רעדנער האט געשריבן:למעשה האט מען אים מכבד געווען אויף צוטרעטן מיט א מעכטיגע דרשה ביי די בארימטע פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדן בהשתתפות הרה''ק מסאטמאר זצ''ל בסוף ימיו ממש, במעמד רבבות אלפי ישראל, בתוכם צדיקים וקדושים א שטייגער ווי הרה''ק מריביניץ זצוק''ל ועוד, ער האט דארט געהאקט אויף די אגודה און אויסגעשריגן איך בין אויך געווען אמאל א אגודיסט, אויך האט ער אפגעחוזק'ט פון ראש העיר ירושלים טדי קולק, אז זייענדיג לעצטנס אין ארץ ישראל האט ער געזעהן א מודעה פון אגודת חובבי כלבים און טדי קולק איז גאר די יושב ראש פון די דאזיגע אגודה הינט ליבהאבער...
ער איז געקומען פון עירפארט גראד צום פראטעסט
זיין דרשה האט גורם געווען א סומאטאכע ווען איינער פון די אדמורים זצ"ל איז ארויס פון זאל אלס מחאה אז מ' האט גערעדט קעגין די אגודה
הרב חיים משה שטויבער ע"ה האט אויסגערופן א התנצלות אז עס איז געווען א "אפמאך" אז מ' וועט נישט רעדן קעגן די אגודה (רב פרענקל איז נישט געווען ביים מיטונג ווייל ווי געזאגט איז ער געווען אין אר"י)
אינטערסאנט אז אויפ'ן טעיפ הערט מען דער פאלטישאנער רב ז"ל זאגט אז ער ווייסט נישט פון קיין אפמאך, הערט מען דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל שרייט אריין "קיינמאל נישט געווען קיין אפמאך"
געווען אמאל צייטן
אויך איז געווען דעמאלס דער גוי וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער פון רבינ'ס מאביל, דער רבי איז אהיימגעפארן מיט מאנרא באס
ביטע קום אריין קלאר מיט די גאנצע דעטאלן פון אלעס וואס האט דארט פאסירט פאר די פרישע דור... שכח
די ארויסגיין פון זאל פון איינעם פון די גדולי האדמורי''ם זצ''ל איז געווען ווען הרב יוסל שיינברגר מזכיר העדה החרדית האט זיך צופייערט אקעגן די אגודה וואס שווייגן אויף די חפירות הקברים און זענען ממשיך צו זיצן בכנסת במינים, מאמענטאל האט זיך איינער פון די גדולי האדמורי''ם אויפגעשטעלט און פארלאזט די זאל, רביה''ק זצ''ל איז נאכנישט געווען דארט, ר' חיים משה שטויבער ז''ל איז צוגעלאפן צום מייק און אריינגעשריגן רבותי! ס'האט פאסירט א מורא'דיגע זאך די וו' רבי איז ארויסגעגאנגען, ס'איז געווען א אפמאך אז מ'וועט נישט רעדן פון די אגודה וכו'...שפעטער איז צוגעגאנגען די פאלטיטשאנער רב ז''ל און אויסגעשריגן ס'איז נישטא קיין שום אפמאכן און מ'קען בכלל נישט מאכן קיין אפמאכן א קעגן די תורה...אפאר טעג האט דער עולם געברויזט...יענער גדול וצדיק זצ''ל האט שפעטער געזאגט ברוב ענוותנותו אז ער האט נישט געקלערט אז מ'וועט אזוי באמערקן זיין ארויסגיין, ער האט זיכער נישט געוואלט אנמאכן א סמאטוכע

טא וועמענס דרשה הירץ פרענקל אדער הרב שיינבערגער ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ? [email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
דאכט זיך אז האדמו"ר זצ"ל האט זיך נאכדעם פארענטפערט אז די פרויען רעפארטערס האט אים געשטערט פון די ערשטע מינוט, אז ער האט געטראפן א געלעגנהייט איז ער געגאנגען.
