וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

20220515_164803.jpg
20220515_164803.jpg (37.38 KiB) געזען 1723 מאל
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

נקדימון האט געשריבן:
20220515_164803.jpg

:lol: וואס איז?

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרעזידענט פארמאדזשא'ס חברה קענען באשטיין צו אפשטעלן די ציילונג
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ברעיקינג: כאסאן שעיך מוחאמאד באזיגט דער אינקאמבענט פרעזידענט מוחאמאד אבדולא מוחאמאד פארמאדזשא.

כאסאן שעיך האט געדינט אלץ פרעזידענט פון 2012 ביז 2017 און באקומט יעצט נאך א טערמין.

20220515_165543.jpg
20220515_165543.jpg (90.51 KiB) געזען 1709 מאל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טענקס נקדימון

אנבעליוועבל ווי אין אזא לאנד קען נאך סעמי-דעמאקראטיע אנגיין אויף אזא פארנעם אז דורך וואלן זאל מען קענען ארויסשטעלן דעם אמטירנדער פרעזידענט...
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א ערענסטע שיפט אין די פאליטיק אין לבנון.

איראנ'ס געשטיצטע חיזבאלא האט פארלוירן די מערהייט אין לבנונ'ס פארלימענט אין די דזשענערל עלעקעשנס.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

נקדימון האט געשריבן:א ערענסטע שיפט אין די פאליטיק אין לבנון.

איראנ'ס געשטיצטע חיזבאלא האט פארלוירן די מערהייט אין לבנונ'ס פארלימענט אין די דזשענערל עלעקעשנס.

ווען איז פארגעקומען די וואלן?

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פארגאנגענע וויקענד
אוועטאר
חד יומא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 11:25 am

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חד יומא »

נקדימון האט געשריבן:פארגאנגענע וויקענד

קום אריין מיט די נאמבערס און חשבונות, יעמער ווארטן ביז די חברה האקן זיך ארום דארט נאך וואלן.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

כמעט פערציג קאנדידאטן האבן זיך פארמאסטן די וואך זונטאג פאר די פרעזידענטשאפט אין סאמאליע.

די לאנג אפגעשטיפטע וואלן איז פארגעקומען דאס מאל אין א פאבריקארדירטע געצעלט אין די ארטיגע לופטפעלד אין הויפט שטאט מאגאדישו. אינטער א שווערע מיליטערישע וואך.

די וואלן האט שוין בעצם געדארפט פארקומען באלד 15 חדשים צוריק נאר צוליב מאכט געראנגלענישן צווישן דער פרעזידענט און זיין פרעמיער מיניסטער פארט אלעס כאדאראם און די וואלן איז געווארן אפגעשטיפט.

די וואלן איז פארגעקומען דורך די סאמאליער פארלימענט און סענאט דעפוטאטן. ארגינעל איז געווען געפלאנט צו איינפירן אינאווערסיאלע וואלן און דאס פאלק וועט אויסוועלן דער פרעזידענט. עפעס וואס איז שוין נישט פארגעקומען באלד פיפציג יאר אין דער אפריקאנער לאנד. אבער צוליב די דיספאנקציאנירנדע מצב אין לאנד און נישט האבן די יכולת צו אוועק שטעלן א נארמאלער סיסטעם איז די פלאן צופאלן.

צווישן די באלד פערציג קאנדידאטן האבן ארויסגעשטארט אלץ שטארקע קאנדידאטן צוויי געוועזענע פרעזידענטן און איין עקס פרעימער מיניסטער. עס איז אויך אריינגעפאלן איין פרוי קאנדידאטקע צווישן אלע קאנדידאטן.


צושפליטערט אין א ציווילער קריג זינט 1991 טיט סאמאליע אדער מער באקאנט אלץ די הארן פון אפריקע זיך מיטשען מיט אויפשטעלן א געהעריג לאנד. דאס קומט אינטער די שאטן פון די בליטיגע באנדע די על-שאבאב טעראריסטן וואס הייבן זיך די קעפ. און קאנטראלירן גרויסע טיילן פון די אומגעגענט.

