בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איך מוז אויך ארויסקומען און זאגן אז יאפ די אינטערוויא איז א מאסט ליסטענונג!..
אזויפיל נקודות וואס מיר סאטמארע דארפן וויסן און מ'הערט עס נישט געהעריג ודי..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

די רבי ז"ל פלעגט אייביג זאגן איך דארף נישט קיין פרומע כולל יונגעלייט איך דארף 'ערליכע בעלי בתים' אין ער האט טאקע געשטעלט די קהילה אויף דעם וועג.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

ר' משה דוד נידערמאן מיט א הספד אויף ר' הערץ
האט געארבעט מיט אים ביי רב טוב און אסאך עסקנות

Screenshot_20211020-145747_WhatsApp.jpg
Screenshot_20211020-145747_WhatsApp.jpg (262.54 KiB) געזען 2998 מאל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

eller האט געשריבן:איך מוז אויך ארויסקומען און זאגן אז יאפ די אינטערוויא איז א מאסט ליסטענונג!..
אזויפיל נקודות וואס מיר סאטמארע דארפן וויסן און מ'הערט עס נישט געהעריג ודי..

א שיינע אינטעוויא. איך האב נישט געהערט קיין שום חידושים.

ס״ה ברענגט עס ארויס די גדלות פון רבי׳ן וואס איז געגאנגען לפי רוחו של כל אחד ואחד און יעדער האט געפילט ווי ער האט א פלאץ ביים רבי׳ן.

די גרויסע זכות פון העלפן דעם רבי׳ן איז אים זיכער אקעגן געקומען.

יהא זכרו ברוך.
קלאצער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:16 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאצער »

[image][/image]
לייטער האט געשריבן:https://ahblicklive.com/zatzal.php?id=439
פון א בליק סייט



לויט איך האב פארשטאנען ביי זיין דרעזנער אינטערוויו איז דער בילד ביים ארויסקומען פונעם פדיון הבן פון זיין בכור
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

סאררי פאר אריינמישען א צווייטע סאבדזשעקט.

מען רעד דא פון ר' הערץ אלס נישט א סאטמארער, אבער פארט געווען אונטערגעווארפען אונטער סאטמאר רב'ס סמכות.

קוקט אויף פילע פון די עסקנים פון פאריגען דור, וועט איר פיל זעהן אזא סארט פענאמען. עסקנות און ארום איז געווען א לשם שמים 24/7 ארבעט. דאס מאכען א פרנסה דערביי האט נישט גערירט די אידישקייט טייל דערפונען!

ר' הערץ איז פשוט פון די לעצטע פון דעם סארט וואס אונזער דור האט געקאנט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

ירקרקות האט געשריבן:די אינטערוויו 'דיבאנקט' די אלע לעצט אויפגעקומענע 'מיטס' איבער וואס דער רבי האט יא אדער נישט מיטגעהאלטן אין די מוסדות.
די קאליר פון די בלוזקעס ביי די גרעדיועישאן האט מען אויפגעברענגט ביי א מיטינג מיט'ן רבי'ן, און די 'יעיר בוק' האט מען געדארפט ברענגן צום רבי'ן ווען עס איז ארויס פון דרוק בעפאר'ן גיין צום בינדן.

בנוסף לזה זענען אלץ געווען גוטע אידן וואס זענען געקומען אויסזאגן, און ר' הערץ האט זיך געברויכט פארטיידיגן, אזוי אז סודות האבן בכלל נישט עקזעסטירט. (ר' הערץ זאגט אז דער רבי האט זיך אים אויסגעדרוקט אויף די אידן מיט איבריגע פרומקייטן 'ענדערש זאלן זיי מיך מאטערן מיט די שאלות ווי איידער האבן א טעלעוויזשאן א שטוב...')