געריבענער סוחר האט געשריבן:מיין בליק איבער ר' הערץ איז אייביג געווען א רעספעקטפולע, די רבי האט אים געטראסט, א עסקן, א כלל מענטש, אבער אים לייגן אויפן סקעיל אלץ א ווארט זאגער און סאטמאר העכער ווי אנדערע וועטעראן עסקני וראשי קהילת סאטמאר, איז נישט ריכטיג. סקומט ווייל אין סאטמאר האט מען געקיקט וואס די פרעמדע (בענד דאונס) זאגן אויף'ן רבין, און אז מהאט געטראפן א פרעמדער וואס האט מעריץ געווען דעם רבין איז עס כמוצא שלל רב.
קיינער רעדט נישט אז ער זאל זיין דער ווארטזאגער פונעם רבין בעניני צניעות, חסידות, לבוש פון די פרויען, וכדו און אפילו לגבי ציונות, דאס האט דער רבי געהאט גענוג און נאך מיט וועם ער האט זיך דורכגערעדט און איבערגעגיבן זיין רצון אוו זיי זאלן עס איבערגעבן פאר די חסידים. ס"ה רעדט מען לגבי לימודי חול סיי פאר די מיידלעך און סיי פאר די אינגלעך וואס אין די ענינים האט עס דער רבי נישט גערעדט מיט אנדערע נאר בעיקר מיט רבי הערץ ז"ל. און אזוי ווי אין די הינזיכטן איז דא א טשטוש המוחות לעצטענס, איז יעדע ווארט פון אים כקילורין בעיניים. פערצופאל איז דאס וואס ער זאגט, זענען הונדערטע אידן מעיד אז אזוי איז טאקע געווען מער ווייניגער ווען דער רבי האט געלעבט און געווען געזונט. אין ענגליש איז דא א ווארט עס corroborate, און ממילא איז זיין ווארט נאך אזוי גוט ווי די וואס האבן מיטאמאל געקענט דעם רבין פון די געזונטע יארן.
איי געס עס איז סיעתא דשמיא, אז רבי הערץ האט געלעבט ביז יעצט, וואס ווער עס האט געוואלט וויסן דעם אמת האט אים געקענט פרעגן ביז ממש לעצטענס.
דער חידוש פון ר׳ הערץ פרענקל זענען מערערע:
1) דער רבי האט ברוב חכמתו איינגעזעהן אז דער בחור הערץ פרענקל פארשטייט גוט די שיטה, און האט אים גענוצט אלץ א שופר, אלץ א שליח, אלץ איש אמונו, אלץ אן אגענט פאר די שיטה פאר די דרויסנדיגע וועלט -
א מיסיע וואס ער האט אויסגעפירט בשלימות.
2) דער רבי האט אראפגעשטעלט יסודות פון א מיידל שולע, וואס דארף זיין אויסגעהאלטן, און פראפעסיאנעל, ערליך און קארעקט במילי דשמיא ובמילי דעלמא - אידישליך און וועלטליך - פאר דעם צוועק האט דער רבי אויסגעקליבן דעם בחור הערץ פרענקל - בשנת תשי״ט. צו פירן די ענגלישע דעפארטמענטס ביי די אינגלעך און ביי די מיידלאך.
א מיסיע וואס ער האט אויסגעפירט בשלימות.
ווען דער רבי האט אים אויפגענומען האט ר׳ הערץ נישט געוויסט פון קיין שיטה. ער איז געווען א געשוואוירענער אגודיסט. מען האט אים אויפגענומען אויף נישט קיין ערענסטע פאזיציע, סך הכל פאר א ענגלישע פרינציפאל פון עטליכע צענדליגער מיידלעך און פארשטייט זיך פאר די יונגלעך וויפיל עס האט אויסגעפעלט. אבער ווי באקאנט האט דער רבי ליב געהאט צו רעדן צו מענטשן פון דרויסן כדי צו וויסן וואס טוט זיך און צו קענען פירן די מלחמה קעגן ציונות ווי עס דארף צוזיין, פלעגט דער רבי אסאך רעדן צו אים, און צוביסלעך האט ר׳ הערץ אנגעהויבן צו פארשטיין דעם רבינ׳ס שיטה, און דאס איבעריגע איז היסטארי.
