ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוליב די מערערע בעפארשטייענדע ספעשל עלעקשאנס איז געווארן אויסגעהאמערט צווישן עטליכע אייוועלט דזשורנאליסטן אז אלע נייעס און אפדעיטס וועלן געמאלדן ווערן דא אין דעם אשכול
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

הכל הבל האט געשריבן:צוליב די מערערע בעפארשטייענדע ספעשל עלעקשאנס איז געווארן אויסגעהאמערט צווישן עטליכע אייוועלט דזשורנאליסטן אז אלע נייעס און אפדעיטס וועלן געמאלדן ווערן דא אין דעם אשכול

;l;p- לחיים פארן אפמאך, ישר כח פאר אלע פון ענק.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

איינע פון די שטארק נאך געפאלגטע פארמעסטן וואס קומען פאר די קומענדיגע חדשים איז די ווירדזשיניע גאווערנער פארמעסט.

געוועזענע דעמאקראטישע ווירדזשיניע גאווערנער טערי מעקאלאף לויפט קעגן רעפובליקאנער גלען יאנגקין.

יאנגקין האט באקומען די אינדערסירונג פון געוועזענע פרעזעדענט טראמפ און כמעט די גאנצע רעפובליקאנער פארטיי.

לויט די גרויסע פאליטישע קעפ שטייט די ווירדזשיניע גאווערנער פארמעסט ביי א לין דעמעקראט שטאפל, דאס מיינט אז לכאורה וועט מעקאלאף געווינען אבער מיט א שיינע טשאנס פאר א יאנגקין געווינס.

לויט די לעצטיגע אנקעטעס איז מעקאלאף פאראויס פון יאנגקין ציווישן 2 און 4 פערצענט, דאס מיינט אז די פארמעסט איז גאר שמאל.

די יאנגקין קאמפיין זאגט אז זיי האבן אויפגעטריבן אין יוני למספרם 3.4 מיליאן דאלער.

מעקאלאף מאלט אראפ יאנגקין אלץ א צידרייטע טראמפ שטיצער.

וועלן מיר האלטן אי"ה באריכטעט איבער אלע אנטוויקלונגן פון די נאנטע פארמעסט.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פאלגענד איז א ליסטע פון אלע ספעציעלע עלעקשאנס וואס קומען פאר די קומענדיגע פאר חדשים, און זענען ערווארטעט צו מאכן גרעסערע העדליינס:


July 27 - די זעקסטע דיסטריקט אין טעקסעס גייט פאר א ספעשל ראנאף.

August 3 - ספעשל עלעקשאנס (פריימערי'ס) אין אהייא'ס עלעפטע און פיפצענטע דיסטריקט.

September 14 - די גאווערנער ריקאל עלעקשאן אין קאליפארניע.

November 2
- גאווערנער פארמעסט אין ווירדזשיניע
- גאווערנער פארמעסט אין ניו דזשערסי
- ניו יארק סיטי מעיאר וואלן
- ספעשל עלעקשאנס אין אהייא'ס עלעפטע און פיפצענטע דיסטריקט.
- ספעשל עלעקשאן (פריימערי'ס) אין פלארידע'ס צוואנציג'סטע דיסטריקט.

January 11 - ספעשל עלעקשאן אין פלארידע צוואנציג'סטע דיסטריקט.


מיר וועלן בלי נדר פראבירן איבערצוגעבן יעדע פארמעסט אויף א דעטעלירטע אופן, ווען די צייט וועט ערלויבן.
לעצט פארראכטן דורך קוק אויף דיך אליינס אום דאנערשטאג יולי 15, 2021 6:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:July 6 - די זעקסטע דיסטריקט אין טעקסעס גייט פאר א ספעשל ראנאף.

צווישן צוויי רעפאבליקאנער סוזען רייט און דזשעק עלזי.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ר' זעקל האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:July 6 - די זעקסטע דיסטריקט אין טעקסעס גייט פאר א ספעשל ראנאף.

