ר' זעקל האט געשריבן:טראפאלגאר.
איך האב נישט יעצט די צייט איבערצוגיין יעדע איינציגסטע אנקעטע פירמע, צו זעהן ווי זייער שטארקייט איז און ווי זייער שוואכקייט איז, אבער אז מען רעדט שוין פון טראפאלגאר וועל איך מאכן א שטיקל סך הכל וואס מיין אפיניען איז אויף די פירמע, אין ווי ערענסט איך קוק אויף א אנקעטע וואס קומט ארויס פון די פירמע.
אין מיין דיקשינערי איז טראפאלגער נישט קיין אנקעטע פירמע, זייער פאולס זענע ביי מיר ווערט זילטש, איי וועסטו פרעגן ווי אסאך האבן ארויסגעברענגט דא אז ביי זייער אסאך פארמעסטן זענען זיי אסאך מער אקוראט ווי רוב אנדערע פאולינג פירמעס, א שטארקע טענה ווען מען קוקט אויסעווענדיג אויף רעזאלטאטן וויפל מאל האט דער צוגעטראפן און מיט וויפל פראצענט ער איז געווען אפגעריקט פון די עלעקשאן רעזאלטאטן.
ווען די קוקסט אבער אריין אין מער דעטאלן טוישט זיך די בילד היפש שטארק, עס איז דא אזא זאך אז פאולס זענען בייעס, דהיינא זיי לייגן אריין די סעמפלס ווען זיי מאכן די פאול גענויגט אויף איין זייט, אדער לאמיר זאגן זיי שפילן זיך מיט די רעזאלטאטן עס זאל אויסקומען בעסער פאר איין פארטי, אבער ווען די קוקסט אוועראלל אויף אלע זייערע אנקעטעס, איז דא אמאל וואס עס פראדיקט אז די דעמאקראט גייט געווינען אין איינמאל פארקערט, אמאל ווייזן זיי רעזאלטאטן וואס שמעקט פאר די דעמאקראטן און אמאל פארקערט, עס קען זיין אז די רעפאבליקאנער זאל צום סוף געווינען שטערקער ווי זיי זאגן ווייל נאך אלעס זענען זיי א בייעסד אנקעטע פירמע.
ווען די נעמסט אבער די אנקעטעס פון טראפאלגער פון די לעצטע 5 יאר ווען זיי האבן זיך געעפענט, וועסטו זעהן אז 99% פון זייערע אנקעטעס האבן געוויזן די בעסטע רעזאלטאטן פאר די רעפאבליקאנער פון סיי וועלכע אנדערע פירמע, אין רוב מאל האט עס געוויזן די רעיס דארט ווי די רעפאבליקאנער וואלטן עס געוואלט זעהן, רוב מאל האבן זיי געוויזן אז די רעפאבליקאנער גייען געווינען די רעיס, אדער עכ'פ אויב ממש קיין איין אנדערע פאול האט נישט געוויזן א רעפאבליקאנער געווינס, האבן זיי עס געוויזן פאר די דעמאקראט די שמאלסטע וואס שייך.
די מציאות איז אז ווען עס זענען דא שמאלע עלעקשאנס געווינט איין מאל דער דעמאקראט אין איינמאל דער רעפאבליקאנער, ממילא יעדע מאל וואס דער רעפאבליקאנער געווינט, דעמאלטס איז טרעפאלגער געווען דער וואס עס האט עס צוגעטראפן, אבער אויב למעשה גייט די עלעקשאנס זייער שלעכט פאר די רעפאבליקאנער איז טראפאלגער געווענליך זייער שלעכט, אויב גייט די רעיס שמאל פאר די דעמאקראט איז טראפאלגער אביסל שלעכט, ער איז מער ווייניגער איינער וואס טרעפט צו יעדע צווייטע מאל ווייל דעמאלטס געווינט דער רעפאבליקאנער.
לאמיר דארך גיין די 2020 עלעקשאנס,
פלארידע, איז געווען א שטארקע געווינס פאר טראמפ, טראפאלגאר האט געוויזן די בעסטע פאר טראמפ פון אלע פאלסטערס, דארט האט ער טאקע צוגעטראפן. (און דא האט גראדע פאקס געוויזן גוט פאר טראמפ)
Florid.PNG
פענסילוועניא, האט ביידען געווינען מיט 1.2 נישט קיין מעכטיגע געווינס פאר ביידען אבער גאנץ באקוועם, דא האט טראפאלגאר ווייטער געוויזן די בעסטע פאר טראמפ פון אלע פאלסטערס, און ער איז שוין נישט געווען אזוי אקוראט.
Pennsylvania.PNG
וויסקאנסן, ביידען געווינען מיט 0.7 א שמאלע געווינס, דא האט טראפאלגאר ווייטער געוויזן די בעסטע פאר טראמפ פון אלע פאלסטערס, אבער ווייל עס איז נישט געווען קיין איין אנדערע אנקעטע וואס האט געגעבן פאר ביידען ווייניגער ווי 3%, האט ער נישט געוואלט זיין אזוי ווילד האט ער געגעבן פאר ביידען נאר איין פערצענט, אין דא איז די דזשאק יא געלונגן.
Wisconsin.PNG
מישיגען, וואס איז געגאנגן פאר ביידען מיט א באקוועמע 2.7, האט טראפאלגאר ווייטער געוויזן די בעסטע פאר טראמפ פון אלע פאלסטערס, און ער איז טאקע געווען נאך מער ראנג.
אין אזוי קענסטו דורכגיין 99% פון זיינע אנקעטעס, געוויזן דאס בעסטע פאר רעפאבליקאנער, און אויב האבן זיי טאקע געווינען האט ער צוגעטראפן, אויב האבן זיי גוט פארלוירען האט ער שלעכט צוגעטראפן.
טרעף מיר איין אנקעטע פון טראפאלגער וואס די דעמאקראט האט געווינען פיין די רעיס אין טראפאלגער האט עס געהאט גוט צוגעטראפן.
יעצט אלע אנדערע פאולס קענען זיין בייעסד און צולייגן אפאר פראצענט פאר זייער זייט, אבער די קענסט טרעפן פארמעסטן וואס זיי האבן פארגעזאגט גוט פאר די רעפאבליקאנער.
אוואדאי זענען דא אנקעטעס פון די אנדערע זייט וואס זענען ממש גארבידזש, אבער איך רעדט פון די נארמאלע אנגענומענע אנקעטעס.
דאס איז אויסעווענדיג מיין אפיניען, איך בין רעדי פאר דיבעט און אויך רעדי צו טוישן מיין אפיניען.