נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועמען ווילסטו פאר מעיאר 2021

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך יולי 21, 2021 8:50 pm

קורטיס סאליווע
45
17%
עריק עדעמס
133
50%
אנדעסיידעט
21
8%
איך וואוין נישט אין סיטי
68
25%
 
סך הכל שטימען: 267

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

העי, דו נעמסט זיין בלא בלא אויף זיין סייט וועי טו סיריעס.

קען ער ארעסטירען רעכטס און לינקס יעדער יוגענטליכע וואס דרייט אן כאאס?
קען ער האלטען אינטער ארעסט אן קיין בעיל?
קען ער ארלעדיגען א טויש אין די אלבעני בילל?
וועט ער לאזען די פאליציי טוהן זייער זשאב אן זיי קריטיקירען אויף יעדע קלייניקייט?

ער איז א דעמאקראט און שטייט אייניג מיט יעדע דעמאקראטישע פאליסי וואס איז פאראנטווארטליך פאר די שיסערייען, פלינדערייען, דראגס איבער דאס לאנד, האלטען אז ער פלאנט עפעס צו טוישען איז דעלוזשענעל, האלטען אז ער גייט גאר טוישען אלע מאדנע חוקים די ליבעראלע האבען אריינגעברענגט איז בערך ווי על מנת שתעלה לרקיע.

ער האט געהאט היץ אין די פריימעריס פון יענג האט ער געמיזט ארויסקומען כאילו ער איז שטרענג אויף ווייאלענס, ער האט נישט געוואלט אז זיין ראסע זאל עמיצען דערמאנען פון דינקינס און זיך אפהאלטען פון וועלן פאר אים האט ער פארשטאנען אז ער מיז שרייבען קעגן קריים.

איז ער טאקע? ודאי נישט! ער איז דאך נישט קיין רעפובליקען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מטעמים האט געשריבן:העי, דו נעמסט זיין בלא בלא אויף זיין סייט וועי טו סיריעס.

ער ווייסט אז זיין איינציגסטע שטארקקייט איז אז מ'לייגט האפענונג אויף אים אלץ געוועזענער פאליציאנט

ער גיט צוריקברענגען סטאפ ענד פריסק? ניין!
ער גייט קענען טוישן די בעיל רעפארם? ניין!

וועט סליווא דאס יא קענען טון?
די ערשטע יא, די צווייטע אויך נישט

וועט עדעמס אונטערנעמען אנטי-קריים בליצן במקום אנטי-ספידינג בליצן וואס ברענגען אריין געלט? יא!
וועט ער עכ"פ פראבירן צו מאכן סדר? אדער וועט ער אנגיין מיט דעבלאזיא'ס פאליסיס?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ער גייט טוהן אזויפיהל ווי אלע דעמאקראטישע מעיארען טוהן: גארנישט

ער איז נישט דער כאריזמאטישע פירער וואס וויל ווערן לידער אויס צו פירען זיין שטארקע וויזיע פאר די שטאט אז מען זאל איינהאלטען די אטעם צו זעהן אויב ער קען ארויסברענגען מכח אל הפועל זיינע שאיפות - בסך הכל איז ער דא פאר געלט און מאכט ספעציעל מיט זיין קעראפטירטע היסטאריע.

גייט ער אינטערברענגען די גענגס דורעכאויס די שטאט? גייט ער מאכען אז די אלע עפארדעבל עפארטמענט געגענטער זאל זיין סעיף און די שיסערייען פון כוליגאנעס זאלען זיך אויפהערן, גייט ער עפעס טוהן אנטקעגן די שוידערליכע רעפארט פון די הינדערטער וואס ווערן טעגליך אווערדאזד פון דראגס? זיכער נישט.

א חבל אז איינער חלומט גאר אז ער האלט ביים טוהן עפעס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4315
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מטעמים האט געשריבן:ער גייט טוהן אזויפיהל ווי אלע דעמאקראטישע מעיארען טוהן: גארנישט

ער איז נישט דער כאריזמאטישע פירער וואס וויל ווערן לידער אויס צו פירען זיין שטארקע וויזיע פאר די שטאט אז מען זאל איינהאלטען די אטעם צו זעהן אויב ער קען ארויסברענגען מכח אל הפועל זיינע שאיפות - בסך הכל איז ער דא פאר געלט און מאכט ספעציעל מיט זיין קעראפטירטע היסטאריע.