א ריס צווישן דער פרעזידענט מוחאמאד אבדולא מוחאמאד, מער באקאנט אלץ פארמאדזשא - וואס האט פרובירט פאריאר צו פארלאנגערן זיין פיר יעריגער טערמין אבער געווארן אפגעווארפן דורך די פארלימענט - און די פרעמיער מיניסטער מוחאמאד כוסעין ראבל האט צוטיילט די זיכערהייטס קרעפטן אין לאנד.

דאס האט אוועק גענומען די אויפמערקזאמקייט איבער די טרויעריג בארימטע על-שאבאב טעראריסטן. פירנדיג צו פולע שלעגערייען צווישן פארשידנארטיגע באנדעס אין לאנד.

די וואלן איז אפגעהאלטן געווארן אין א געצעלט אין די מאגאדישו לופטפעלד ווי עס האט זיך אנגעזען א גרויסע מיליטערישע אנוועזנהייט. זעלנער פון די אפריקען יוניען קערפערשאפט זענען פארבעטן געווארן צו קומען באוואכן די וואלן אפשטימונג. אין די צופרי שעות איז פארגעקומען גאן שיסערייען נעבן ווי די וואלן איז פארגעקומען.

זינטאג האבן די 275 מיטגלידער פון די פארלימענט און די 54 סענאטארן אפגעהאלטן די וואלן אפשטימונג. מען האט געדארפט האבן צוויי דריטל פון די שטימען צו באקומען די פרעזידענטשאפט. דאס איז 220 שטימען. עפעס וואס איז נישט געווען ערווארטעט איינער זאל באקומען.

דערנאך גייט עס אז די העכסטע פיר קאנדידאטן גייען פאר רונדע צוויי.

למעשה איז פארגעקומען דריי רונדעס ביז עס איז געווארן אויסגעקליבן דער פרעזידענט.

די פיר גרעסטע קלענס אין לאנד קאנטראלירן רוב פון די פארלימענט. יעדער פון זיי האט 61 זיצן אינעם פארלימענט. ווייל די איבריגע גרופעס אין לאנד צוטיילן זיך מיט די איבריגע 31 זיצן.

די סענאט זיצן איז צוטיילט לויט די שטאטן.

צווישן די ערענסטע קאנדידאטן זענען געווען די צוויי געוועזענע פרעזידענטן שאריף שעיך אחמאד און כאסאן שעיך מוחאמאד.

לאקאלע וואלן וואס איז פארגעקומען פאריגער חודש האט געוויזן אז דער אמטירנדער פרעזידענט פארמאדזשא איז שוין נישט אזוי פאפולער ווען זיינע קריטיקירער האבן געזען שיינע געווינסן.

פארוואס טאקע האבן זיי באשלאסן צו דורכפירן די וואלן יעצט? די שאלה איז גיטע. און די תירוץ איז געלט. די סאמאליער באאמטע האבן פשוט נישט געהאט קיין צוויי ברירות.

די אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד האט זיי געווארנט אז די פיר הונדערט מיליאן דאלער בודזשעט פון שטיצע געלטער וועט נישט ווערן עקסטענדעט טאמער עס קומט נישט פאר קיין פרעזידענטליכע וואלן ביז אינמיטן חודש מאי.

סאמאליע -וואס גייט דורך די שווערסטע טריקעניש אין פערציג יאר - קען נישט אליינס פינאנצירן איר בודזשעט אדער באצאלן אירע זעלנער אן דרויסענדיגע פינאנציעלע שטיצע.

די וואלן איז מיטגעהאלטן געווארן לעבעדיג דורך מיליאנען סאמאליער בירגער וואס האבן ארויסגעקוקט מיט אינטערעסע וואס עס וועט זיך אויסקאכן.

ביי די דריטע רונדע איז איבערגעבליבן די צוויי העכסטע קאנדידאטן, דער פרעזידענט מוחאמאד אבדולא מוחאמאד און דער געוועזענער פרעזידענט כאסאן שעיך.

כאסאן שעיך האט באקומען א מערהייט פון די שטימען און באוויזן צו ארויסשטויסן די אמטירנדער פרעזידענט פארמאדזשא.