ער שרייבט אויך אז ער איז געווען פון די רעכטע פליגעל פון צעירי אגודת ישראל א שטייגער ווי הרב מנדלסון אב"ד קוממיות, העסקן הערי גודמאן פון לאנדאן וועלכער האט אסאך ארויסגעהאלפן דעם רבין אין עניני עסקנות, ס'קוקט אויס פון זיינע ווערטער אז ער האט שוין איינמאל געוויסט דעם רבינס שיטה
די דעמאלטסדיגע רעכטע פראקציע פון די אגודה האט אפיציעל זיך געשלאגן מיט די מדינה אויף יעדע גזירה אנדערש ווי די אלגעמיינע אגודה וואס האט פרובירט צו לעבן אין פרידן מיט די מדינה
א דוגמא הרב מנדלסון האט אויסבאהאלטן יוסעלע שוכמאכער, זיי האבן געקעמפט אקעגן ניתוחי מתים, אקעגן עליות קיין ארץ ישראל פון אידישע פליטים פון מיטל מזרח און אפריקע
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער האט געשריבן:די דעמאלטסדיגע רעכטע פראקציע פון די אגודה האט אפיציעל זיך געשלאגן מיט די מדינה אויף יעדע גזירה אנדערש ווי די אלגעמיינע אגודה וואס האט פרובירט צו לעבן אין פרידן מיט די מדינה
א דוגמא הרב מנדלסון האט אויסבאהאלטן יוסעלע שוכמאכער, זיי האבן געקעמפט אקעגן ניתוחי מתים, אקעגן עליות קיין ארץ ישראל פון אידישע פליטים פון מיטל מזרח און אפריקע
די אמעריקאנער אגודה איז געווען מער רעכטס געשטימט, ביי די אונגארישע אידן ועוד.
הערי גודמאן ודעימי' זענען געווען עכטע עסקנים וואס האבן געטאן פעולות נשגבות פאר אידישע קינדער בכל מקומות שהם.
פון וואו נעמט מען היינט די אמאליגע עסקנים? אגודיסטן
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
האט מיר איינער אריינגעשיקט א שמועס ווי מהר"א האט עס דערמאנט ביי א אנדערע געלעגנהייט, ס'איז נישט ממש ווי איך האב געשריבן (לויט ווי איך האב עס געהערט אין א צווייטע געלעגנהייט), אבער עכ"פ ס'טוישט ווייטער די משמעות פונעם עמי
אטעטשמענטס
פרענקל.jpg (194.43 KiB) געזען 1804 מאל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קרייסלער האט געשריבן:די דעמאלטסדיגע רעכטע פראקציע פון די אגודה האט אפיציעל זיך געשלאגן מיט די מדינה אויף יעדע גזירה אנדערש ווי די אלגעמיינע אגודה וואס האט פרובירט צו לעבן אין פרידן מיט די מדינה
א דוגמא הרב מנדלסון האט אויסבאהאלטן יוסעלע שוכמאכער, זיי האבן געקעמפט אקעגן ניתוחי מתים, אקעגן עליות קיין ארץ ישראל פון אידישע פליטים פון מיטל מזרח און אפריקע
די אמעריקאנער אגודה איז געווען מער רעכטס געשטימט, ביי די אונגארישע אידן ועוד.
הערי גודמאן ודעימי' זענען געווען עכטע עסקנים וואס האבן געטאן פעולות נשגבות פאר אידישע קינדער בכל מקומות שהם.
פון וואו נעמט מען היינט די אמאליגע עסקנים? אגודיסטן
אין דער איד די וואך אין אינטערוויו מיט ר' משה יצחק לאווינגער ז''ל איז געווען באשריבן דעם רבינס באזוך אין לאנדאן, דארט שרייבט ער אז הערי גודמאן האט ממש מיטגעהאלטן די גאנצע באזוך און גערעדט מיטן רבין אסאך.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
קרייסלער האט געשריבן:די דעמאלטסדיגע רעכטע פראקציע פון די אגודה האט אפיציעל זיך געשלאגן מיט די מדינה אויף יעדע גזירה אנדערש ווי די אלגעמיינע אגודה וואס האט פרובירט צו לעבן אין פרידן מיט די מדינה
א דוגמא הרב מנדלסון האט אויסבאהאלטן יוסעלע שוכמאכער, זיי האבן געקעמפט אקעגן ניתוחי מתים, אקעגן עליות קיין ארץ ישראל פון אידישע פליטים פון מיטל מזרח און אפריקע
די אמעריקאנער אגודה איז געווען מער רעכטס געשטימט, ביי די אונגארישע אידן ועוד.
