וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
זייער גערעכט.
אבער איך מיין אז מיט א פאזיטיווע באשרייבונג וואלט דער וויכטיגער מעסידש נישט געווען אזוי שטארק. ניין?

- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24631
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
אינטערסאנט אז כ'האב גארנישט געהערט פין די נייעס
אזא גרויסע נס.. ווואוו
עס דערמאנט מיר דער גרויסע נס וואס איז געוועהן פאר צענדליכע יאהר צוריק אין קלויזנבורגער קעמפ ביי די יונגעלעך אויך געוועהן א פייער אין יעדער איז געראטעוועט געווארן...

מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
לא זכיתי להבין, איר פילט אז מ'דארף דאנקען? יאך אויך, כ'האב א לאנגע ליסטע, ווען מ'שענקט אונז אביסל לויטערקייט פון אויבן גיסט זיך איבעראל, נעמט עני שטיקל פון דאווענען און טראכט א מינוט ס'וועט זיך איבער רינען פון טיפן הארץ ארויס.
גלויבט מיר די ליסטע איז לאנג לאנג, פון דאנעט ביז ירושלים, דאנק מיר דען גענוג? ווייט ווייט ווייט דערפון.
אילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רינה כהמון גליו ושפתותינו שבח כמרחבי רקיע אין אנחנו מספיקים להודות.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
כא כא כא האט געשריבן:זייער גערעכט.
אבער איך מיין אז מיט א פאזיטיווע באשרייבונג וואלט דער וויכטיגער מעסידש נישט געווען אזוי שטארק. ניין?
שתי תשובות בדבר.
הראשון והוא העיקר, ווער ברויך מעסעדזשעס? כאמור קענסט אויסשרייען דיינע מעסעדזשעס ווי אימער, דא איז סאומהאו נישט דאס פלאץ פאר דעם.
והשנית, אזא גוטע שפראך ווי הרב איתמר וואלט געקענט ארויסברענגן די מעסעדזש גענוג שטארק אויף א פאזיטיווע וועג. אבער דאס איז שוין תלוי אין אים, אויב איז ער נישט גרייט, נחזור לתשובה הראשונה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:יא דעי שווייגעניש טויג נישט, שוין דא אן אשכול איבער דעם
viewtopic.php?f=21&t=46136
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
- להחיות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3608
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
- לאקאציע: ביי די גמרא
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
גאר א גוטע און שטארקע נקודה
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
מסתמא ווען עס וואלט געווען בחורים/יונגלעך, וואלט עס געווען א גרעסערע מצב, און עס וואלט געווען אזאנע קליפס אזוי ווי מיט דעם דזשערסי סיטי יונגל ניצל מאש.
איך שרייב עס אלץ לימוד זכות אויף כלל ישראל.
(און אין דזשערסי סיטי האט מען געזען ווי מען דאנקט דעם אויבערשטן און מען מאכט א מצב פון די חסדים וואס מען האט געזען בתוך ההסתרה, וואס כידוע וואלט עס געקענט זיין אסאך אסאך ערגער.)
איך שרייב עס אלץ לימוד זכות אויף כלל ישראל.
(און אין דזשערסי סיטי האט מען געזען ווי מען דאנקט דעם אויבערשטן און מען מאכט א מצב פון די חסדים וואס מען האט געזען בתוך ההסתרה, וואס כידוע וואלט עס געקענט זיין אסאך אסאך ערגער.)
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
צ"ק
ווען איך האב געהערט די נייעס אויף קול מבשר האט עס מיר געמאכט א רושם אז מ'וויל מ'זאל וואס ווייניגער רעדן דערוועגן. ווי פארשטענדליך קען ביי אזא מצב זיין פרטים וואס עס איז בעסער אז מ'רעדט נישט דערוועגן.
קען זיין אז די גאנצע אשכול דא איז יעצט נישט קיין טובה פאר קיינעם. [אוודאי דאנקן און דאנקן דארפן מיר, והכל הכל ה"א אנחנו מודים לך]

-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
מומחה יוחס האט געשריבן:אינטערסאנט אז כ'האב גארנישט געהערט פין די נייעס
אזא גרויסע נס.. ווואוו
עס דערמאנט מיר דער גרויסע נס וואס איז געוועהן פאר צענדליכע יאהר צוריק אין קלויזנבורגער קעמפ ביי די יונגעלעך אויך געוועהן א פייער אין יעדער איז געראטעוועט געווארן...
