עכט היימיש האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:וועם האסטו געוואלט ביזנעס פירער אדער די פאליציי יוניאנס זאלען זיך חנפענען צו? צו סליווא וואס האט זיראו שאנס צו געווינען? ער איז א פאליטישען וואס זאגט צו און רעיזט געלט, נישט דא קיין שום ראיות צו וויאזוי ער גייט רעגירען!
דערנאך וואס די נייעס איז פארנומען א יעדען איינציגסטען טאג מיט שיסערייען האסטו עכט געהאלטען אז א פאליטישען וואס לויפט פאר אפיס וועט עס נישט פארדאמען? האלטסט אז די פאליטישען גייט נישט צו זאגען עס צו פאררעכטען?
איך וועל זיין דער ערשטער מודה זיין אויב ער קומט אריין אין אפיס און טוהט וואס ער האט צוגעזאגט, די פראבלעם איז נאר אז די ״היסטאריע פון פאלשע קעראפטירטע פאליטישענס״ איז שטערקער און קלארער אז אין די ענד איז אז אלעס בלייבט ביים אלטען.
פראגע 1: וואסערע רעקאד האט עדעמס אז דו האסט אין אפגעסטעמפלט אלץ א פאלטשע און קארופטירטע פליטיקאנט? זיין רעדאד צייגט צוויי און צוואנציג יאר אלץ פאליציי אפיציר, און זיין רעקאד צייגט א שטענדיגע אפשיי פון די ליבעראלן?
פראגע 2: פארוואס האבן די פאליציי יונאינס נישט אינדראסירט פאראייניגטערהייט דעבלאזיו אפילו ביי זיין ערשטע געלויף, זיי האבן דאן זיך נישט געזוכט צו חנפ'ענען מיטן קומעדיגן מעיאר?
ער איז א רעגולער דעמאקראטישער פאליטיקאנט, וואס דאס מיינט היינטיגע צייטן: אנטי פאליציי, פראו פארברעכער, פראו קאנטראלירטע עדיוקעישן, פראו ביזנעס רעגולאציעס, אנטי לענדלארס וכו' וכו'.
זיינע סטעיטמענטס בשעת די פלאיד ראיאטן זענען איינע פון די פעלער ווען ער האט געוויזן וואו ער שטייט.
די רעפובליקאנער זענען פארקערט אין די אלע הינזיכטן.
יעצט, וועט עדעמס טאקע סורפרייזן און האלטן זיינע סאו קאולד צוזאגונגען? קען זיין. עס איז זייער געשמאק צו קויפן גאלדענע צוזאגונגען. אבער ווען די סארט הבטחות קומען היינט צוטאגס פון א דעמאקראט וואס זיין פארטיי איז דער היפוך פון דעם געדאנקן גאנג, וואלט איך נישט איינגעלייגט קיין געלט אויף זיי.