צווישן צוויי רעפאבליקאנער סוזען רייט און דזשעק עלזי.

טעות, די עלעקשאנס איז יולי 27
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פאלגענד איז א קורצע באריכט איבער די טעקסעס ספעשל עלעקשאן:

- עס לויפן צוויי רעפובליקאנער וואס זענען אריינגעקומען די שטערקסטע אין א דזשאנגעל פריימערי וואס איז פארגעקומן עטליכע וואכן צירוק.

- די ערשטע קאנדידאט און פראנט ראנער איז סוזען רייט (ר) די פרוי פונעם פארשטארבענע קאנגרעסמאן פונעם דיסטריקט ראנאלד רייט

- רייט האט באקומען די אינדערסירונג פון געוועזענע פרעזעדענט טראמפ, און רוב פון די רעפובליקען פארטיי, אריינגערעכנט טעקסעס סענעטאר טעד קרוז.

- די אנדערע קאנדידאט איז דזשעיק עלזי (ר) און איז גראדע נישט די גרעסטע טראמפ קרעטיקירער.

- עלזי האט באקומען די אינדערסירונג פון די פאפאלערע רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פון טעקסעס דען קרעשאו.

די איינציגסטע אנקעטע פונעם פארמעסט איז א אינטערנאל אנקעטע פון די רייט קאמפיין, וואס געבט פאר רייט א 15% אויבערהאנט.

פאר ווייטערדיגע באריכטן און דיטאלען פונעם פארמעסט, האלט מיט דא אין אשכול.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די פירער פון די קאלעפארניע ריקאל מאוומענט, ארבייטן צו רעקרוטירן ווי מער קאנדידאטן בעיקר פאפולערע צו לויפן קעגן די דעמאקראטישע גאווערנער ניוסאם, האפנדיג אז יעדע פון די וועלן שלעפן נאך א גרויסע צאל פון שטימען, די חשבון איז אז אויב עס וועט זיין א %60-70 טוירנאוט דארף מען האבן זעקס און א האלב מיליאן וואס זאלן וואוטן אויף די ערשטע פראגע "יא" וואס אטאמאטיש ווערט ניוסאם ארויסגעוואט.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ר' זעקל האט געשריבן:די פירער פון די קאלעפארניע ריקאל מאוומענט, ארבייטן צו רעקרוטירן ווי מער קאנדידאטן בעיקר פאפולערע צו לויפן קעגן די דעמאקראטישע גאווערנער ניוסאם, האפנדיג אז יעדע פון די וועלן שלעפן נאך א גרויסע צאל פון שטימען, די חשבון איז אז אויב עס וועט זיין א %60-70 טוירנאוט דארף מען האבן זעקס און א האלב מיליאן וואס זאלן וואוטן אויף די ערשטע פראגע "יא" וואס אטאמאטיש ווערט ניוסאם ארויסגעוואט.

דערווייל זענען שוין דא איבער 100!!!! קאנדידאטן וואס גייען לויפן.

(א דעטעלירטע אנאליז ווי אזוי די מאדנע ריקאל ארבעט וועט אי"ה נאכקומען)
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

טעקסעס זעקסטע דיסטריקט:

צווייטע קווארטל באריכט:

- רייט האט אויפגעטריבן א שוואכע 454 טויזענט דאלער אינעם צווייטע קווארטל.

- עלזי האט אויפגעטריבן א שטארקע 1.2 מיליאן דאלער אינעם צווייטע קווארטל.

- רייט האט אויסגעניצט 418 טויזענט דאלער.

- עלזי האט אויסגעניצט 1.1 מיליאן דאלער

- רייט איז געבליבן מיט 164 טויזענט דאלער אין באנק.

- עלזי איז געבליבן מיט א שיינע 484 טויזענט דאלער אין באנק.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

wow wow!