גייט ער אינטערברענגען די גענגס דורעכאויס די שטאט? גייט ער מאכען אז די אלע עפארדעבל עפארטמענט געגענטער זאל זיין סעיף און די שיסערייען פון כוליגאנעס זאלען זיך אויפהערן, גייט ער עפעס טוהן אנטקעגן די שוידערליכע רעפארט פון די הינדערטער וואס ווערן טעגליך אווערדאזד פון דראגס? זיכער נישט.

א חבל אז איינער חלומט גאר אז ער האלט ביים טוהן עפעס.

אויב האט דאס געהאט מיט די פריימערי, דאן זאג מיר איין סיבה פארוואס עדעמס איז פארנומען נאך כהיום טאג-און-נאכט מיט באקעמפן פארברעכן, ארויסגעלייגט א דעטאלירטע פלאן וואס פאליציי יוניאן פירער האבן אויסגעלעבט, האלט אפ כסדר זיצונגען מיט ביזנעס פירער ווי אזוי צוריק צו ברענגען דער סיטי אלץ דער ביזנעס שטאט, און ווי א היימישע ביזנעסמאן וועלכע האט זיך באטייליגט ביי א קאנפרענץ צווישן חרדישע ביזנעסלייט און עדעמס האט מיר געזאגט האט עדעמס א דעטאלירטע פלאן, און ער איז גאר ערנסט און אמת'דיג וואס ער זאגט, און אז היימישע ביזנעסלייט האבן שטארקע האפענונגען אויף זיין מעיארשאפט.

אויב עס איז אמת דאס וואס דו שרייבסט אז ער איז דער טיפקעל דעמאקראט דאן פארוואס איז ער פארנומען טאג-און-נאכט מיט זאכן וואס זענען נישט פאפולער אין די דעמאקראטישע פארטיי, פארוואס איז ער נישט פארנומען מיט קלימאטן טויש און אנדערע שטיות? פארוואס האט דער רעפובליקאנע ניו יארק פאוסט אים אינדראסירט שרייבענדיג אין זייער אינדראסירונג אז נאכן רעדן צו פאליציי פירער און לאו-אינפארסמענט אגענטורן איז עדעמס דער פערזאן מיט דער ריכטיגער וויזיע און מהלך צוריק צו ברענגען די סיטי צו דאס וואס זי איז געווען אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.

נאכן ליינען אלע דיינע תגובות ביז אהער קוקט מיר אויס אז דו האסט א קנאפע אהנונג מיט וואס עדעמס קאמפיינט - אין א צייט ווען ער דארף עס נישט טון, און אויב עפעס קען עס פארשיקן פון אים וויילער - נאר דיינע תגובות זענען אינספערירט פון די פראפאגאנדע וואס דו האסט געליינט אין דיינע פארטיי'ס צייטונגען בעפאר א פריימערי, און האסט נישט אינאכט גענומען אז עס איז בלויז וואל-קאמפיין פראפאגאנדע.

אז דו ווילסט באמת וויסן וואס עדעמס קאמפיינט, און וואס ער פארשפרעכט, און וואס זיינע פלענער זענען, דאן זוך אויף גוגל די ווערטער 'עריק עדעמס' און מאך אביסעלע אייגענע ריסערטש, ווייל דערווייל קוקט אויס פון דיינע תגובות ביז אהער אז דו האסט באמת נישט קיין אהנונג אויף וואס עדעמס קאמפיינט, און וואס ער שטעלט פאר מיט זיך.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

Adam's גייט מאכען vaccine mandates פאר קינדער.

וואס גייט זיין?
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

metsboy האט געשריבן:Adam's גייט מאכען vaccine mandates פאר קינדער.

וואס גייט זיין?

די גאווערנער האט געמאכט אז מען מיז האבן א מאסק אין סקאל,

שיקסט דיינע קינדער מיט א מאסק?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דיין תגובה שרייט סך ענדערשט ארויס פארטייאישע היץ און עס איז מער ענליך צו א באצאלטער אנאנס.