לויט ווי איך געדענק זענען דארט געווען א שיינע פאר ווארוואנדעטע.
א חלק זענען זיכער אנגעקומען צום שפיטאל.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
זייער א פאסיגער אשכול און א דאנק צום פותח פארן ערוועקן די געפילן צו דאנקן דעם אויבערשטן!!!!
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
סאכדעס האט געשריבן:שתי תשובות בדבר.
הראשון והוא העיקר, ווער ברויך מעסעדזשעס? כאמור קענסט אויסשרייען דיינע מעסעדזשעס ווי אימער, דא איז סאומהאו נישט דאס פלאץ פאר דעם.
והשנית, אזא גוטע שפראך ווי הרב איתמר וואלט געקענט ארויסברענגן די מעסעדזש גענוג שטארק אויף א פאזיטיווע וועג. אבער דאס איז שוין תלוי אין אים, אויב איז ער נישט גרייט, נחזור לתשובה הראשונה.
ווער בין איך צו זאגן? און נאך "דאס" צו זאגן? אבער נאך א מזל, אז ווי נישט ווי לאזט מען נאך דורך דא און דארט מחאות... ווייל ווען נישט וואלט איך מסתמא געדארפט תשובה טוען פארן זיך דרייען אויף א סייט וואס לאזט רעדן פון אלע סארטן גשמיות'דיגע זאכן, אבער תורה'דיגע זאכן קומען מיט א תנאי כפול ומכופל פון "פאזעטיוועטי".
אוודאי איז דברי חכמים בנחת נשמעים, אבער דאס איז זיכער אויך געזאגט געווארן אויף "פאליטיק". און דארט איז נישטא אזא תקנה פון "פאזעטיוועטי".
---
ושכ'ח פארן פותח האשכול פארן וויכטיגן פונקט. כאטש איך וואלט טאקע מער הנאה געהאט עס צו ליינען פאזעטיוו... (הגם איך בין בכלל נישט זיכער צו ער האט בכלל געמיינט צו קריטיקירן.)
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט דא האט די הנהלה געכאפט אזא פאזיטיווער אויסברוך, אבער לאמיר האפן עס זאל אנהאלטן אויך אין אנדערע אשכולות.
איך מיין אז דער פותח האשכול האט נישט געצילט אויף קיינעם פערזענליך, און זיין כוונה איז געווען פאזיטיוו, מען זאל דאנקן דעם רבוש"ע. משא"כ אין די רעיטינגס אויף וועכנטליכע עדס אשכול, וואו מ'האט עמטליך געצילט יחידים מיט מחאות און חרמות, אבער דארט האט קיינער נישט פארשטאנען וואס איז שלעכט, און ס'איז נאכאלץ אפן עז ווי ספיעק...
איך מיין אז דער פותח האשכול האט נישט געצילט אויף קיינעם פערזענליך, און זיין כוונה איז געווען פאזיטיוו, מען זאל דאנקן דעם רבוש"ע. משא"כ אין די רעיטינגס אויף וועכנטליכע עדס אשכול, וואו מ'האט עמטליך געצילט יחידים מיט מחאות און חרמות, אבער דארט האט קיינער נישט פארשטאנען וואס איז שלעכט, און ס'איז נאכאלץ אפן עז ווי ספיעק...
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
געוואלדיגע מעסעדזש. טענקס פותח האשכול
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
ריכטיגע נקודה הרב איתמר! געגעבן א דזשוכע אין הארץ ווי עס דארף צו זיין און מעורר געווען צו קוקן אויף די גוטס, על ניסך ונפלאותיך שבכל יום עמנו.
טענק יו ה-אשעם!