ישר כח @הבל, @קוק, @ר' זעקל

פראפעשינאל און קלאר!
(--ווערטערלאז--)
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פאלגענד איז א קורצע דעטאלירטע באריכט איבער די פריימערי'ס אין אהייא'ס פיפצענטע דיסטריקט:

- די זיץ אין די שטארקע רויטע דיסטריקט איז ליידיג געווארן ווען קאנגרעסמאן סטיוו סטייערס (ר) האט אפגעטרויטן פון אמט.

- אויף די דעמאקראטישע זייט לויפט נאר איין שטארקע קאנדידאט און דאס איז סטעיט סענעטאר אליסאן ראסאו

- אויף די רעפובליקאנער איז דא א גאנצע חתונה פון קאנדידאטן וואס לויפן אויף די פארזיכערטע רויטע זיץ.

- די הויפט קאנדידאט איז מייק קארעי וואס ער האט טעקע באקומען די טראמפ אינדערסירונג.

- אנדערע קאנסערוועטיווע פערזעינלעכקייטן האבן אינדארסירט קאנדידאט פעסטער עדמאנדס.

- נאך א רעפובליקאנער וואס לויפט איז ראן האד, וואס האט באקומען די אינדערסירונג פון קענטאקי סענעטאר רענד פאול.

- סטיוו סטייערס זעלבסט האט אינדארסירט א אנדערע קאנדידאט מיטן נאמען דזשעף לערא.

- אנדערע רעפובליקאנער סופער פעק'ס האבן אינדארסירט די פרוי קאנדידאט סטעיט סענעטאר סטעפעני קאנז.

- אלע לאקאלע שערעף'ס און סופערווייזערס האבן אינדארסירט סטעיט סענעטאר באב פעטערסאן.

די פארמעסט און אזוי אויך די טעקסעס זעקסטע דיסטריקט פארמעסט וועלן זיין א שטארקע טעסט צו זעהן ווי שטארק טראמפ'ס אינדערסירונג מאכט אויס.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

שכח @קוק פאר דיין פראפעניאלע ארבעט! א געשמאק צו לעזען.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

פוילער האט געשריבן:שכח @קוק פאר דיין פראפעניאלע ארבעט! א געשמאק צו לעזען.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

זעה איך יעצט אז טראמפ האט היינט אפציעל אינדארסירט קארעי אין די אהייא'ס פיפצענטע דיסטריקט פריימערי.

IMG_20210715_222605.jpg
IMG_20210715_222605.jpg (176.44 KiB) געזען 1928 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פאלגענד איז א קורצע דעטאלירטע באריכט איבער די פריימערי'ס אין אהייא'ס עלעפטע דיסטריקט:

- די זיץ איז געווארן ליידיג ווען די דעמאקראטישע קאנגרעספרוי מארסיע פאדזש איז געווארן ביידען'ס הויזינג סעקרעטערי.

- די דיסטריקט איז א שטארקע בלויע דיסטריקט, און די דעמאקראטן זענען ערווארטעט גרינג אנציהאלטן מיטן זיץ.

- די דעמאקראטישע פריימערי'ס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א פרישע מאדערעט קעגן פראגרעסיווע פארמעסט.

- פון איין זייט לויפט פרוי נינא טורנער, וואס זי איז געווען בערני סענדערס קאמפיין קא-טשער, און זי לויפט אויף א גאר שטארקע לינקע פראגרעסיווע פלאטפארמע.

- טורנער האט פארשטייט זיך באקומען די אינדערסירונג פון בערני סענדערס, און אזוי אויך פון אלע פראגרעסיווע קאנגרעסלייט, אריינגערעכנט פרוי קארטעז.

- פון די אנדערע זייט לויפט א מער מאדערעט קאנדידאט פרוי שאנטעל בראון, וואס זי האט באקומען די אינדערסירונג פון די עסטעבלישמענט פון די דעמאקראטישע פארטיי, אריינגערעכנט הילערי קלינטאן, און די קאנגרעסניאלע בלעק קאוקעס.

