳ יחזקאל.

ער וועט נישט אפטרעטן ביז עס וועט זיין א תיקון, זיין עקשנות ד קדושה האט שוין אסאך אויסגעפירט.

מען דארף וויסן אז ר' יחזקאל איז א ריזן תלמוד חכם, און באזונדער א אויסטערלישע בקי אין הלכות שבת, ער איז באמת א אויסגעהארעוועטער איד וואס מיינט לשם שמים,

און בעיקר זייער אן ערנסטער מענטש וואס מיינט וואס ער זאגט, ער בליטיגט אויף ירידת הדורות ער דעליווערט עס נאר מיט הומאר און ליצונותא דעבודה זרה,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

את פתח לו האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:ווער איז י. ג. ?
:?: :?: :?:

וויפיל מענטשן קענסטו וואס טועהן מארקעטינג און זייער נאמען הייבט זיך אן י.ג. ?

:lol: :lol:

און זאגאר זיין הויפט באשעפטעגונג דורכ'ן טאג. אין די צייט וואס די פאליטישע קאמענטארן זענען נאר א סייד זשאב

כמיין אז סאיז נישט איהם


גא"מ, כמיין סנישט ער.
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איינער קען אפשר אראפלייגען אין קורצן וואס איז די טענה'ריי צווישן די ביידע "צעטלעך"? דער עולם איז צומישט.

נישטא קיין טענה'ריי! איינער איז א רב און א ת"ח וואס קען זיך אויס אין פראקטיק און איז לוחם מלחמת ה' און ער רעדט דברים של טעם בטוב טעם ודעת
און דער צווייטער איז א פוקר בלי שם וואס מאכט סתם שמוציג פאפיר מיט ווערטער וואס קלעבן נישט איינער צום צווייטן און פרובירט אנצודרייען א מחלוקת מיטן ארויסשרייבן נעמען פון קהלות און ער ווייסט נישט אז דאס ארבעט שוין מער נישט היינטיגע צייטן...
און קורצן "אז דער הינט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען" ודי
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

בעל דמיון האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איינער קען אפשר אראפלייגען אין קורצן וואס איז די טענה'ריי צווישן די ביידע "צעטלעך"? דער עולם איז צומישט.

נישטא קיין טענה'ריי! איינער איז א רב און א ת"ח וואס קען זיך אויס אין פראקטיק און איז לוחם מלחמת ה' און ער רעדט דברים של טעם בטוב טעם ודעת
און דער צווייטער איז א פוקר בלי שם וואס מאכט סתם שמוציג פאפיר מיט ווערטער וואס קלעבן נישט איינער צום צווייטן און פרובירט אנצודרייען א מחלוקת מיטן ארויסשרייבן נעמען פון קהלות און ער ווייסט נישט אז דאס ארבעט שוין מער נישט היינטיגע צייטן...
און קורצן "אז דער הינט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען" ודי

מיינע ספיקות האסטו נישט פארענטפערט, איך זעה נאר אז איינער האט געשריבען א צעטל וואס עס זעהט אויס אז ער רעדט עטליעסט האלבוועגס צום זאך און אנשטאט איינער זאל פשוט צולייגען וואס ער זאגט און עס פלעין שטילערהייט אפווענדען איז מען נאר ביזי שרייען פוי, פארוואס? אזוי גוט האט ער געענטפערט??
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:איינער קען אפשר אראפלייגען אין קורצן וואס איז די טענה'ריי צווישן די ביידע "צעטלעך"? דער עולם איז צומישט.


אויבן אויף ווי איך פארשטיי פון די צעטלעך,

הגאון ר' יחזקאל ווייס שליט"א זעהט מכשולות און די ארטיגע שטאטישע פייער דעפארטמענט, וואס באשטייט אממערסטענסן פון אידישע אידן,

נאך וואס דער ארטיגער פייער דעפארטמענט איז ארויס מיט א רוף צו איינוואוינער, זיך אנצושליסן אינעם דעפארטמענט, איז דאס געווען א שטופ ארויסצוקומען זיך אננעמען פאר די עלבון התורה און עלבון השבת,

ווי עס שיינט פון די כתבים זיכט נישט ר' יחזקאל דא צו מוחה זיין אויף העברת התורה ומצוות, נאר ליבערשט איז ער דא פאר "טשעינדזש" דאס קומט ארויס מיט א זעלטענע קלארע מעסעדזש, איינמאל און נאכאמאל, פון יעדן צעטל דאס זעלביגע,