דעבלאזיא די אבי אבות כל המשוגעתן האט אים אינדארסירט און געשטופט עדעמס פאר מעיאר מיט וואס ער האט נאר געקענט, אויב דעבלאזיא האט אזוי ליב זיינע פרא ביזנעס און אנטי קריים פאליסיס פארוואס האט דעבלאזיא עס נישט אליינס איינגעפירט?!

עדעמס איז דעבלאזיא 2.0 איך ווער נישט נשפע פון גארנישט א חוץ וואס מיינע אויגען זעהען מיט די אייגענע אויגען, איר דארפט בעסער ארבייטען צו פונאדערשיידען א בליק אויף גויאישע פאליטיק ווי איידער די ברען פארען רעבין, אז נישט וועט די היציגע טענער דערגרייכען א קלימאט וואס איך בין בכלל נישט אינטערסירט אין.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

Wow a1 האט געשריבן:
metsboy האט געשריבן:Adam's גייט מאכען vaccine mandates פאר קינדער.

וואס גייט זיין?

די גאווערנער האט געמאכט אז מען מיז האבן א מאסק אין סקאל,

שיקסט דיינע קינדער מיט א מאסק?

די גלייכסט עס צו??

יעדע מוסד פארלאנגט וואקסינס פאר קינדער, א חוץ קאןוויד

עס איז נישט קיין מאסק וואס מען קען אונטוהן און אויסטוהן
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

מטעמים האט געשריבן:דיין תגובה שרייט סך ענדערשט ארויס פארטייאישע היץ און עס איז מער ענליך צו א באצאלטער אנאנס.

דעבלאזיא די אבי אבות כל המשוגעתן האט אים אינדארסירט און געשטופט עדעמס פאר מעיאר מיט וואס ער האט נאר געקענט, אויב דעבלאזיא האט אזוי ליב זיינע פרא ביזנעס און אנטי קריים פאליסיס פארוואס האט דעבלאזיא עס נישט אליינס איינגעפירט?!

עדעמס איז דעבלאזיא 2.0 איך ווער נישט נשפע פון גארנישט א חוץ וואס מיינע אויגען זעהען מיט די אייגענע אויגען, איר דארפט בעסער ארבייטען צו פונאדערשיידען א בליק אויף גויאישע פאליטיק ווי איידער די ברען פארען רעבין, אז נישט וועט די היציגע טענער דערגרייכען א קלימאט וואס איך בין בכלל נישט אינטערסירט אין.

און פאקט איז עדאמס געלאפען און קאמפיינט אויף גאר א אנדערע פלאטפארמע ווי דיבלאזיע.

ער איז כהיום זייער ביזנעס פרעדלי. ער זיצט מיט ביזנעס גרופעס און וואל סטריט מאגנעטען יעדען טאג, זייער פרא פאליס משאכ דיבלאזיע, ער איז ווייט פון א טיפעקעל סאושליסט ליבערעאל נוסח דיבלאזיע. ער איז אפילו א געוועזענע רופבליקאנער .

קענסט לייקענען פאקטען אבער דאס וועט נאך אלץ נישט טוישען די מציאות .
keep your words tasteful, you may have to eat them later
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

נאר צילייגען, דער עדאמס זיצט מיט רופבליקאנער בילאנערן , און ער איז אינדאסירט ביי רופבליקאנער לאקאלע פאלעטישענס. אזאך וואס איז קיינמאל געווען ביי דיבלאזיע.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4315
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מטעמים האט געשריבן:דיין תגובה שרייט סך ענדערשט ארויס פארטייאישע היץ און עס איז מער ענליך צו א באצאלטער אנאנס.

דעבלאזיא די אבי אבות כל המשוגעתן האט אים אינדארסירט און געשטופט עדעמס פאר מעיאר מיט וואס ער האט נאר געקענט, אויב דעבלאזיא האט אזוי ליב זיינע פרא ביזנעס און אנטי קריים פאליסיס פארוואס האט דעבלאזיא עס נישט אליינס איינגעפירט?!