די רבי האט לכאורה געמיינט צוזאגן אז די מענטשען מיט נארישע פרומקייטן האבן נישט די שכל הישר צו גיין אויפן דרך הממוצע. ער מיז גיין אדער גאר רעכטס אדער גאר לינקס. האט די רבי געזאגט אז עס איז בעסער אז ער איז געגאנגען רעכטס וואו ווען ער גייט ווען לינקס.
אוועטאר
רעדנער
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 23, 2013 6:11 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעדנער »

למעשה האט מען אים מכבד געווען אויף צוטרעטן מיט א מעכטיגע דרשה ביי די בארימטע פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדן בהשתתפות הרה''ק מסאטמאר זצ''ל בסוף ימיו ממש, במעמד רבבות אלפי ישראל, בתוכם צדיקים וקדושים א שטייגער ווי הרה''ק מריביניץ זצוק''ל ועוד, ער האט דארט געהאקט אויף די אגודה און אויסגעשריגן איך בין אויך געווען אמאל א אגודיסט, אויך האט ער אפגעחוזק'ט פון ראש העיר ירושלים טדי קולק, אז זייענדיג לעצטנס אין ארץ ישראל האט ער געזעהן א מודעה פון אגודת חובבי כלבים און טדי קולק איז גאר די יושב ראש פון די דאזיגע אגודה הינט ליבהאבער...
טאקע א מאדיאר אבער דאך א חסידישער רעדנער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יאפ, ער האט געקענט רעדן שארף און צום פינטל, מיט הארץ און מיט אייפער, אמאליגע עסקנים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

רעדנער האט געשריבן:למעשה האט מען אים מכבד געווען אויף צוטרעטן מיט א מעכטיגע דרשה ביי די בארימטע פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדן בהשתתפות הרה''ק מסאטמאר זצ''ל בסוף ימיו ממש, במעמד רבבות אלפי ישראל, בתוכם צדיקים וקדושים א שטייגער ווי הרה''ק מריביניץ זצוק''ל ועוד, ער האט דארט געהאקט אויף די אגודה און אויסגעשריגן איך בין אויך געווען אמאל א אגודיסט, אויך האט ער אפגעחוזק'ט פון ראש העיר ירושלים טדי קולק, אז זייענדיג לעצטנס אין ארץ ישראל האט ער געזעהן א מודעה פון אגודת חובבי כלבים און טדי קולק איז גאר די יושב ראש פון די דאזיגע אגודה הינט ליבהאבער...


ער איז געקומען פון עירפארט גראד צום פראטעסט

זיין דרשה האט גורם געווען א סומאטאכע ווען איינער פון די אדמורים זצ"ל איז ארויס פון זאל אלס מחאה אז מ' האט גערעדט קעגין די אגודה

הרב חיים משה שטויבער ע"ה האט אויסגערופן א התנצלות אז עס איז געווען א "אפמאך" אז מ' וועט נישט רעדן קעגן די אגודה (רב פרענקל איז נישט געווען ביים מיטונג ווייל ווי געזאגט איז ער געווען אין אר"י)

אינטערסאנט אז אויפ'ן טעיפ הערט מען דער פאלטישאנער רב ז"ל זאגט אז ער ווייסט נישט פון קיין אפמאך, הערט מען דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל שרייט אריין "קיינמאל נישט געווען קיין אפמאך"

געווען אמאל צייטן

אויך איז געווען דעמאלס דער גוי וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער פון רבינ'ס מאביל, דער רבי איז אהיימגעפארן מיט מאנרא באס
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

היסטאריקער האט געשריבן:זיין דרשה האט גורם געווען א סומאטאכע ווען איינער פון די אדמורים זצ"ל איז ארויס פון זאל אלס מחאה אז מ' האט גערעדט קעגין די אגודה

הרב חיים משה שטויבער ע"ה האט אויסגערופן א התנצלות אז עס איז געווען א "אפמאך" אז מ' וועט נישט רעדן קעגן די אגודה (רב פרענקל איז נישט געווען ביים מיטונג ווייל ווי געזאגט איז ער געווען אין אר"י)

אינטערסאנט אז אויפ'ן טעיפ הערט מען דער פאלטישאנער רב ז"ל זאגט אז ער ווייסט נישט פון קיין אפמאך, הערט מען דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל שרייט אריין "קיינמאל נישט געווען קיין אפמאך"

געווען אמאל צייטן

אויך איז געווען דעמאלס דער גוי וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער פון רבינ'ס מאביל, דער רבי איז אהיימגעפארן מיט מאנרא באס


אה שכוח! נישט געוואוסט קיינמאל אז עס איז געווען ביי זיין דרשה, די יציאה פונעם אדמו"ר.