ווי אויך שיינט פון צעטלעך, אז ר' יחזקאל איז גאר קיין תמים נישט, און איז גוט באהאווענט אין די מנהגי המדינה וואס איז יא אנגענומען און וואס נישט, און וואס איז מעגליך צו טוען צווישן די שורות פון געזעץ און תורה, און ציהט זיין מערכה מיט א זיכערקייט און פארשטאנד אז ער וועט מצליח זיין אויסצופירן אפילו מיט די חוקי המדינה

פון צווייטן כותב זעהט זיך אויב צו זיין איינער וואס בעצם א מחאה וואלט אים גאנץ קנאפ באנומען, דער ערווארטעטער טויש איז טאקע פון וואס ער פארכט, אים שטערט זאגאר אז א חסיד וועט באשטומען אז זיין שטאנד איז נישט אין איינקלאנג מיט די תורה, און דער ציבור ארום וועט טאקע מסכים זיין דערצו, דעריבער פרובירט ער מיר און זיך צו איינרעדן כאילו אז דא האנדעלט זיך פון חילוקי שיטות און וואס מען נעמט אן להלכה, ווי אויך פרובירט ער אפהאנדלען, אז אזא זאך איז אומאויספירבאר אונטער די חוקי המדינה,

ווי די צעטלעך דערציילן איז ר' יחזקאל פיל קלוגער און רייפער ווי דער נארישער צוציק,
לעצט פארראכטן דורך יוד אלף אום זונטאג אקטאבער 24, 2021 3:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

געהערט שמועות פורחות אז ר' יחזקאל'ס פלאן ב' (אויב די יעצטיגע דעפט. ברעכט זיך נישט) איז צו טראנספארמירן "חברים" אין א פייער דעפט.
עס הערט זיך גאר ראציאנאל און אויספירבאר. א פערטיגע ארגענעזאציע מיט הונדערטער וואלונטירן, אינטער א ערנסטע פירערשאפט פון בעלי אחריות און רבנים וואס זענען לכאורה מער ווי וויליג צו נעמען אזאנס אויף זיך.
נזכה. נחיה. נראה.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

עפענען א נייע דיסטריקט א שטייגער ווי מצילי אש? אדער בלויז א היימישע זאך אויף א קליינע פארנעם?

אויב די ערשטע, וויאזוי צייגט מען איבער די קאונטי די געברויך פאר א פרישע פייער דיסטריקט?
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

אייער_קיכל האט געשריבן:עפענען א נייע דיסטריקט א שטייגער ווי מצילי אש? אדער בלויז א היימישע זאך אויף א קליינע פארנעם?

אויב די ערשטע, וויאזוי צייגט מען איבער די קאונטי די געברויך פאר א פרישע פייער דיסטריקט?

אויב איז די מקור ראשון ריכטיג און וואר.

שמואל שמעלקא האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט ממקור ראשון איז די פלאן אויז.

נאך וואס ר' יחזקאל איז ארויס אקעגן זיי, האט די צענטראלע ארג. פון ראקלענד קאנטי וואס איז העכער אלע פייער דיפארטמענטס און זיין טיילן אויס די געלט פון די סטעיט פאר יעדן, גערופן ר' יחאזקל פאר א מיטונג, היתכן ער איז ארויס אקעגן זיי? זיי קענען נישט אנגיין אן היימישע וואלענטירן, האט ער זיי גענטפערט איך קען דיר נישט העלפן די אידן דארפן זיך האטן צו די תורה, האבן זיי פארגעשלאגן אז ער זאל עפענען א אייגענע פייער דיפארטמענט און מיט די צייט איבערנעמען די איצדיגע און זיין גייען צושטעלן די געלט וויפיל זיי קענען,

לויט ווי ער זאגט איז די איינציגסטע זאך וואס ער דארף נאך עכט האבן איז א פייער טשיעף וואס איז גרייט צו ראנען די גאנצע זאך. אין געלט פאר טראקס און עקוויפמענט אויף אנצוהייבן. (מעמבערס זאגט ער איז די גריגסטע זאך, פארשטייט זיך עס גייט נעמען צייט צו טרענען.)

אבער אפילו די צווייטע פלאן איז א לעזונג פאר תושבי מאנסי צו קענען רופן אידן וואס וועלן זיך אויפפירן ע"פ דת תורתינו, און אויב וועלן די אלגעמיינע חברה אנקומען איז עס נישט די רופערס פראבלעם. ואנו את נפשינו הצלנו.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

יואל שרייבער האט געשריבן:בקיצור, איינער האט א קלארער מקור אז עס איז ער, אדער סתם א ניק האט עפעס געחלומ'ט?