עדעמס איז דעבלאזיא 2.0 איך ווער נישט נשפע פון גארנישט א חוץ וואס מיינע אויגען זעהען מיט די אייגענע אויגען, איר דארפט בעסער ארבייטען צו פונאדערשיידען א בליק אויף גויאישע פאליטיק ווי איידער די ברען פארען רעבין, אז נישט וועט די היציגע טענער דערגרייכען א קלימאט וואס איך בין בכלל נישט אינטערסירט אין.

איך האב אין איין שורה דערמאנט פארטיי'אישע היץ, און דו האסט אנשטאט ענטפערן פראגן וואס איך האב געפרעגט באזירט אויף פאקטן וואס סיטי איינוואוינער האלטן מיט, האסטו מחליט געווען צו געבן א מאל אראפ דער גאנצער תגובה אלץ פארטייאישע היץ, ווי איידער ענטפערן די פראגן וואס לאו-אינפארסעמענט אגענטורן און היימישע ביזנעלסייט, ווי נישט היימישע, פארקויפן פאר אונז סיטי איינוואוינער.

אויב דו האסט צו ענטפערן, דאן ענטפער, און אז נישט. נישט.

אויף דיין פראגע וועגן דעבלאזיאו וועל איך יא ענטפערן, יעדער האט פארשטאנען אז דעבלאזיאו גייט אינדראסירן דער דעמאקראטישער נאמינרטער, און די באריכטן אז ער שטיצט אים אין די פריימערי האט דער פאוסט באצייכנט אלץ אן באווייזן און געשטיפט דורך קעגענרישע פריימערי קעגנער.

איך וועל דא איבערלייגן די פאקטן וואס איך האב פריער געשריבן און איך וואלט הנאה געהאט אויב דו קענסט ענטפערן.
עכט היימיש האט געשריבן:אויב האט דאס געהאט מיט די פריימערי, דאן זאג מיר איין סיבה פארוואס עדעמס איז פארנומען נאך כהיום טאג-און-נאכט מיט באקעמפן פארברעכן, ארויסגעלייגט א דעטאלירטע פלאן וואס פאליציי יוניאן פירער האבן אויסגעלעבט, האלט אפ כסדר זיצונגען מיט ביזנעס פירער ווי אזוי צוריק צו ברענגען דער סיטי אלץ דער ביזנעס שטאט, און ווי א היימישע ביזנעסמאן וועלכע האט זיך באטייליגט ביי א קאנפרענץ צווישן חרדישע ביזנעסלייט און עדעמס האט מיר געזאגט האט עדעמס א דעטאלירטע פלאן, און ער איז גאר ערנסט און אמת'דיג וואס ער זאגט, און אז היימישע ביזנעסלייט האבן שטארקע האפענונגען אויף זיין מעיארשאפט.

אויב עס איז אמת דאס וואס דו שרייבסט אז ער איז דער טיפקעל דעמאקראט דאן פארוואס איז ער פארנומען טאג-און-נאכט מיט זאכן וואס זענען נישט פאפולער אין די דעמאקראטישע פארטיי, פארוואס איז ער נישט פארנומען מיט קלימאטן טויש און אנדערע שטיות? פארוואס האט דער רעפובליקאנע ניו יארק פאוסט אים אינדראסירט שרייבענדיג אין זייער אינדראסירונג אז נאכן רעדן צו פאליציי פירער און לאו-אינפארסמענט אגענטורן איז עדעמס דער פערזאן מיט דער ריכטיגער וויזיע און מהלך צוריק צו ברענגען די סיטי צו דאס וואס זי איז געווען אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

metsboy האט געשריבן:Adam's גייט מאכען vaccine mandates פאר קינדער.

וואס גייט זיין?

וואס איז די שאלה בכלל? וואקסין מאנדאט איז נישט קיין נייע זאך, מען גייט געבן דאס וואקסין אזוי ווי ביז היינט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בעריש'ל האט געשריבן:
metsboy האט געשריבן:Adam's גייט מאכען vaccine mandates פאר קינדער.

וואס גייט זיין?

