א פיין שמועס האט געשריבן:פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א פיין שמועס האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:דאס אז טראמפ האט נישט במזיד קאלודעט מיט רוסלאנד איז א זאך וואס מולער האט נישט געקענט פראוון אז עס איז געשען, אבער ער האט נישט געטראפן גארנישט קיין פרוף אז עס איז נישט געווען.
איך ווייס נישט צו איר ווייסט אבער די פייערינג סקוואד איז נארוואס באשטעלט געווארן דורך די יוסטיץ דעפארטמענט צו אויס פירן די טויט אורטייל אויף א רוסישע שפיאן וואס האט געפיטערט שווערע סודות פאר פוטין, אינקלודינג אזעלכע וואס האט געפירט דערצו אז ער זאל קענען פעלשן די 16' וואלן.
דער אויבנדערמאנטע שפיאן מיט זיין אנגעבליכע שפיאנאזש נאמען "צל עובר" איז אינדענטיפיצירט געווארן אלס זרח שערמאש, א שוועסטער קינד פון דער בארימטער שרייבער און וויין סוחר.
אלס באווייז איז געברענגט געווארן די פאקט אז ער האט נישט געקענט אויפווייזן אז ער איז נישט קיין שפיאן און ער האט ניטאמאל געקענט אויפווייזן אז זיין עכטע אידענטיטעט איז זרח שערמאש.
אלזא, מיט די קלארע באווייזן איזן אויפגעוויזן געוורן קלאר, שווארץ אויף ווייס, נישט נאר זיין אמת'ע אידענטיטעט נאר אויך זיין שולד אין די באשולדיגונגען.
נישט שלעכט, ער שרייבט אז ער האלט אז ס'איז נישט געווען קיין קאלוזשען, און אז אן באווייז קען מען סייווי גארנישט טון, און דו זעסט פונקט פארקערט
אדער האט איר נישט געליינט די צווייטע האלב סענטענס אדער האלט איר אויך פון "גילטי אנטיל פראוון אינעסענט"
ביי שטארקע רגלים לדבר?
יא, גילטי אנטיל פראווען איניסענט, לגבי האבן א מיינונג, שטייצעך נישט לגבי מעניש זיין אין געריכט.
אבער דא איז פון די אנדערע זייט פשוט נישט מסתבר אז דער וועלכער הייערט אנלי די בעסט פיפל האט געקענט אזאנס טון אן איבערלאזן הארטע עווידענס, וועגן דעם איז מסתבר אז קאלוזשען איז נישט געווען, הגם עס איז קלאר אז טראמפ האט זיך געלעקט צו פוטין אויף א פאררעטערישן אופן.