הערי גודמאן ודעימי' זענען געווען עכטע עסקנים וואס האבן געטאן פעולות נשגבות פאר אידישע קינדער בכל מקומות שהם.
פון וואו נעמט מען היינט די אמאליגע עסקנים? אגודיסטן
אין דער איד די וואך אין אינטערוויו מיט ר' משה יצחק לאווינגער ז''ל איז געווען באשריבן דעם רבינס באזוך אין לאנדאן, דארט שרייבט ער אז הערי גודמאן האט ממש מיטגעהאלטן די גאנצע באזוך און גערעדט מיטן רבין אסאך.
איך האב נישט געליינט דעם איד, אבער באקאנט אז דער רבי האט איהם גערופן פאר קידוש, און געשיקט פארהאנדלען וועגן באפרייען דעם סקולענער רבי'ן זצ"ל
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
מי יודע האט געשריבן:האט מיר איינער אריינגעשיקט א שמועס ווי מהר"א האט עס דערמאנט ביי א אנדערע געלעגנהייט, ס'איז נישט ממש ווי איך האב געשריבן (לויט ווי איך האב עס געהערט אין א צווייטע געלעגנהייט), אבער עכ"פ ס'טוישט ווייטער די משמעות פונעם עמי
שכוח פארן ברענגן, די ווארט "היינט" האט עמי בזדון ארומגענומען פון קאנטעקסט

ייש"כ פארדעם, עס איז אויך דא נאך א באזוך ביי א פרעזידענט (איך געדענק נישט אויב ביי רעיגען אדער אויך ביי בוש 41) און דארט זאגט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א די ברכה. עס איז זיס צו זען דארט ווען ר' הערץ הייבט אן צו טרענסלעטען די ברכה, שלעפט ער אזוי שיין אוועק דעם רבין און ער שטעלט זיך דעם ערשטער נעבן דעם פרעזידענט.
אויב איינער קען עס ביטע ברענגן.
ייש"כ
גא''מ
שכל'דיג האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א אצל פרעזידענט רעיגן
האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א אין שפיץ פון א מאיעסטעטישע סאטמארער דעלעגאציע צו פרעזידענט רעיגן אין די אכציגער יארן [1987], פאר שתדלנות איבער אידישע פליטים פון רוסלאנד.
דער סאטמארער רבי שליט"א - דאן סיגוטער רב פון בארא פארק - זאגט דעם הנותן תשועה אין א עהרנפארכטיגע מינע, וואס ווערט דערנאך פארטייטשט דורך דעם דינאמישער כלל-עסקן און פריניציפאל פון די סאטמארער בית רחל הרב הערץ פרענקל, דערנאך הערט מען א קורצע רעדע פון הרב צבי קעסטנבוים ע"ה און נאכאמאל הרב פרענקל.
אין דער איד הייבט זיך אן גאר אן אינטערסאנטע אינטערוויא וואס ער האט געהאט פאריאר מיט וואלף דייטש.. ס'גייט זיין אין פארזעצונגען אבער ס'זעהט אויס ווי ס'קומט גאר אינטערסאנט..
אז מ'רעדט שוין אין דער איד ווערט אויך דערמאנט אז געציילטע יאר פאר די רבי איז נסתלק געווארן איז געווען א מערכה קעגן אים אבער די רבי האט אים זייער געבעקט.. קען איינער אריינקומען מיט די פרטי הדברים וואס ס'איז פארגעגאנגען.. אויב ס'באלאנגט נישט אין פאבליק ביטע מיר עס שיקן אין אישי. שכח