בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

IMG-20211017-WA0079.jpg
IMG-20211017-WA0079.jpg (119.97 KiB) געזען 1937 מאל
אטעטשמענטס
IMG-20211017-WA0091.jpg
IMG-20211017-WA0091.jpg (167.19 KiB) געזען 1937 מאל
IMG-20211017-WA0077.jpg
IMG-20211017-WA0077.jpg (63.77 KiB) געזען 1937 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ווערט געזעהן ביים בילד
האמרי חיים מויז'ניץ זצ"ל
הרה"צ ר' משה ארנסטר זצ"ל
הרה"צ ר' נפתלי חיים זצ"ל
יבלחט"א האדמו"רים מבעלזא וסאטמאר שליט"א.
אטעטשמענטס
IMG-20211017-WA0085.jpg
IMG-20211017-WA0085.jpg (539.55 KiB) געזען 1931 מאל
IMG-20211017-WA0084.jpg
IMG-20211017-WA0084.jpg (273.71 KiB) געזען 1931 מאל
IMG-20211017-WA0093.jpg
IMG-20211017-WA0093.jpg (156.33 KiB) געזען 1931 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:ווערט געזעהן ביים בילד
האמרי חיים מויז'ניץ זצ"ל
הרה"צ ר' משה ארנסטר זצ"ל
הרה"צ ר' נפתלי חיים זצ"ל
יבלחט"א האדמו"רים מבעלזא וסאטמאר שליט"א.

אידאס טאקע דער סאטמארע רבי? וועמענס בר מצוה אידאס?

רעכטס זעהט מען טריסקער רבי און רבי שלמה׳ניו מסא״ג
דביה תחדי נפשא
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף החסיל »

moishy56 האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:ער האט איבער געלאזט פיר זיהן
ר' יוסף
ר 'בנימין
ר' שמואל נחום
אין?
ווי אויך אפאר איידימער

בנו ר' יצחק - לאנדאן
חתנו ר' נפתלי פרוכטער - ב''פ
ועוד

עוד חתן, ר' ברוך יוסף ברוין
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף החסיל »

יארן לאנג געווען בעל תפלה די הייליגע טעג אין ביהמ"ד וויזשניץ 53
געווען א צוזאמענלויף פאר אלע וויזשניץ-שייכות'דיגע אידן וואס האבן געלעכטצט נאך אביסעלע נוסח, נאך אן ארגינעלער 'חמול' אדער א ווארימער 'עוד יזכור לנו'

די לעצטע עטליכע יאר האט ער פורש געווען פונעם ברעטל נאך א תקופה פון רוב שנותיו אלס ש"ץ.
געגאנגען מיטהאלטן די תפילות ביי זיין זון ר' בנימין הי"ו (אויך א אייזענער בעל תפילה)
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ערט נאך דעם ראש השנה געדאווענט א מנחה פארן עמוד
דביה תחדי נפשא
לייקוס
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: בד"ה הרה"ח ר קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

לייקוס האט געשריבן:אוי דאס הארץ קלעמט,
ווי להאי שופריה,
זיין תולדות און קורות ימי חייו הלא הוא כתובה בספר ״אהבת קדומים״ דורכגעגאנגען גלות טראנסניסטער מיט א שמוץ אריבער די טאטע מאמע און געשוויסטער זענען איהם אויסגעגאנגען פון הונגער פאר זיינע אויגען.

ער פלעגט פארציילען די דורכגאנגען און מהאט געקענט אויסגיין.

געווען א געטרייע עהרליכע יוד, נישט גערעדט קיין איבריג ווארט, אריינגעלייגט כוחות און א דאווענען, ער האט געדאווענט אלע יארען וואו א יונגע בחור מיט א פלאם און מיטען נוסח, נאכען אריינהאקען א ברענדיגע הכנה צום דאווענען מיט תורה און תהילים זאגען.

ווער סהאט מיטגעהאלטען זיינע תפילות ימים נוראים ווייסט אז דאס איז עפעס וואס אונז גייען נישט הערן ביז משיח׳ס טאג.

די אם אמנם׳ס ערב ראש השנה האט אריינגעריסען אינעם נקודה הפנימית, נישט געווען קיין יוד און בעסמעידרעש וואס איז נישט געווען צושפאלטען, ווען סאיז געקומען צו ״אם אמנם שבו כולם״
יעדעס ווארט האט געשיינט ווען ער האט עס ארויסגעזאגט מאירים כנתינתם,
ווען ער האט אויסגעשריגען ובכן תן פחדך, ואימאאהאהאהאתך על כל מה שבראת״ האט די בריאה געציטערט, נאכען דאווענען האט מען זיך געדארפט דערמאנען אז די וועלט גייט נאך אהן.

ער האט אייביג געהאט אזא לב נשבר און צובראכענקייט, געהאלטען פון זיך גארנישט מיט גארנישט, איך פלעג עם זאגען וואו שטארק איך האב הנאה פון די דאווענענס און ער האט נישט געוואוסט וואס איך וויל פון עם.