וואס איז די שאלה בכלל? וואקסין מאנדאט איז נישט קיין נייע זאך, מען גייט געבן דאס וואקסין אזוי ווי ביז היינט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א מין חידוש איז דאס אז ער זיצט מיט ביזנעס מענטשען און זאגט זיי צו די לבנה, ער שטאפט יעצט אן זיין קאסע מיט קאמפיין געלטער פאר יעצט און פאר די קומענדיגע עלעקשאנס, מיט וועם האסטו געוואלט זאל ער זיצען און בעטן געלט פון?!

איך געדענק נאך ווען אבאמא האט צוגעזאגט טעקס קאטס און קאומאו האט צוגעזאגט פיסקעל רעספאנסעבילעטי און דעבלאזיא האט צוגעזאגט גרינגער צו מאכען פאר ביזנעסער מיט רעגיולעישאנס, יעדער זאגט צו רעפובליקאנע סעלושענס ווען מען דארף דעם קאמען סענס עפראוטש איבער גאווערנינג, פונקט ביי עדעמס איז מען סטאק געבליבען אז דער לאנג טיים פאליטישען מיינט עס אמתדיג!

זייער פאני….
האב שכל און גיב א שמייכעל!
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
מוח שליט על הלב האט געשריבן:גיי מיר וואוטען Curtis Sliwa
הסבר. איך בין א פשוטע ניו יארקע איינוואוינער נישט קיין פאליטישאן אדער אדמיניסטרעטער נישט אין מעדיקאל ביזנעס. איך דארף א ראויגע לעבן מיינע קינדער זאלן קענען גיין רואיג אין גאס נישט פילן ווי זיי זענען אין א דריטע וועלט לאנד. די געלט וואס די מוסדות.. מעדיקאל סענטערס.. וכו.. באקומען פון די ליבעראלס .. גייט מיך נישט העלפן..

אפשר צייגט איר מיט וואס עדעמס' אנטי-פארברעכן פלאן איז נישט גוט - דאס בעת סליווא האט כלל נישט ארויסגעלייגט קיין פלאן?

סתם שרייען און קרייען אז דער רעפובליקאנער איז בעסער האט זערא פשט, אויב איינער וועלט אין מאנסי פארן רעפובליקאנער שטימט ער פאר די אנטיסעמיט. און ספעציעל מיט סליווא וואס האט אפיציעל געהאקט אויף אידן.

איינמאל דער עולם איז וואקסינירט און מ'גייט שוין נישט האבן אזויפיל קינדער האט שוין סליווע נישט קיין פראבלעם מיט אונז.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מטעמים קומט אריין קלאר. אבער וואס זאגסטו צו זיין עכט טיפע שנאה צו אונז, און זיין זאגן אז ער וועט זיך נעמען צו אונזערע ביינער?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מיין פוינט איז בעיקר נאר לגבי עדעמס א קאנדידאט וואס איך גיי וועלן, איך האלט אז סליווא איז בעסער פאר די סיטי אין זשענעראל סיי מצד סעיפטי און סיי מצד ביזנעס אבער איז זיכער נישט בעסער פאר אונזערע מוסדות אשר על כן וועל איך פאר עדעמס.

איך האלט זייער נישט פון עדעמס און איך האב געשריבען די מערסטע קלאר וואס איך האב געקענט די סיבות פארוואס איך האלט אזוי, יעדער מעג האלטען אנדערשט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שטימט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4315
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מטעמים האט געשריבן:א מין חידוש איז דאס אז ער זיצט מיט ביזנעס מענטשען און זאגט זיי צו די לבנה, ער שטאפט יעצט אן זיין קאסע מיט קאמפיין געלטער פאר יעצט און פאר די קומענדיגע עלעקשאנס, מיט וועם האסטו געוואלט זאל ער זיצען און בעטן געלט פון?!

איך געדענק נאך ווען אבאמא האט צוגעזאגט טעקס קאטס און קאומאו האט צוגעזאגט פיסקעל רעספאנסעבילעטי און דעבלאזיא האט צוגעזאגט גרינגער צו מאכען פאר ביזנעסער מיט רעגיולעישאנס, יעדער זאגט צו רעפובליקאנע סעלושענס ווען מען דארף דעם קאמען סענס עפראוטש איבער גאווערנינג, פונקט ביי עדעמס איז מען סטאק געבליבען אז דער לאנג טיים פאליטישען מיינט עס אמתדיג!