- די פאפאלערע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דזשים קלייבורן איז אויך שטארק ארויסגעקומען אינדארסירן בראון, און ווי מען הערט פלאנירט ער אראפצוקומען קומענדיגע וואך צו קאמפיינען פאר בראון.

- די טורנער קאמפיין טרייבט אויף שווערע געלטער וואס לויט ווי די קאמפיין זאגט היינט אינדערפרי, האבן זיי אויפגעטריבן א מאסיווע 2.3 מיליאן דאלער אינעם צווייטע קווארטל, מיט 1.3 מיליאן אין די לעצטע חודש אליין.

- אנקעטעס: א אינטערנאל אנקעטע פון די בראון קאמפיין אנפאנג פארמעסט מיט עטליכע חדשים צירוק, האט געוויזן אז טורנער שטייט פאראויס מיט גאנצע 30%, אבער זייער אנקעטע פון אנפאנג וואך ווייזט אז די פארמעסט איז געווארן גאר שמאל ווען טורנער איז פאראויס מיט בלויז 6%.

- א פרישע אנקעטע וואס איז נעכטן ארויסגעקומען ווייזט אז טורנער און בראון שטייען האלז צו האלז ווען ביידע זענען ביי 33%, מיט 20% וואס זענען נאך אימבאשלאסן.

- די פארמעסט געבט א פרישע געלעגענהייט פאר די לינקע פראגרעסיווע פליגעל אין די דעמאקראטישע פארטיי אריינצושטעלן נאך א לינקע ליבעראל אין קאנגרעס.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

די היינטיגע בעטינג מארקעטס זאגן פאר א שטארקע געווינס פאר די טראמפ אינדארסירטע מייק קערעי אין די רעפובליקאנער פריימערי אין אהייא'ס פיפצענטע דיסטריקט.
90729-1.jpg
90729-1.jpg (37.93 KiB) געזען 1847 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פרעזעדענט ביידן וועט קומענדיגע וואך פארן קיין ווירדזשיניע צו קאמפיינען פאר דעמאקראטישע גאווערנער קאנדידאט טערי מעקאלאף.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

IMG_20210716_153439.jpg
IMG_20210716_153439.jpg (93.56 KiB) געזען 1832 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' זעקל האט געשריבן:די פירער פון די קאלעפארניע ריקאל מאוומענט, ארבייטן צו רעקרוטירן ווי מער קאנדידאטן בעיקר פאפולערע צו לויפן קעגן די דעמאקראטישע גאווערנער ניוסאם, האפנדיג אז יעדע פון די וועלן שלעפן נאך א גרויסע צאל פון שטימען, די חשבון איז אז אויב עס וועט זיין א %60-70 טוירנאוט דארף מען האבן זעקס און א האלב מיליאן וואס זאלן וואוטן אויף די ערשטע פראגע "יא" וואס אטאמאטיש ווערט ניוסאם ארויסגעוואט.

קלוגע מהלך דאס.

--------

איך האלט אז די דעמאקראטן מוזן לייגן אן אין קעיס אף עמוירדזשענסי קאנדידאט אין די צווייטע פראגע, אין פאל נוסאם פארלירט יא די ערשטע.

דערווייל, האבן זיי דאס נישט געטון.

-------

פוילער האט געשריבן:שכח @קוק פאר דיין פראפעניאלע ארבעט! א געשמאק צו לעזען.

;l;p- ;l;p-
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מעקאליף (ד) שטארקט זיך ווייטער אין ווירדזשיניע.