אויב איז נאך דא היינט עפעס א שמעק וואס מיינט מלכויות זכרונות שופרות און וויזניץ איז עס א דאנק קלמן,

ער האט געסעט די טאון וואס מיינט א אמתע וויזשניצע דאווענען, וואס מיינט א חסידישע יוד נוסח אהבת ישראל, אמרי חיים,
האנדלען עהרליך
היטען דעם דיבור
נישט הנאה האבען קיין כי הוא זה פון דברים גשמיים
דאס חיות זאל זיין כל כולו דברים שבקדושה
נישט וויסען בכלל אז דאס מאכט עם פאר עפעס א חשובע מענטש.
ער האטסיך אנגעקוקט וואו באמת א פשוטע מענטש.

קלמן׳ס מהות האט א גערירט א יעדע יוד וואס האטסיך געדרייט ארום איהם,
זאל ער זוכה זיין צוגיין במחיצת רבותיו וואס ער האט משתוקק געווען כל ימי חייו, דארט האט ער געלעבט פון זיי האט ער געטראכט.

תחתונים למעלה,
ער איז געווען א פשוטע יוד, נישט קיין ווייסע זאקען יוד, ער האט אבער אייביג געווען העכיר, ספלעגען זיך דרייען ארום עם מענשטען וואס האבען געקענט רעדן זייער נישט מכובעדיג,ער איז אייביג געבליבען א טפח למעלה.

זיינע ניגונים זענען ווערט א באשרייבונג פאר זאך
אבער די ״וידע כל פעול״ און ״הבן יקיר״ איז עפעס וואס איז א חלק פון די בלוט און פלייש פון איעדע יוד וואס איז אויפגעצויגען געווארען און די וויזשניץ מאנסיער חדר.
די ניגונים נעמט אריין און העכיר מקום, סהייבט דעם נפש אפאר טפחים.
זאל ער זוכה זיין סזאל שפתותיו דובבות, ווען יודען ווארעמען זיך און זענען נתעורר לתשובה פון זיינע ניגונים.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

הרה"ח הישיש ר' קלמן שטעקל ז"ל
אטעטשמענטס
stekl.JPG
stekl.JPG (151.29 KiB) געזען 1689 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
לייקוס
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

יעצט באקומען פון א אייניקעל,

גאר אינטערעסאנטע עפיזאד האב איך יעצט געהערט פון א אייניקל וואס איז געווען אין שפיטאל מיט אים סמוך לכניסת השבת,
א קורצע צייט פאר שבת האט ער פלוצלינג אנגעהויבן זאגן די נוסח פון די קדיש פאר מוסף לימים נוראים
און דערנאך האט ער זיך אנגערופן: די גאנצע וועלט גייט יעצט אריין אין שבת און וואו גיי איך.....
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף החסיל »

לייקוס האט געשריבן:יעצט באקומען פון א אייניקעל,

קענענדיג אים גאר גוט, קען איך אים זעהן דאס זאגן....
אוי מי יתן תמורתו!
זיין ארגינעלקייט האט אזוי אדורכגענומען די ביינער! שוין לאנג נישט אזוי באוויינט א איד.
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

רבותינו האט געשריבן:איינער ווייסט די מעשה ווען ער האט געמאכט די וידע

ער האט עס געמאכט אויפן טרעין
[עס האט אים אויפגעבליצט די ניגן אין קאפ]
הצלחה
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף החסיל »

אוי! דאס בענקעניש מיט וואס ער פלעגט רעדן פונעם אמאל, פון די צדיקים לבית וויזשניץ, אוי האט דאס געקענט אנווארימען דאס הארץ!

ווי בא'טעמ'ט ער פלעגט רעדן פון די שבתים אין תל אביב ביי רבי אליעזר'ל ז"ל (בעל 'דמשק אליעזר'), ווי ער פלעגט זיך אזוי א כאפ טאהן ביים הארץ פאר בענקעניש... איי! מי יתן לנו.

ווער עס האט אים אמאל געהערט פארציילן ווי ער איז אנגעקומען דאס ערשטע מאל קיין תל אביב צום דמשק אויף שבת... נישט צום גלויבן מיט וואס א מוטשענישן. אנגעקומען איז ער קיין אר"י א בחור'ל כמעט אליין, ארים און נעבעך'דיג, די אינסטאנצן האבן אים קוואטירט אין א מזרח'יסטיש דערפל, כפר הרא"ה, (אהה! ווער קען פארגעסן זיין רומענישע אקצענט: 'כפאר האראעה'), נאכן אפטרוקענען א שבת אונעם כפר האט ער מחליט געווען צו גיין קיין תל אביב כאפן א בליק.
דער גבאי ר' בערל וואלצער ז"ל (א דמות פאר זיך...) האט אים 'פארכאפט' און נישט געלאזט צוריק... כל ימיו האט ר' קלמן אים מכיר טוב געווען, כמובן.

עיני יורדה מים ווען איך דערמאן זיך ווי ער פלעגט זיך אזוי ארויסברענגען די געגועים'דיגע הרגשים מיטן נאך מאכן רבי ברוך'ל ז"ל (בעל 'מקור ברוך') ווי ער פלעגט זאגן 'הערט מיר צו, קינדערלעך'.
מיט אזויפיל הארץ און נשמה פלעגט ער פארציילן ווי יענע תקופה פון תקומה האט אויסגעזעהן, ווי הארציג רבי ברוך'ל האט מקרב געווען די יונגע פליטים.