זייער פאני….

קודם בנוגע די פאליציי יוניאן פירער - וועלכע האבן שוין פאר יארן נישט אינדראסירט קיין דעמאקראט האסט נישט גענטפערט - דאס זעלבע איבער דער פאקט אז די פאוסט האט אים אינדראסירט, דערנאך פארוואס עפעס טראסטן אים ביזנעס אייגנטומער, זיי זענען נישט אזוי קליג ווי דו?

דערנאך, פארוואס אין די וועלט, זאל איינער וואס לויפט אין ניו יארק סיטי, מאכן זיין הויפט קאמפיין אישו "לאו-אינפארסמענט?", פון דעם רעדט ער פון צופרי ביז ביינאכט, דאס איז זיין הויפט טעמע, אין דער צייט וואס עס קען אים אויב עפעס שאטן אין די געדעכט בלויע ניו יארק סיטי, דער היים פון קאנגרעספרוי קארטעז.

איך גלייב וועסט טרעפן א תירוץ, אבער דער פשוט'ער תירוץ איז אז אלץ איינער וועלכע האט 22 יאר געדינט אלץ פאליציי אפיציר און באקעמפט פארברעכן פארשטייט ער די וויכטיגקייט דערפון, און ווי ווי ער זאגט פארשטייט ער די וויכטיגקייט וואס "מאראל" מיינט פאר פאליציי אפיצירן צו קענען טון זייער ארבעט.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וועם האסטו געוואלט ביזנעס פירער אדער די פאליציי יוניאנס זאלען זיך חנפענען צו? צו סליווא וואס האט זיראו שאנס צו געווינען? ער איז א פאליטישען וואס זאגט צו און רעיזט געלט, נישט דא קיין שום ראיות צו וויאזוי ער גייט רעגירען!

דערנאך וואס די נייעס איז פארנומען א יעדען איינציגסטען טאג מיט שיסערייען האסטו עכט געהאלטען אז א פאליטישען וואס לויפט פאר אפיס וועט עס נישט פארדאמען? האלטסט אז די פאליטישען גייט נישט צו זאגען עס צו פאררעכטען?

איך וועל זיין דער ערשטער מודה זיין אויב ער קומט אריין אין אפיס און טוהט וואס ער האט צוגעזאגט, די פראבלעם איז נאר אז די ״היסטאריע פון פאלשע קעראפטירטע פאליטישענס״ איז שטערקער און קלארער אז אין די ענד איז אז אלעס בלייבט ביים אלטען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4315
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מטעמים האט געשריבן:וועם האסטו געוואלט ביזנעס פירער אדער די פאליציי יוניאנס זאלען זיך חנפענען צו? צו סליווא וואס האט זיראו שאנס צו געווינען? ער איז א פאליטישען וואס זאגט צו און רעיזט געלט, נישט דא קיין שום ראיות צו וויאזוי ער גייט רעגירען!

דערנאך וואס די נייעס איז פארנומען א יעדען איינציגסטען טאג מיט שיסערייען האסטו עכט געהאלטען אז א פאליטישען וואס לויפט פאר אפיס וועט עס נישט פארדאמען? האלטסט אז די פאליטישען גייט נישט צו זאגען עס צו פאררעכטען?

איך וועל זיין דער ערשטער מודה זיין אויב ער קומט אריין אין אפיס און טוהט וואס ער האט צוגעזאגט, די פראבלעם איז נאר אז די ״היסטאריע פון פאלשע קעראפטירטע פאליטישענס״ איז שטערקער און קלארער אז אין די ענד איז אז אלעס בלייבט ביים אלטען.

פראגע 1: וואסערע רעקאד האט עדעמס אז דו האסט אין אפגעסטעמפלט אלץ א פאלטשע און קארופטירטע פליטיקאנט? זיין רעדאד צייגט צוויי און צוואנציג יאר אלץ פאליציי אפיציר, און זיין רעקאד צייגט א שטענדיגע אפשיי פון די ליבעראלן?

