מטעמים האט געשריבן:אקעי! איך גלייך נישט עריק עדעמס, ער זעהט מיר אויס צו זיין א נידריגע פאליטישען וואס איז דא פאר זיך, ניטאמאל האט ער א פלאן צו פארבעסערען די צוקונפט פאר די סיטי, דעבלאזיא האט אים האנט געבליבען פאר זיין נאכפאלגער ווייל אפילו דער וואוילער טיפוש דעבלאזיא פארשטייט אז נאר א עריק עדעמס קען אים נאך מאכען אויסזעהן בעסער ווי ער זעהט היינט אויס.
ווייל סליווע אדער יענג זענען דא פאר....... עכ"פ פאר זיך זעכער נישט... אכךךךךךך!!! ס'פאלטיראזאנס ביי
א כלל פון פאלעקס: א פאליטיקאנט איז דא פאר זיך
מטעמים האט געשריבן: ווי האט נאר דער קאנדידאט ענדרו יענג - וואס איז געווארען אויסדערוועלט דורעך רוב עסקנים - געזאגט? ווען עדעמס קומט אריין אין אפיס האט ער צו ערשטע א גאר לאנגע ליסטע פון מענטשען וועם ער דארף צוריק טוהן גרויסע טובות נאך איידער ער קומט אן צו טוהן זיין ארבייט פון פארבעסערען די סיטי.
ער האט נישט געפלאנט צוריק צו טון טובות? (ביטע - נישט אננעמען אז ס'עפעס קעגן אים אדער ענליכס...)
זעלבע אויבנדערמאנטע כלל...
מטעמים האט געשריבן: עס זעהט מיר אויס ווי יענג האט זיך געדרייט גענוג לאנג מיט חסידישע יודען און מען קען אננעמען אז ער האט די ריכטיגע שאצונג אויף דעם מענטש!
יענג האט זיך געדרייט צווישן חרדי'שע אידן ווייניגער ווי עדעמס, ער איז פשוט א כאזרימאטישער געשמאקער פערזאן, וועלכע האט גערעדט ווי א שטיקל טראמפ... (מיטן חלק פון האסן די ביוראקראטיע, אבער טון קען ער סייווי גארנישט אן סיטי קאנסול... גוד לאק מיט זיי - די גרעסטע ליבעראלן אויפן פלאנעט וואס צעגייט באלד פון היץ)
מטעמים האט געשריבן: די מערסטע באזארגענד איז די סאבזשעקט פון סעיפטי, סעקיורעטי און צוריק שטעלן געזעץ און ארדענונג אין די פריש געווארענע כאאטישע סיטי - גנבים, רויבערס, מערדערערס און לאו לייפס דרייען זיך פראנק און פריי אין די סיטי און דאס איז נאך איידער די נייע געדאנקען גאנג פון די פראגרעסיווען אז עס פעהלט בכלל נישט אויס קיין תפיסות.
ווארטס נאר ווארטס ביז אלע תפיסות ווערן אויפגעלעזט און די פארברעכער קומען אן צו דיין קארנער, השם ישמרנו ויצלנו, דאס איז די נאן-שוגער-קאודעד אמת פון די פיוטשע פון אונזער באליבטע סיטי, עריק עדעמס פארשפרעכט צו באקעמפען איקוואלעטי און קלימאטען טויש טראכטס א מינוט וועלכע פון די צוויי שפירט איר פאר וויכטיג צו גיין וועלן פאר אים?!
ביי מיר איז חינוך וויכטיגער, אבער ביזט גערעכט לגבי ארדענונג, גראדע איז עדעמס א געזעץ און ארדענונג קאנדידאט, און אלץ געוועזענע פאליסמאן האט ער שוין עטליכע מאל געכאפט קריטיק פון די לינקע.
איין צייטונג (כ'העל אפשר באלד זוכן די לינק, לויט די פארלאנג) האט זאגאר געזאגט אז אן עדעמס געווינס איז גאר א שווערער קלאפ פאר די לינקע - ווייל צוליב זיינע שטארקע קאנעקשאנס מיט די פארטיי פירערשאפט וכדו' וועט זיי זיין שווער אים צו באקעמפן אלץ מעיאר
מטעמים האט געשריבן: אה, פאר איך פארגעס - ער פארשפרעכט אריין צו ברענגען א בעסערע עדיוקעישאן פאר אלע ניו יארקע - איך בין זיכער איר אטעמט אפ רואיג צו וויסען אז אונזער עדיוקעישאן ליגט אין די הענט פון עריק עדעמס.
ער האט דאס פארשפראכן אינאיינעם מיטן פארשפרעכן אז ער וועט זיך נישט אריין מישן אין די חינוך, כ'מיין אז ס'נישטא קיין סיבה אנצונעמען אז ער וועט אוועקווארפן טויזנטע שטימען און זיך נעמען אויפן חינוך...
ווער רעדט נאך ווען ער האט געשפירט פאר וויכטיג צו געבן אינטערוויוס מיט היימישע עסקנים און דייטליך זאגן אז ער וועט נישט טשעפען די חינוך, ער האט א רעקארד פון העלפן די אידן, (לולא דמסתפינא העטעך געזאגט אז דו רעדטסט אזוי צוליב זיין קאליר)
מטעמים האט געשריבן: סאו וואס ווילסטו פרעגן צו סליווא איז בעסער? זיכער בעסער פאר די סעיפטי און סעקיורעטי, זיכער בעסער צו פארבעסערען די גאס און אפרוימען אלע פארברעכער און אויך איז ער זיכער בעסער פאר די עדיוקעישאן וואס איך וויל געבן פאר מיינע קינדער, נאר וואס דען, אזוי ווי מיינע מוסדות זענען זייער איידעל צו מיר א גאנצע יאר און זיי בעטן גאר א נידריגע שכר לימוד און א שטומע פאר זייער קאנדידאט עדעמס וואס געוואונט ממילא ווערט ביי זיי גערעכנט ווי גאר א גרויסע דאונעישאן אשר על כן העמיר גיין וואוטען פאר עדעמס.
די עדעמס היסטאריע האט נאך אזוי פיהל ציפעדיגקייט צו היימישע יודען ווי סליווא, שנייד די קרעפלעך!
גארנישט אזוי זיכער........