Governor (Virginia)

McAuliffe (D) 46%
Youngkin (R) 41%

7/6-7/9 by Spry Strategies (B/C)
600 LV
NOTE: partisan (R) poll


די ערשטע, א רעפאבליקאנער אנקעטע,איז ער געווען פאראויס 2, די צווייטע, א אומפארטייאישע אנקעטע, איז ער געווען פאראויס 4, שפעטער האט אים דער רעפאבליקאנער טראפאלגאר אויך געגעבן 2, און יעצט באקומט ער שוין 5% אין א רעפאבליקאנער אנקעטע.

Screenshot_20210716-172418_Twitter.jpg
Screenshot_20210716-172418_Twitter.jpg (197.37 KiB) געזען 1779 מאל


און דאס איז נאך פאר ער האט קאמפיינט מיט פרעזידענט ביידן, וועלכער האט געווינען די סטעיט מיט מער ווי 10%, און אויך אין די פריימערי נאך פאר קאוויד איז געווארן ערנסט האט ער דארט געהאט אומנארמאלע טוירנאוט.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

א געשמאק צו ליינען אין דעם אשכול!

שכח פאר אלע רעפארטערס!
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

פאלגענד איז א קורצע דעטאלירטע באריכט איבער די אינטערסאנטע קאליפארניע גאווערנער ריקאל וואס וועט פארקומען אין עטליכע חדשים ארום:

- די דעמאקראטישע גאווערנער פון קאליפארניע געווין נוסאם איז געקומען אינטער שטארקע קריטיק פון די רעפובליקאנער איבער זיין גאר שטרענגע לאקדאון'ס און באהאנדלונגן אויף די קאראנע וויירוס.

- ס'איז דא א געזעץ אין קאליפארניע אז מען קען צירוק ריפן א גאווערנער דורך צוזאם נעמען 1.5 מיליאן חתימות פון קאליפארניע איינוואונער.

- און אזוי איז טאקע געווען ווען רעפובליקאנער גרופעס האבן ציזאם גענומען איבער 1.7 מיליאן חתימות, און א ריקאל עלעקשאן איז אריין אין פראגרעס.

- די ריקאל ארבעט אז מען פרעגט אויפן שטים צעטל צוויי פראגעס:

1) ווילסטו אז גאווערנער געווין נוסאם זאל ווערן צירוק געריפן ? יא אדער ניין ?

2) פארוועם וואלסטו געוואלט שטימען פאר גאווערנער ?

- יעצט, אויב רוב מענטשען אין די ערשטע פראגע (50%) ענטפערן אז זיי ווילן "נישט" ריקאלן די גאווערנער, בלייבט נוסאם גאווערנער, ואין עוררין עליו.

- אבער אויב רוב מענטשען שטימען אויף די ערשטע פראגע אז מען זאל "יא" צירוק ריפן נוסאם, ווערט ער גלייך אויס גאווערנער, און יעצט גייט מען קוקן אויפן צווייטע פראגע.

- די מענטש מיט די מערסטע שטימען אין די צווייטע פראגע ווערט גלייך גאווערנער, ער קען אפילו בלויז באקומען 15%.

- וויכטיגע נקודה: געווין נוסאם'ס נאמען קען "נישט" זיין אויפן צווייטע פראגע, דאס מיינט אז די צווייטע פראגע איז נאר אקטיוו אויב רוב עולם שטימט "יא" אויפן ערשטע פראגע.

- ווי @ר' זעקל האט שוין באריכטעט פראבירן די ריקאל פירער ארויפצולייגן ווי מער מענטשען אויפן שטים צעטל כדי אז די פארמעסט זאל ארויפברענגן ווי מער מענטשען, און מען זאל האבן ווי מער מענטשען אריינציוועלן.

- איבער 100 מענטשען האבן זיך איינגעשריבן צו קענען לויפן אין די עלעקשאן.

- ווען די גרופע האט אנגעהויבן מיט זייער קאמפיין האט אויסגעזעהן ווי ס'איז מעגלעך דא עפעס טשאנסן אז ס'זאל מצליח זיין, ווייל נוסאם האט דעמאלטס געהאט א גאר שוואכע אפראוועל רעיטינג.