???
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקות שלמה »

tesla האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:בקיצור, איינער האט א קלארער מקור אז עס איז ער, אדער סתם א ניק האט עפעס געחלומ'ט?

???


בעפאר די גאנצע געטיעכץ, איז עס באשטאנען פון אן אומשולדיג-אויסזעהנדן קאמפיין צו רעקרוטירן היימישע חסידישע אידן אלס פרישע וואלונטירן אינעם פייער דעפארטמענט, דאן איז נישט געווען קיין סוד אז די ארבייט איז אנגעפירט געווארן דורך דעם באקאנטן פאבליק רילעישענס עקספערט.
דאן האט קיינער נישט געטראכט אז מען קען אנדערש, אדער טראכטן אזוי ווייט גאר מתקן זיין סיי וואס אין די יעצטיגע קאמפאני.
נאר אין די לעצטע וואכן ווען הרה"ג ר' יחזקאל'ס זעלטן-קלארע מערכה האט געווינען די שטיצע פון די מערהייט יראים ושלימים איבער גאנץ מאנסי, איז די גאנצע צד שכ'נגד'.. אריינגעפאלן אין א אזא בן בלי שם טעריטאריע.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
מצפים לגאולה

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לגאולה »

לענ"ד אויב דאס וועט מצליח זיין וועט עס זיין א הילכיגער מעסיזש נישט נאר אויף דעם, נאר אין אלע הינזיכטן און נישט נאר אין מאנסי נאר איבעראל,
אז מיט די ריכטיגע מהלכים קען מען נאך היינט מצליח זיין אויף א אויסטערלישע אופן,
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

סתם אנצומערקן אז אין די ענין פון לעשן פייערס ווייס איך נישט צו מ'קען זיין ערגער ווי די איצטיגע דעפט., כמעט יעדע מאנסי'ער איד האט שוין געזען ווי א הויז ברענט אראפ פאר זיינע אויגן ביז די רואיגע וואלנטירן קלייבן זיך צונויף צום גאראדזש און מאכן זיך באקוועם אויפן טראק וכו' וכו'...
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

משה צימערינג האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1aMGRxw2N1Wmm_n0dsI_WDtHGnN6axndP/view?usp=drive_web
שיעור בדיני דליקה ע״י הרב דמצילי אש בקריות יואל

זייער קלאר,
אויך דא דברי פתיחה פון ר' יחזקא-ל.
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

ליבי ובשרי האט געשריבן:סתם אנצומערקן אז אין די ענין פון לעשן פייערס ווייס איך נישט צו מ'קען זיין ערגער ווי די איצטיגע דעפט., כמעט יעדע מאנסי'ער איד האט שוין געזען ווי א הויז ברענט אראפ פאר זיינע אויגן ביז די רואיגע וואלנטירן קלייבן זיך צונויף צום גאראדזש און מאכן זיך באקוועם אויפן טראק וכו' וכו'...

ר׳ חעזקל זאגט אז ביי אונזער גאראדזש וועט זיין בילדער ווי די וואלענטירס שטייען פארענטפערן פון געראטעוועטע בניינים, נישט ווי די יעצטיגע וואו ס׳יז דא בילדער פון אפגעברענטע
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

משה צימערינג האט געשריבן:
ליבי ובשרי האט געשריבן:סתם אנצומערקן אז אין די ענין פון לעשן פייערס ווייס איך נישט צו מ'קען זיין ערגער ווי די איצטיגע דעפט., כמעט יעדע מאנסי'ער איד האט שוין געזען ווי א הויז ברענט אראפ פאר זיינע אויגן ביז די רואיגע וואלנטירן קלייבן זיך צונויף צום גאראדזש און מאכן זיך באקוועם אויפן טראק וכו' וכו'...

ר׳ חעזקל זאגט אז ביי אונזער גאראדזש וועט זיין בילדער ווי די וואלענטירס שטייען פארענטפערן פון געראטעוועטע בניינים, נישט ווי די יעצטיגע וואו ס׳יז דא בילדער פון אפגעברענטע

טיפיקעל ר"י ווייס פאנטש ליין...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
בן משי
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2020 6:41 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן משי »

Scotland hill bridge will be opening next week Nov. 1’st
College rd. bridge is on target for the 1’st week of December
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

בן משי האט געשריבן:Scotland hill bridge will be opening next week Nov. 1’st
College rd. bridge is on target for the 1’st week of December

Wראנג אשכול
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

בן משי האט געשריבן:Scotland hill bridge will be opening next week Nov. 1’st
College rd. bridge is on target for the 1’st week of December

צוויי נייע פייער סטעישאנס?
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”