דעם פאלטיטשאנער ז"ל'ס ווערטער וועגן אפמאך האב איך שוין געהערט אויפן ריקארדינג, כ'האב טאקע נישט פארשטאנען פון וועלכע אפמאך ער רעדט.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

היסטאריקער האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:למעשה האט מען אים מכבד געווען אויף צוטרעטן מיט א מעכטיגע דרשה ביי די בארימטע פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדן בהשתתפות הרה''ק מסאטמאר זצ''ל בסוף ימיו ממש, במעמד רבבות אלפי ישראל, בתוכם צדיקים וקדושים א שטייגער ווי הרה''ק מריביניץ זצוק''ל ועוד, ער האט דארט געהאקט אויף די אגודה און אויסגעשריגן איך בין אויך געווען אמאל א אגודיסט, אויך האט ער אפגעחוזק'ט פון ראש העיר ירושלים טדי קולק, אז זייענדיג לעצטנס אין ארץ ישראל האט ער געזעהן א מודעה פון אגודת חובבי כלבים און טדי קולק איז גאר די יושב ראש פון די דאזיגע אגודה הינט ליבהאבער...


ער איז געקומען פון עירפארט גראד צום פראטעסט

זיין דרשה האט גורם געווען א סומאטאכע ווען איינער פון די אדמורים זצ"ל איז ארויס פון זאל אלס מחאה אז מ' האט גערעדט קעגין די אגודה

הרב חיים משה שטויבער ע"ה האט אויסגערופן א התנצלות אז עס איז געווען א "אפמאך" אז מ' וועט נישט רעדן קעגן די אגודה (רב פרענקל איז נישט געווען ביים מיטונג ווייל ווי געזאגט איז ער געווען אין אר"י)

אינטערסאנט אז אויפ'ן טעיפ הערט מען דער פאלטישאנער רב ז"ל זאגט אז ער ווייסט נישט פון קיין אפמאך, הערט מען דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל שרייט אריין "קיינמאל נישט געווען קיין אפמאך"

געווען אמאל צייטן

אויך איז געווען דעמאלס דער גוי וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער פון רבינ'ס מאביל, דער רבי איז אהיימגעפארן מיט מאנרא באס

ביטע קום אריין קלאר מיט די גאנצע דעטאלן פון אלעס וואס האט דארט פאסירט פאר די פרישע דור...
שכח
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

ירקרקות וועלכע אינטערוויו רעדסטו פון?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

eller האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:למעשה האט מען אים מכבד געווען אויף צוטרעטן מיט א מעכטיגע דרשה ביי די בארימטע פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדן בהשתתפות הרה''ק מסאטמאר זצ''ל בסוף ימיו ממש, במעמד רבבות אלפי ישראל, בתוכם צדיקים וקדושים א שטייגער ווי הרה''ק מריביניץ זצוק''ל ועוד, ער האט דארט געהאקט אויף די אגודה און אויסגעשריגן איך בין אויך געווען אמאל א אגודיסט, אויך האט ער אפגעחוזק'ט פון ראש העיר ירושלים טדי קולק, אז זייענדיג לעצטנס אין ארץ ישראל האט ער געזעהן א מודעה פון אגודת חובבי כלבים און טדי קולק איז גאר די יושב ראש פון די דאזיגע אגודה הינט ליבהאבער...


ער איז געקומען פון עירפארט גראד צום פראטעסט

זיין דרשה האט גורם געווען א סומאטאכע ווען איינער פון די אדמורים זצ"ל איז ארויס פון זאל אלס מחאה אז מ' האט גערעדט קעגין די אגודה

הרב חיים משה שטויבער ע"ה האט אויסגערופן א התנצלות אז עס איז געווען א "אפמאך" אז מ' וועט נישט רעדן קעגן די אגודה (רב פרענקל איז נישט געווען ביים מיטונג ווייל ווי געזאגט איז ער געווען אין אר"י)

אינטערסאנט אז אויפ'ן טעיפ הערט מען דער פאלטישאנער רב ז"ל זאגט אז ער ווייסט נישט פון קיין אפמאך, הערט מען דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל שרייט אריין "קיינמאל נישט געווען קיין אפמאך"