- אבער ווי ס'קוקט אויס ווי מען שטייט היינט, איז זיין אפראוועל רעיטינג צירוק ארויפגעגאנגן נאכן צירוק אויף מאכן גאנץ קאליפארניע פון די לאקדאון'ס.

- די אנקעטעס ווייזען אז רוב קאליפארניע וויל נישט ריקאלן די גאווערנער.

- אין 2003 איז שוין פארגעקומען אזא מין ריקאל אין קאליפארניע, ווי א רעפובליקאנער האט למעשה מצליח געווען ארויסצושטויסן די ארטיגע דעמאקראטישע גאווערנער.

- א דעטאלירטע באריכט איבער די הויפט קאנדידאטן פון ביידע פארטייען וואס לויפן אין די ריקאל, וועט אי"ה נאכקומען.

- ימים ידברו
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

41 מענטשן האבן זיך ארויפגעלייגט אויף דעם בעלאט אין קאליפארניע.

און ווי @קוק שרייבט, אויב ניוסאם פארלירט אויף די ערשטע שאלה, ווער פון די 41 באקומט די מערסטע שטימען,. אפילו נאר 5%-10%, ווערט גאווערנאר אן א שום ראנאף וכדו'.

רוב נעמען פון די ליסטע, האב איך נאך קיינמאל געהערט.

די קאנדידאטן אויף דעם צווייטן בעלאט.
די קאנדידאטן אויף דעם צווייטן בעלאט.
20210718_144438.jpg (554.86 KiB) געזען 1619 מאל




ניוסאם איז טאקע נישט בארעכטיגט צו זיין אויף דעם צווייטן בעלאט, אבער אויב די דעמאקראטן וואלטן ארויפגעלייגט למשל דעם לוטענענט גאווערנאר, וואלט ער געווען וואלט ער געווען מער ווייניגער א זיכערער געווינער אין פאל נוסאם פארלירט, עס פאסט זיי אבער נישט צו ווייזן אז זיי האבן מורא אז נוסאם וועט מעגליך פארלירן.

(און אויב נוסאם פארלירט טאקע, וועט ער כמעט זיכער האבן באקומען אסאך מער שטימען ווי דער וואס נעמט אים איבער...

אויך האלט איך אז עס איז דא אן עכטע שאנס אז איינער פון די אכט נאובאדיס וואס לויפט דא אלס דעמאקראט, זאל באקומען די מערסטע שטימען, זינט עס איז נאר דא אכט וואס לויפן אלס דעמאקראטן, קעגן איבער 20 רעפאבליקאנער.)
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

די סעקערטערי אוף סטעיט פון קאליפארניע האט נעכטן ארויסגעלייגט די ליסטע פון קאנדידאטן וואס וועלן זיין אויף די בעלאט.

די סעקערטערי אוף סטעיט זאגט אז בלויז 41 פון די איבער 100 מענטשען וואס האבן זיך איינגעשריבן צו קענען זיין אויפן בעלאט זענען טאקע קוואלעפעצירט צו זיין אויפן בעלאט.

די 41 מענטשען (וואס מען קען זעהן אין די ליסטע וואס @צל האט שוין געשיקט) נעמט אריין בלויז 8 דעמאקראטן און אלע פון זיי אימפאפערלערע פיגורן.

אויף די רעפובליקאנער זייט זענען דא 5 פאפאלערע קאנדידאטן:

1) געוועזענע סען דיעגא מעיאר קעווין פעלקאנער

2) ביזנעסמאן און 2018 רעפובליקאנער גאווערנער קאנדידאט דזשאן קאקס

3) פאפאלערן טעלעוויזיע פערסענאל קעיטלין דזשענער

4) געוועזענע קאנגרעסמאן דאג אסע

5) סטעיט עסעמבלימאן קעווין קילי
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”