מיליאנען סאמאליער האבן געפייערט זיג האפנדיג פאר טויש אין לאנד. אין עטליכע דיסטריקטס אין הויפט שטאט מאגאדישו זענען פארגעקומען גאן שיסערייען צו פייערן זיג.

---
enjoy האט געשריבן:.

איך האף עס פארענטפערט אלע דיינע פראגן.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

יאפ! ש'כח.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טענקס נקדימון!!!

זייער קלאר

(אגב, איך וואלט געשריבן שבטים במקום קלענס...)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביי די וואלן דעם שבת קודש אין אסטראליע האט די לעיבאר פארטיי געפירט דורך סאול אלבאניז געווינען די וואלן די ערשטע מאל אין צען יאר, ארויסווארפענדיג דעם אינקאמבענט פריים מיניסטער סקאט מאריסען.

די רעכטע האבן פארלוירן ארום א דריטל פון זייערע זיצן די לינקע לעיבאר.

זעהט אויס אז דער ציבור אין אסטראליע האלט אויך אז (ביידן) [מאריסען] איז אינגאנצן שולדיג אין די אינפלאציע מיט די געז פרייזן..


אין אסטראליע ערוועלט מען דעם פארלאמענט ביי דיסטריקטן, אבער עס איז דא רענקעד טשויס וואויטינג, אזוי ווארפט מען נישט אין גארבידזש מיליאנען שטימען ווי אין ענגלאנד, מען געווינט נישט כמעט קיין מאיאריטעט מיט 31% שטימען ווין אין קאנאדע, און די צוויי גרויסע פארטייען האבן נישט קיין טאטאלע לאק אויף אלע זיצן ווי אין אמעריקע. און מען האט די מעלה פון דיסטריקטן קעגן פארטיי ליסטעס נאציאנאל, אזוי האט מען עקטשועל קאנדידאטן וואס לויפן צו פארטרעטן א געגנט, נישט סתם ראבער סטעמפס וואס שטעלן זיך ארויף אויף א ליסטע אזוי ווי די פלעצער וואס מען ערוועלט א פארלאמענט ביי ליסטעס נאציאנאל, און אויך קען נישט איינער מיט א פיצי פראצענט שטיצע צושפרייט איבער דעם גאנצן לאנד ספוילן די גאנצע זאך און שטערן פון מאכן א רעגירונג.

אויך איז דער געזעץ דארט אז יעדער מוז שטימען, אויב נישט באקומט מען א טיקעט, שטייצעך אז עס איז דא נאו עקסיוז עבסענטי בעלאטס (המכונה מעיל אין בעלאטס.)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שוין דורך צען טאג זינט די אסטראליע וואלן, און מען האט שוין געקענט קאלן די רעזולטאטן אין 149 פון די 151 זיצן, האלטנדיג ביי ארום 80% געציילט.

די לעיבאר פארטיי האט שוין געגרייכט די נויטיגע 76 זיצן צו האבן א רעגירונג אן א קאאליציע.

פארשטייט זיך אז קיינער שרייט נישט אז מען מוז האבן די שטימען עלעקשן נייט, נאר יעדער איינער פארשטייט אז מען מעג געבן צייט צו ציילן די וואלן, נאכדערצו מעיל אין בעלאטס מיט רענקעד טשויס וואויטינג, וואס נעמט מער צייט.

20220530_184520.jpg
20220530_184520.jpg (119.77 KiB) געזען 1214 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

צל עובר האט געשריבן:מיט פריסינקטס וואס האבן 91% רעגיסטריטע וויילער געציילט, ליעדט מאקראן שוין מיט 13.4%, נאנט צו 4 מיליאן.

דער גארדיען האט זיך אויפגעוועקט, און האט שוין אויסגעפילט רוב מאפע, מאקראן שמאל געווינען רוב קאונטיס, אבער לע פען האט איבערגענומען, הגם שמאל, א שיינע פאר קאונטיס וואס מאקראן האט געווינען מיט 5 יאר צוריק.

דאס איז גאר שטארק נוגע פאר די פארלאמענט וואלן אין יוני.