געווען אמאל צייטן

אויך איז געווען דעמאלס דער גוי וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער פון רבינ'ס מאביל, דער רבי איז אהיימגעפארן מיט מאנרא באס

ביטע קום אריין קלאר מיט די גאנצע דעטאלן פון אלעס וואס האט דארט פאסירט פאר די פרישע דור...
שכח


דער רבי איז געקומען צום פראטעסט מיט'ן מאביל באגלייט מיט סטעיט טרופערס, אויפ'ן וועג פארענדיג אין מאנהעטן האט דער דרייווער אריינגעקאט א גוי וועלעכער איז ארויסגעקומען פון זיין קאר מיט א האמער/האק און אויסגעשאסן די פענסטער, פארשטייט זיך אז עס איז געווארן א פאניק און די טרופערס האבן ארעסטירט (אומגעזעצליך) דעם גוי און מ' איז שנעל אפגעפארן צום זאל
אויפ'ן טעיפ הערט מען אויסרופן אז ר' חיים פריינד זאל זיך מעלדן, ער האט צוגעשטעלט א באס ארויסגענומען אפאר זיצן און אזוי איז דער רבי אהיים געפארן

יענעם זומער אין קעמפ האט מען באעהרט די טרופערס וואס האבן איינגעשטעלט זייער קאריער צו באשיצן דעם רבי'ן
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פארוואס איז די ארעסט געווען אומגעזעצליך?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

היסטאריקער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:למעשה האט מען אים מכבד געווען אויף צוטרעטן מיט א מעכטיגע דרשה ביי די בארימטע פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדן בהשתתפות הרה''ק מסאטמאר זצ''ל בסוף ימיו ממש, במעמד רבבות אלפי ישראל, בתוכם צדיקים וקדושים א שטייגער ווי הרה''ק מריביניץ זצוק''ל ועוד, ער האט דארט געהאקט אויף די אגודה און אויסגעשריגן איך בין אויך געווען אמאל א אגודיסט, אויך האט ער אפגעחוזק'ט פון ראש העיר ירושלים טדי קולק, אז זייענדיג לעצטנס אין ארץ ישראל האט ער געזעהן א מודעה פון אגודת חובבי כלבים און טדי קולק איז גאר די יושב ראש פון די דאזיגע אגודה הינט ליבהאבער...


ער איז געקומען פון עירפארט גראד צום פראטעסט

זיין דרשה האט גורם געווען א סומאטאכע ווען איינער פון די אדמורים זצ"ל איז ארויס פון זאל אלס מחאה אז מ' האט גערעדט קעגין די אגודה

הרב חיים משה שטויבער ע"ה האט אויסגערופן א התנצלות אז עס איז געווען א "אפמאך" אז מ' וועט נישט רעדן קעגן די אגודה (רב פרענקל איז נישט געווען ביים מיטונג ווייל ווי געזאגט איז ער געווען אין אר"י)

אינטערסאנט אז אויפ'ן טעיפ הערט מען דער פאלטישאנער רב ז"ל זאגט אז ער ווייסט נישט פון קיין אפמאך, הערט מען דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל שרייט אריין "קיינמאל נישט געווען קיין אפמאך"

געווען אמאל צייטן

אויך איז געווען דעמאלס דער גוי וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער פון רבינ'ס מאביל, דער רבי איז אהיימגעפארן מיט מאנרא באס

ביטע קום אריין קלאר מיט די גאנצע דעטאלן פון אלעס וואס האט דארט פאסירט פאר די פרישע דור...
שכח


דער רבי איז געקומען צום פראטעסט מיט'ן מאביל באגלייט מיט סטעיט טרופערס, אויפ'ן וועג פארענדיג אין מאנהעטן האט דער דרייווער אריינגעקאט א גוי וועלעכער איז ארויסגעקומען פון זיין קאר מיט א האמער/האק און אויסגעשאסן די פענסטער, פארשטייט זיך אז עס איז געווארן א פאניק און די טרופערס האבן ארעסטירט (אומגעזעצליך) דעם גוי און מ' איז שנעל אפגעפארן צום זאל
אויפ'ן טעיפ הערט מען אויסרופן אז ר' חיים פריינד זאל זיך מעלדן, ער האט צוגעשטעלט א באס ארויסגענומען אפאר זיצן און אזוי איז דער רבי אהיים געפארן