ער האט גאר גאר אסאך צוגעגעבן פארן יונגען דור. ווער עס האט געוואלט שפירן אביסל וואס מיינט תמימות, וואס עס מיינט התבטלות, אדער התקשרות צו אן ערליכער איד, איז ער א דוגמא חי, א לעבעדיגער דמות צו ווייזן פאר די קינדער ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן אן ערליכער בעה"ב.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

פון וועלכע רבי'ס איז ער געווען א תלמיד?
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

יעקב99 האט געשריבן:פון וועלכע רבי'ס איז ער געווען א תלמיד?

דמשק אליעזר
אמרי חיים
מקור ברוך
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

רעים האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:פון וועלכע רבי'ס איז ער געווען א תלמיד?

דמשק אליעזר
אמרי חיים
מקור ברוך

און דער נוסח זיינער [וואס מ'הערט אויך אין די רעקארדינגס] איז פון וועלכער רבי?
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

יעקב99 האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:פון וועלכע רבי'ס איז ער געווען א תלמיד?

דמשק אליעזר
אמרי חיים
מקור ברוך

און דער נוסח זיינער [וואס מ'הערט אויך אין די רעקארדינגס] איז פון וועלכער רבי?

איך מיין מער ווייניגער די אמ"ח
אפאר מאל זאגט ער צוויי וועגען (איך געדענג יעצט די ברכו שבת ביינאכט)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

רעים האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:פון וועלכע רבי'ס איז ער געווען א תלמיד?

דמשק אליעזר
אמרי חיים
מקור ברוך

ער איז אויך געווען ביי דער ווישאוואר רב זצ"ל הי"ד.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
בעטרה שעיטרה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 9:15 am
פארבינד זיך:

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעטרה שעיטרה »

unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (385.73 KiB) געזען 1367 מאל
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

בילדער פון די לויה?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

לייקוס האט געשריבן:יעצט באקומען פון א אייניקעל,

גאר אינטערעסאנטע עפיזאד האב איך יעצט געהערט פון א אייניקל וואס איז געווען אין שפיטאל מיט אים סמוך לכניסת השבת,
א קורצע צייט פאר שבת האט ער פלוצלינג אנגעהויבן זאגן די נוסח פון די קדיש פאר מוסף לימים נוראים
און דערנאך האט ער זיך אנגערופן: די גאנצע וועלט גייט יעצט אריין אין שבת און וואו גיי איך.....

דאס איז עפעס מוראדיג
ווען איז גוועהן יציאת נשמה בערך ?
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

לייקוס האט געשריבן:יעצט באקומען פון א אייניקעל,

גאר אינטערעסאנטע עפיזאד האב איך יעצט געהערט פון א אייניקל וואס איז געווען אין שפיטאל מיט אים סמוך לכניסת השבת,
א קורצע צייט פאר שבת האט ער פלוצלינג אנגעהויבן זאגן די נוסח פון די קדיש פאר מוסף לימים נוראים
און דערנאך האט ער זיך אנגערופן: די גאנצע וועלט גייט יעצט אריין אין שבת און וואו גיי איך.....

דאס איז געווען א שעה צוויי פאר'ן זמן, ער האט געמיינט ארויסצוברענגען זיין צער אז ער איז נעבעך אין שפיטאל און קען נישט פראווען דעם שבת ווי ער וואלט געוואלט, ווי איך געהערט פונעם אייניקל אליינס האט ער האט געזאגט "...און ווי בין איך..."
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

IMG-20211018-WA0029.jpg
IMG-20211018-WA0029.jpg (157.51 KiB) געזען 1214 מאל
אטעטשמענטס
IMG-20211018-WA0069.jpg
IMG-20211018-WA0069.jpg (152.94 KiB) געזען 1213 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:ער איז אויך געווען ביי דער ווישאוואר רב זצ"ל הי"ד.

אפשר אלטס אינגל
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:פון וועלכע רבי'ס איז ער געווען א תלמיד?

דמשק אליעזר
אמרי חיים
מקור ברוך

ער איז אויך געווען ביי דער ווישאוואר רב זצ"ל הי"ד.

פארוואס שרייבסטו הי''ד ?
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

Re: בד"ה הרה"ח ר' קלמן שטעקל ראש המשוררים לבית וויזשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:פון וועלכע רבי'ס איז ער געווען א תלמיד?

דמשק אליעזר
אמרי חיים
מקור ברוך

ער איז אויך געווען ביי דער ווישאוואר רב זצ"ל הי"ד.

און שפעטער זיין התקשרות און התבטלות צו כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ-מאנסי זי"ע, נישטא קיין ווערטער צו שילדערן.
ווי ער פלעגט מיר דערציילן במתק לשונו ווי יעדעס ווינק פון רבי'ן איז אים געווען א הוראה

עיני עיני יורדה מים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”