פארלאמענט וואלן גייען אויך מיט ראנאפס ווען קיינער האט נישט קיין 50% אין א דיסטריקט אין די ערשטע רונדע.


פינעף יאר צוריק האט מאקראן געווינען איבער 300 זיצן, לע פען בלויז געציילטע, פון די 5 הונדערט עטליכע אין די זיבעציג זיצן. און די צענטער רעכטע רעפאבליקאנער זענען די צווייטע גרעסטע פארטיי. דאס מאל וועט לע פען לכאורה האבן פיל פיל מער, די שאלה איז נאר וויפיל מער, וויפיל די ווייט לינקע וועלן באקומען, און ווער וועט האבן קאנטראל.

פראנצויזישע וויילער געבן היינט אפ זייער שטימע אין די ערשטע רונדע פארלאמענט וואלן.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די לינקע קאאליציע פון עטליכע לינקע פארטייען קומט אריין זייער שטארק שטארק ביי די ערשטע רונדע פארלאמענט וואלן היינט אין פראנקרייך, און באדראעט שטארק מאקראן'ס שאנסן פון געווינען א מאיאריטעט ביי די ראנאפס נעקסטע וואך.

עס איז נאך יא כמעט זיכער אז ער וועט האבן די מערסטע זיצן, און אז אינאיינעם אין א קאאליציע מיט די צענטער רעכטע רעפאבליקאנער פארטיי - די פארטיי פון סארקאזי און ארויף וואס איז אונטערגעגאנגען אין די פרעזידענט וואלן, אבער איז גאנץ רעלעוואנט אויפן לאקאלן לעוועל - וועט מאקראן קענען גרייכן די 289 זיצן וואס מען דארף האבן פאר רוב פון דעם פארלאמענט.

אויב אבער מאקראן וועט אויך נישט קענען מאכן קיין קאאליציע מיט די רעפאבליקאנער, קומט א סאך פאן דארט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

היינט ביי די צווייטע רונדע פארלאמענט וואלן, האט מאקראן פארלוירן די מאיאריטעט לויט אלע עקזיט פאולס.

אזוי ווי זיי זענען היפש אנדערש אין זייערע שאצונגן פון זיצן פער פארטיי, ברענגן מיר נישט קיינעם פון זיי, אבער הצד השוה שבהם איז אז מאקראן האט פארלוירן די מאיאריטעט.

נישט נאר פארלוירן, נאר אריינגעקומען פיל שוואכער ווי די שוואכערע שאצונגן אין די אנקעטעס, הגם ער איז ווייטער די גרעסטע פארטיי.

פון די אנדערע פארטייען האט בעיקר לע פען'ס פארטיי געווינען פיל מער זיצן ווי געראכטן, גייענדיג פון בלויז 8 זיצן אין דעם ביז יעצטיגן פארלאמענט צו ערגעץ ביי 70-90 זיצן פון די 577 זיצן.

ווי גייט מען פון דא?

ווארשיינליך וועט מאקראן פרובירן צו מאכן א קאאליציע מיט די צענטער רעכטע רעפאבליקאנער פארטיי, ווי שפעקולירט איין תגובה בעפאר, אבער עס איז בכלל נישט זיכער אז זיי ווילן גיין מיט אים.


אין פראנקרייך האט א פרעזידענט אן א רוב אין פארלאמענט פיל ווייניגער מאכט ווי דאהי, מסביר זיין אין קורצן, לגבי אויסערן פאליטיק איז עס ווי אין אמעריקע, די מאכט ליגט ביים פרעזידענט, אבער לגבי אינערן פאליטיק ליגט די מאכט ביים פארלאמענט ווי אין די ציוניסטישע מדינה, מיט איין חילוק, אז א פרעזידענט איז יא א פאליטיקאנט בראש פון זיין פארטיי, ממילא ווען ער האט דעם רוב, שטעלט ער די מיניסטארן, אבער די מאכט קומט פון דעם פארלאמענט, און פאטענציאלע רעפאבליקאנער מיניסטארן וועלן זיין בעל הבית אין זייער דעפארטמענט אזוי ווי שרים אין די ציוניסטישע מדינה, נישט ווי קאבינעט סעקרעטארן אין דעם אמעריקאנעם פרעזידענט'ס קאבינעט.