טענק יו ה-אשעם!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
איך מיין אז דער פותח האשכול האט נישט געצילט אויף קיינעם פערזענליך, און זיין כוונה איז געווען פאזיטיוו, מען זאל דאנקן דעם רבוש"ע. משא"כ אין די רעיטינגס אויף וועכנטליכע עדס אשכול, וואו מ'האט עמטליך געצילט יחידים מיט מחאות און חרמות, אבער דארט האט קיינער נישט פארשטאנען וואס איז שלעכט, און ס'איז נאכאלץ אפן עז ווי ספיעק...
יא יא. איר זאגט גוט.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2650
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע: אומאן!
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
יישר פארן פותח! טייערע דיבורים! אין שנית פאר די פאר ווערטער פונעם דייען זז'ג. אז מ'איז זוכה הערט מען אמאל דיבורים פונעם, נאר א שאדע אז ער איז נישט מער פאזיטיוו!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
משיח…? למספרם!
משיח…? למספרם!
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט דא האט די הנהלה געכאפט אזא פאזיטיווער אויסברוך, אבער לאמיר האפן עס זאל אנהאלטן אויך אין אנדערע אשכולות.
איך מיין אז דער פותח האשכול האט נישט געצילט אויף קיינעם פערזענליך, און זיין כוונה איז געווען פאזיטיוו, מען זאל דאנקן דעם רבוש"ע. משא"כ אין די רעיטינגס אויף וועכנטליכע עדס אשכול, וואו מ'האט עמטליך געצילט יחידים מיט מחאות און חרמות, אבער דארט האט קיינער נישט פארשטאנען וואס איז שלעכט, און ס'איז נאכאלץ אפן עז ווי ספיעק...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2650
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע: אומאן!
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
אסדר איך בין מיט דיר פאלי!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
משיח…? למספרם!
משיח…? למספרם!
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
איך פארשטיי נישט וואדא גייט פאר?! קומט איינער שרייבט דברים של טעם און דער עולם פילט זיך ערנסט באטראפן אנשטאט זיך כאפן און זיך נעמען דאנקען כאפט מען אים אן און מ׳צמזיקט אים דא פאר נאו פריקן ריזן אין דע ווארלד ״יא נעם ארויס א סידור אין זאג נשמת אנשטאט צו צוקלאפן איינעם״ יא ער איז ליידער גערעכט. לאמיר זיך נעמען פון יעצט מ׳גייט דאנקען
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
ממוצע האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:שתי תשובות בדבר.
הראשון והוא העיקר, ווער ברויך מעסעדזשעס? כאמור קענסט אויסשרייען דיינע מעסעדזשעס ווי אימער, דא איז סאומהאו נישט דאס פלאץ פאר דעם.
והשנית, אזא גוטע שפראך ווי הרב איתמר וואלט געקענט ארויסברענגן די מעסעדזש גענוג שטארק אויף א פאזיטיווע וועג. אבער דאס איז שוין תלוי אין אים, אויב איז ער נישט גרייט, נחזור לתשובה הראשונה.
ווער בין איך צו זאגן? און נאך "דאס" צו זאגן? אבער נאך א מזל, אז ווי נישט ווי לאזט מען נאך דורך דא און דארט מחאות... ווייל ווען נישט וואלט איך מסתמא געדארפט תשובה טוען פארן זיך דרייען אויף א סייט וואס לאזט רעדן פון אלע סארטן גשמיות'דיגע זאכן, אבער תורה'דיגע זאכן קומען מיט א תנאי כפול ומכופל פון "פאזעטיוועטי".
אוודאי איז דברי חכמים בנחת נשמעים, אבער דאס איז זיכער אויך געזאגט געווארן אויף "פאליטיק". און דארט איז נישטא אזא תקנה פון "פאזעטיוועטי".
---
ושכ'ח פארן פותח האשכול פארן וויכטיגן פונקט. כאטש איך וואלט טאקע מער הנאה געהאט עס צו ליינען פאזעטיוו... (הגם איך בין בכלל נישט זיכער צו ער האט בכלל געמיינט צו קריטיקירן.)
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
מיין פראבלעם דא איז עפעס אנדערש. אן אשכול וואס קומט ארויסברענגען עפעס א געדאנק, בפרט ווען עס איז אזוי פיין אפגעשריבן ווי אט דער אשכול, באלאנגט אין היימישע קרעטשמע.