יענעם זומער אין קעמפ האט מען באעהרט די טרופערס וואס האבן איינגעשטעלט זייער קאריער צו באשיצן דעם רבי'ן

איז נישט ר' יושע גליק געווען דער דרייווער? עפעס געדענק איך אזא מעשה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

מי יודע האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:למעשה האט מען אים מכבד געווען אויף צוטרעטן מיט א מעכטיגע דרשה ביי די בארימטע פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדן בהשתתפות הרה''ק מסאטמאר זצ''ל בסוף ימיו ממש, במעמד רבבות אלפי ישראל, בתוכם צדיקים וקדושים א שטייגער ווי הרה''ק מריביניץ זצוק''ל ועוד, ער האט דארט געהאקט אויף די אגודה און אויסגעשריגן איך בין אויך געווען אמאל א אגודיסט, אויך האט ער אפגעחוזק'ט פון ראש העיר ירושלים טדי קולק, אז זייענדיג לעצטנס אין ארץ ישראל האט ער געזעהן א מודעה פון אגודת חובבי כלבים און טדי קולק איז גאר די יושב ראש פון די דאזיגע אגודה הינט ליבהאבער...


ער איז געקומען פון עירפארט גראד צום פראטעסט

זיין דרשה האט גורם געווען א סומאטאכע ווען איינער פון די אדמורים זצ"ל איז ארויס פון זאל אלס מחאה אז מ' האט גערעדט קעגין די אגודה

הרב חיים משה שטויבער ע"ה האט אויסגערופן א התנצלות אז עס איז געווען א "אפמאך" אז מ' וועט נישט רעדן קעגן די אגודה (רב פרענקל איז נישט געווען ביים מיטונג ווייל ווי געזאגט איז ער געווען אין אר"י)

אינטערסאנט אז אויפ'ן טעיפ הערט מען דער פאלטישאנער רב ז"ל זאגט אז ער ווייסט נישט פון קיין אפמאך, הערט מען דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל שרייט אריין "קיינמאל נישט געווען קיין אפמאך"

געווען אמאל צייטן

אויך איז געווען דעמאלס דער גוי וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער פון רבינ'ס מאביל, דער רבי איז אהיימגעפארן מיט מאנרא באס

ביטע קום אריין קלאר מיט די גאנצע דעטאלן פון אלעס וואס האט דארט פאסירט פאר די פרישע דור...
שכח


דער רבי איז געקומען צום פראטעסט מיט'ן מאביל באגלייט מיט סטעיט טרופערס, אויפ'ן וועג פארענדיג אין מאנהעטן האט דער דרייווער אריינגעקאט א גוי וועלעכער איז ארויסגעקומען פון זיין קאר מיט א האמער/האק און אויסגעשאסן די פענסטער, פארשטייט זיך אז עס איז געווארן א פאניק און די טרופערס האבן ארעסטירט (אומגעזעצליך) דעם גוי און מ' איז שנעל אפגעפארן צום זאל
אויפ'ן טעיפ הערט מען אויסרופן אז ר' חיים פריינד זאל זיך מעלדן, ער האט צוגעשטעלט א באס ארויסגענומען אפאר זיצן און אזוי איז דער רבי אהיים געפארן

יענעם זומער אין קעמפ האט מען באעהרט די טרופערס וואס האבן איינגעשטעלט זייער קאריער צו באשיצן דעם רבי'ן

איז נישט ר' יושע גליק געווען דער דרייווער? עפעס געדענק איך אזא מעשה


יא
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

Programming האט געשריבן:ירקרקות וועלכע אינטערוויו רעדסטו פון?