אויב מאקראן פאלט דורך מיט א קאאליציע, קען זיין אז א צווייטער וועט פרובירן, הגם עס איז שווער צו זעהן די רעפאבליקאנער זיצן מיט די סאציאליסטן און קאמוניסטן, וואס אנדערש איז נישט דא קיין קאאליציע או מאקראן.

איך ווייס נישט אויב מען גייט צו וואלן אויב קיינער האט נישט קיין רעגירונג, אדער עס ווערט סתם תוהו ובוהו. (אין אמעריקע גייט מען נישט צו וואלן ווען קיינער האט נישט קיין רוב.)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ענדגילטיגע רעזולטאטן אין פראנקרייך. עס איז דא 577 זיצן, מען דארף 289 פאר א רוב אין פארלאמענט.

מאקראן - די געלע פארטיי - האט 252, דאס איז עטוואס שוואכער ווי די אנקעטעס, אבער בעסער ווי פריער געמיינט נאך די עקזיט פאולס.

די פאראייניגטע לינקע פארטייען - די מער טונקעלע רויט - האבן 142, דאס איז שוואכער ווי די אנקעטעס, צו די שוואכערע זייט פון די עקזיטס.

לע פען - די טונקעלערע בלוי - האט באקומען 91, ארויף פון בלויז 8 פאריגע מאל, דאס איז שטערקער ווי די אנקעטעס, צו די שטארקע זייט פון די עקזיטס.

די רעפאבליקאנער - די שענערע בלוי - האבן באקומען 72, אין ליין מיט די אנקעטעס און די עקזיטס.

קלענערע לינקע פארטייען - די ליכטיגערע רויט - וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צום איחוד האבן באקומען 13 זיצן.

קלענערע און רעגיאנאלע פארטייען - די גרויע - האבן באקומען 7 זיצן.


קיינער ווייסט דערווייל ווי מען גייט פון דא, מען עסומט אז מאקראן וועט פרובירן צו מאכן עפעס מיט די רעפאבליקאנער.
אטעטשמענטס
IMG_20220619_192329_copy_694x529.jpg
IMG_20220619_192329_copy_694x529.jpg (247.53 KiB) געזען 827 מאל
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח צל פאר די פראנצויזישע באריכטן!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

די republican דארטען זענען אזוי ווי דא?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

וויילער אין יאפאן געבן היינט אפ זייער שטימע פאר 125 פון די 248 זיצן אין די העכערע פארלימענט הויז.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:וויילער אין יאפאן געבן היינט אפ זייער שטימע פאר 125 פון די 248 זיצן אין די העכערע פארלימענט הויז.

עקזיט אנקעטעס צייגן אז די אמטירענדע 'ליבעראלע דעמאקראטישע פארטיי' האט אנגעצויגן גענוג אויף אנצוהאלטן זייער מאיאריטעט אין די העכערע הויז.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואל רעזולטאטן אין לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

metsboy האט געשריבן:די republican דארטען זענען אזוי ווי דא?

נישט פונקטליך, אבער יא, דאס איז די בוש רעיגן פארד סארט פארטיי דארט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קעניא'ס אפאזיציע פירער רעילא אדינגא (Raila Odinga) ווארפט אפ די רעזולטאטן פון די פרעזידענטליכע וואלן אפגעהאלטן פארלאפענע וואך.

דאס קומט נאך וואס די וואל קאמיסיע פארזיצער וואפולאה שעבוקאטי (Wafula Chebukati) האט נעכטן געמאלדן אז וויצע פרעזידענט וויליאם רוטא האט געזיגט ביי די וואלן, באקומענדיג 50.49% פון די שטימען. די דריי אנדערע מיגלידער אויף די וואל קאמיסיע האבן גראד קלארגעשטעלט אז די באשלוס פונעם פארזיצער, איז געמאכט געווארן אן די צושטימונג פון די אנדערע מיטגלידער ווי אויך באשולדיגן זיי אז שעבוקאטי האט נישט אדרעסירט די זארגן פון עטליכע פארטייען.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”