אן אשכול וואס קומט באריכטן א נייעס, בפרט ווען עס איז דערווייל נישט באריכטעט געווארן - עכ"פ לויט ווי דער פותח האשכול האט געמיינט, באלאנגט אין די נייעס פארום.
דא האט ער געעפנט אינעם נייעס פארום אן אשכול מיט א גאנצע אויפקלערונג איבער שבח והודאה. עס איז פשוט שלא במקומו הראוי.
אלזא, אדער טוישן קעפל און דאס פארוואנדלען אין א נייעס אשכול, אדער לאזן קעפל אבער טוישן פארום.
אן אשכול וואס קומט באריכטן א נייעס, בפרט ווען עס איז דערווייל נישט באריכטעט געווארן - עכ"פ לויט ווי דער פותח האשכול האט געמיינט, באלאנגט אין די נייעס פארום.
דא האט ער געעפנט אינעם נייעס פארום אן אשכול מיט א גאנצע אויפקלערונג איבער שבח והודאה. עס איז פשוט שלא במקומו הראוי.
אלזא, אדער טוישן קעפל און דאס פארוואנדלען אין א נייעס אשכול, אדער לאזן קעפל אבער טוישן פארום.
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
לכאורה האט געשריבן:מיין פראבלעם דא איז עפעס אנדערש. אן אשכול וואס קומט ארויסברענגען עפעס א געדאנק, בפרט ווען עס איז אזוי פיין אפגעשריבן ווי אט דער אשכול, באלאנגט אין היימישע קרעטשמע.
אן אשכול וואס קומט באריכטן א נייעס, בפרט ווען עס איז דערווייל נישט באריכטעט געווארן - עכ"פ לויט ווי דער פותח האשכול האט געמיינט, באלאנגט אין די נייעס פארום.
דא האט ער געעפנט אינעם נייעס פארום אן אשכול מיט א גאנצע אויפקלערונג איבער שבח והודאה. עס איז פשוט שלא במקומו הראוי.
אלזא, אדער טוישן קעפל און דאס פארוואנדלען אין א נייעס אשכול, אדער לאזן קעפל אבער טוישן פארום.
פון די פריערדיגע הסבירים פון די הנהלה האט אויסגעזען אז די פראבלעם איז אז ס'איז בלשון מחאה און פארוואורפן.
- קאקאש קעיק מיט מילך
- שר האלפיים
- תגובות: 2921
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
האלצשטיין האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:מיין פראבלעם דא איז עפעס אנדערש. אן אשכול וואס קומט ארויסברענגען עפעס א געדאנק, בפרט ווען עס איז אזוי פיין אפגעשריבן ווי אט דער אשכול, באלאנגט אין היימישע קרעטשמע.
אן אשכול וואס קומט באריכטן א נייעס, בפרט ווען עס איז דערווייל נישט באריכטעט געווארן - עכ"פ לויט ווי דער פותח האשכול האט געמיינט, באלאנגט אין די נייעס פארום.
דא האט ער געעפנט אינעם נייעס פארום אן אשכול מיט א גאנצע אויפקלערונג איבער שבח והודאה. עס איז פשוט שלא במקומו הראוי.
אלזא, אדער טוישן קעפל און דאס פארוואנדלען אין א נייעס אשכול, אדער לאזן קעפל אבער טוישן פארום.
פון די פריערדיגע הסבירים פון די הנהלה האט אויסגעזען אז די פראבלעם איז אז ס'איז בלשון מחאה און פארוואורפן.
יא אבער אין קרעטשמע וואלט עס נאך אפשר געפעסט
שרייבן א נייעס אויף אזא וועג איז עפעס וואס לייגט נאר צו צום פראבלעם
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: וואס איז פשט פון דעם שווייגעניש???? אידישע קינדער זענען געראטעוועט געווארן
תכלית האט שוין איינער למעשה געלויבט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם נס? אדער זיך באגניגט מיטן מעורר זיין יעדן אנדערש אז מ'דארף לויבן און מ'דארף מאכן אשכולות אז מ'דאנקט נישט... פאָר קעריאסיטי