מיט י.ש. דרעזדנער פאר 20 יאר צוריק, אין בעפארברייטונג צו א באשרייבונג אויף אים אין א אויסגאבע, דוכט זיך המודיע. (כ'ווייס נישט צו יענע באשרייבונג איז אמאל צושטאנד געקומען)

ער האט עס ארויפגעלייגט אויף ק"מ אנפאנג די וואך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' אברהם פר"מ אין "די צייטונג" באשרייבט אים מיט עטליכע אומבאקאנטע שטריכן, ווי דאס וואס ר' הערץ איז געווען דער וואס איז אראפגעפארן קיין פוילן [צוזאמען מיט ר' יחזקאל שמש] מפנה צו זיין די רעבעצין'ס עלטערן און בחכמתו איבערגעקומען די קאמוניסטישע שוועריגקייטן וכו'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

מיין בליק איבער ר' הערץ איז אייביג געווען א רעספעקטפולע, די רבי האט אים געטראסט, א עסקן, א כלל מענטש, אבער אים לייגן אויפן סקעיל אלץ א ווארט זאגער און סאטמאר העכער ווי אנדערע וועטעראן עסקני וראשי קהילת סאטמאר, איז נישט ריכטיג. סקומט ווייל אין סאטמאר האט מען געקיקט וואס די פרעמדע (בענד דאונס) זאגן אויף'ן רבין, און אז מהאט געטראפן א פרעמדער וואס האט מעריץ געווען דעם רבין איז עס כמוצא שלל רב.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
ברוך פייבול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פייבול »

געריבענער סוחר האט געשריבן:מיין בליק איבער ר' הערץ איז אייביג געווען א רעספעקטפולע, די רבי האט אים געטראסט, א עסקן, א כלל מענטש, אבער אים לייגן אויפן סקעיל אלץ א ווארט זאגער און סאטמאר העכער ווי אנדערע וועטעראן עסקני וראשי קהילת סאטמאר, איז נישט ריכטיג. סקומט ווייל אין סאטמאר האט מען געקיקט וואס די פרעמדע (בענד דאונס) זאגן אויף'ן רבין, און אז מהאט געטראפן א פרעמדער וואס האט מעריץ געווען דעם רבין איז עס כמוצא שלל רב.

ס'איז ממש פונקט פארקערט פון אזוי דו לייגסט עס אראפ,
ס'איז נישט אז ר' הירץ האט מעריץ געוועהן דעם רבי'ן, ס'אינטערסירט אונז גאנץ ווינציג וואס ער האט געהאלטען אויפן רבי'ן, די חידוש פון ר' הירץ איז געוועהן אז די רבי האט געזעהן אין אים מורא'דיגע קוואלעפיקאציעס האט ער אים אויפגענומען אפילו פון אינדרויסען,
און יא, ער איז קלאר געוועהן פון די גרעסטע פארטרעיטערס פון סאטמאר אין די ברייטע גאס,
ס'פעלט אייך פשוט אינפארמאציע
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

Programming האט געשריבן:ירקרקות וועלכע אינטערוויו רעדסטו פון?

viewtopic.php?f=6&t=50508&start=100#p3075453
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

געריבענער סוחר האט געשריבן:מיין בליק איבער ר' הערץ איז אייביג געווען א רעספעקטפולע, די רבי האט אים געטראסט, א עסקן, א כלל מענטש, אבער אים לייגן אויפן סקעיל אלץ א ווארט זאגער און סאטמאר העכער ווי אנדערע וועטעראן עסקני וראשי קהילת סאטמאר, איז נישט ריכטיג. סקומט ווייל אין סאטמאר האט מען געקיקט וואס די פרעמדע (בענד דאונס) זאגן אויף'ן רבין, און אז מהאט געטראפן א פרעמדער וואס האט מעריץ געווען דעם רבין איז עס כמוצא שלל רב.


קיינער רעדט נישט אז ער זאל זיין דער ווארטזאגער פונעם רבין בעניני צניעות, חסידות, לבוש פון די פרויען, וכדו און אפילו לגבי ציונות, דאס האט דער רבי געהאט גענוג און נאך מיט וועם ער האט זיך דורכגערעדט און איבערגעגיבן זיין רצון אוו זיי זאלן עס איבערגעבן פאר די חסידים.
ס"ה רעדט מען לגבי לימודי חול סיי פאר די מיידלעך און סיי פאר די אינגלעך וואס אין די ענינים האט עס דער רבי נישט גערעדט מיט אנדערע נאר בעיקר מיט רבי הערץ ז"ל. און אזוי ווי אין די הינזיכטן איז דא א טשטוש המוחות לעצטענס, איז יעדע ווארט פון אים כקילורין בעיניים.
פערצופאל איז דאס וואס ער זאגט, זענען הונדערטע אידן מעיד אז אזוי איז טאקע געווען מער ווייניגער ווען דער רבי האט געלעבט און געווען געזונט. אין ענגליש איז דא א ווארט עס corroborate, און ממילא איז זיין ווארט נאך אזוי גוט ווי די וואס האבן מיטאמאל געקענט דעם רבין פון די געזונטע יארן.

