קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:יעדער געדענקט מיט עטליכע חדשים די פריימערי'ס אין אהייא'ס 15'טע דיסטריקט, ווי די טראמפ אינדארסירטע מייק קארעי (ר) האט געוואונען די רעפובליקאנער פריימערי'ס, און גייט לויפן אין צוויי וואכן ארום אין די דזשענעראל עלעקשאן קעגן עליסאן ראסאו (ד).
הויז מענאריטי לידער קעווין מעקארטי (ר) איז היינט געווען אינעם דיסטריקט, ווי ער האט קאמפיינט פאר קארעי.
עמערסאן איז ארויסגעקומען מיט א אנקעטע פון די אהייא 15'טע דיסטריקט פארמעסט:
מייק קארעי (ר) - 50%
עליסאן ראסאו (ד) - 39%
אימבאשלאסן - 11%
אויב מען פרעגט די 11% אימבאשלאסענע פאר וועם זיי וועלן "לכאורה" שטימען:
קארעי - 60%
ראסאו - 40%
ווען מען רעכענט צוזאם אלע אימבאשלאסענע מיט די געהעריגע:
קארעי - 57%
ראסאו - 43%
דאס איז א 14% אויבערהאנט פאר די רעפובליקאנער, וואס איז די זעלבע 14% וואס טראמפ האט געוואונען די דיסטריקט.