פראגע 2: פארוואס האבן די פאליציי יונאינס נישט אינדראסירט פאראייניגטערהייט דעבלאזיו אפילו ביי זיין ערשטע געלויף, זיי האבן דאן זיך נישט געזוכט צו חנפ'ענען מיטן קומעדיגן מעיאר?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

עדעמס גייט לכאורה זיין בעסער ווי די בלאזיא, איך וואלט אבער נישט אריינגעלייגט קיין געלט אז ער גייט זיין צופיל בעסער אבער עפעס זיכער.

יעצט צו סליווא, ווען איך האלט ווען אז סליווא אלס מעיאר וואלט געקענט עפעס אויפטוהן צו פאררעכטן אונזער צו'מזיק'טער שטאט, וואלט איך אפשר פארקוקט אויף זיין אנטיסעמיטישע רעקארד און מיט א צוגעמאכטע נאז געשטימט פאר אים, די מציאות איז אבער אז חוץ כאאס גייט ער גארנישט באווייזן אויפצוטוהן, און פאל איינער ווייסט נישט די סיטי קאנסיל באשטייט פון 51 מעמבערס, פון דעם זענען "3" רעפאבליקאנער, יעצט שטעל דיר פאר מעיאר סוליווא שטעלט איין א נייע פאלעסי וואס דארף נישט האבן א וואוט אין די קאנסיל, א טאג שפעטער קומט די סיטי קאנסיל אין מאכט א נייע געזעץ אז מען טאר נישט מאכן אזא פאלעסי, וחוזר חלילא, וואס דער מעיאר מאכט צוווארפט די סיטי קאנסיל, אין שוין אפגערעדט אז קיין בודזשעט גייט קיינמאל נישט דורכגיין, און פארשטייט זיך אלס תוצאה פון דעם גייט ביי די נעקסטע עלעקשאנס אריינקומען נאך סאך א גרעסערע ליבערל, בעיסיקלי אריינגעברענגט א פאריקטע אנטיסעמיט אין פון שטאט ארויסגעווארפן, וועט גארנישט קענען אויפטוהן חוץ אנזייען נאך מער כאאס.

דער איינציגסטער וואס קען אויפטוהן פאר אזא ליבעראלע שטאט איז נאר א דעמאקראט וואס איז נישט אזוי שטארק פון די ליבעראלע פליגל, איינער וואס איז ביזנעס פרענדלי אין קאמען סענס, לדוגמא אזא איינער ווי יענג, בלומבערג, אבער איינער וואס איז א רעפאבליקאנער אין נאכדערצו א צערידערטע פארשוין זעה איך נישט וואס ער זאל קענען אויפטוהן דא.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4990
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מטעמים זאגסט גוט
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עדעמס איז אייביג געוועהן לעבן געלט און אינוועסטיגעישאנס, אלס פאליס אפיציר פיר מאל, אלס ברוקלין בארא פרעזידענט קען מען ווערן דיזי פון ליינען מיט וויפיעל געלט דיעלס ער איז אלס צופעליג נאר געוועהן נאנט צו, אינוועסטיגעישאנס האבען זיך געעפענט מיט זיינע ארומיגע.

איך געדענק עס ליינען שוין א לאנגע צייט צוריק, יעצט דארף מען עס בלויז סוירטשען און עס טרעפן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4315
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מטעמים האט געשריבן:עדעמס איז אייביג געוועהן לעבן געלט און אינוועסטיגעישאנס, אלס פאליס אפיציר פיר מאל, אלס ברוקלין בארא פרעזידענט קען מען ווערן דיזי פון ליינען מיט וויפיעל געלט דיעלס ער איז אלס צופעליג נאר געוועהן נאנט צו, אינוועסטיגעישאנס האבען זיך געעפענט מיט זיינע ארומיגע.

איך געדענק עס ליינען שוין א לאנגע צייט צוריק, יעצט דארף מען עס בלויז סוירטשען און עס טרעפן.

דאס איז דער ענדע פון דער ויכוח. טראץ וואס איך דיסעגרי מיט דיר ווייטער. פארשטיי איך אבער דיין צד, און האסט דיר קלאר מסביר געווען.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”