איי געס עס איז סיעתא דשמיא, אז רבי הערץ האט געלעבט ביז יעצט, וואס ווער עס האט געוואלט וויסן דעם אמת האט אים געקענט פרעגן ביז ממש לעצטענס.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אינטערעסאנטע שטיקל עמי פון די וואך
אטעטשמענטס
20211023_215121 (1).jpg
20211023_215121 (1).jpg (74.77 KiB) געזען 1172 מאל
#בשיטה נישט
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: בד"ה הרב נפתלי הירץ פרענקל ז"ל לאנגיעריגע מנהל בית רחל ד'סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

לעיקוואד האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:מיין בליק איבער ר' הערץ איז אייביג געווען א רעספעקטפולע, די רבי האט אים געטראסט, א עסקן, א כלל מענטש, אבער אים לייגן אויפן סקעיל אלץ א ווארט זאגער און סאטמאר העכער ווי אנדערע וועטעראן עסקני וראשי קהילת סאטמאר, איז נישט ריכטיג. סקומט ווייל אין סאטמאר האט מען געקיקט וואס די פרעמדע (בענד דאונס) זאגן אויף'ן רבין, און אז מהאט געטראפן א פרעמדער וואס האט מעריץ געווען דעם רבין איז עס כמוצא שלל רב.


קיינער רעדט נישט אז ער זאל זיין דער ווארטזאגער פונעם רבין בעניני צניעות, חסידות, לבוש פון די פרויען, וכדו און אפילו לגבי ציונות, דאס האט דער רבי געהאט גענוג און נאך מיט וועם ער האט זיך דורכגערעדט און איבערגעגיבן זיין רצון אוו זיי זאלן עס איבערגעבן פאר די חסידים.
ס"ה רעדט מען לגבי לימודי חול סיי פאר די מיידלעך און סיי פאר די אינגלעך וואס אין די ענינים האט עס דער רבי נישט גערעדט מיט אנדערע נאר בעיקר מיט רבי הערץ ז"ל. און אזוי ווי אין די הינזיכטן איז דא א טשטוש המוחות לעצטענס, איז יעדע ווארט פון אים כקילורין בעיניים.
פערצופאל איז דאס וואס ער זאגט, זענען הונדערטע אידן מעיד אז אזוי איז טאקע געווען מער ווייניגער ווען דער רבי האט געלעבט און געווען געזונט. אין ענגליש איז דא א ווארט עס corroborate, און ממילא איז זיין ווארט נאך אזוי גוט ווי די וואס האבן מיטאמאל געקענט דעם רבין פון די געזונטע יארן.

איי געס עס איז סיעתא דשמיא, אז רבי הערץ האט געלעבט ביז יעצט, וואס ווער עס האט געוואלט וויסן דעם אמת האט אים געקענט פרעגן ביז ממש לעצטענס.



דער חידוש פון ר׳ הערץ פרענקל זענען מערערע:

1) דער רבי האט ברוב חכמתו איינגעזעהן אז דער בחור הערץ פרענקל פארשטייט גוט די שיטה, און האט אים גענוצט אלץ א שופר, אלץ א שליח, אלץ איש אמונו, אלץ אן אגענט פאר די שיטה פאר די דרויסנדיגע וועלט -

א מיסיע וואס ער האט אויסגעפירט בשלימות.

2) דער רבי האט אראפגעשטעלט יסודות פון א מיידל שולע, וואס דארף זיין אויסגעהאלטן, און פראפעסיאנעל, ערליך און קארעקט במילי דשמיא ובמילי דעלמא - אידישליך און וועלטליך - פאר דעם צוועק האט דער רבי אויסגעקליבן דעם בחור הערץ פרענקל - בשנת תשי״ט. צו פירן די ענגלישע דעפארטמענטס ביי די אינגלעך און ביי די מיידלאך.

א מיסיע וואס ער האט אויסגעפירט בשלימות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”