העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

זארג נישט האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א דראג באנדע אין העיטי האבן גענומען קרעדיט אויפן אטענטאט.

און וואס זאגן זיי איז דער מאטיוו?

לכאורה האט ער זיך נישט צוטיילט מיט די געלטער לויט ווי אזוי סאיז געווען אפגעשמועסט....

דעמאלט פארוואס איז דער נייער במקום פרעזידענט אזוי זיכער ביי זיך אז ער האט אלעס אינטער קאנטראל...

לכאורה האט ער אפגעמאכט מיט זיי, אז ער גייט זיין וואויל...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

בעריש'ל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:מער אפדעיטס?

קיינער חוץ זיין משפחה וויינט נישט אויף אים, דאס לאנד פלאגט זיך מיט געווואלדטאטן, קאראנא, און געלט, בשעת ער האט זיך געפאקט די טאשן, און נישט געוואלט אפטרעטן.

פארוואס האט ער געדארפט אפטרעטן?

גערעכט ער האט נישט געדארפט, אבער דאס פאלק האט געוואלט און שטארק פראטעסטירט, און דערפאר וויינט קיינער נאך אים.

ווער איז 'דאס פאלק', איז נישט געווען קיין עלעקשאנס הערשט נישלאנג צוריק? א מין דערהער..
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ווער זאגט אז דאס פאלק האט בכלל געוואלט? ווייל אפאר אירע האבן פראטעסטירט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

איינער האט קלארע דיטעילס?
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מען פראבירט אים אראפ צו רוימען פון וועג, מיט 5 חדשים צוריק האט ער זיי געכאפט פאר זייער פריוו אים צו ערלעדיגען און ער האט ארעסטירט 23 מענטשן דעמאלט.

ער איז נישט געווען (מער) א ליגאלע פרעזידענט, זיין (אינטערים) טערמין איז שוין לאנג אפגעלאפן און ער האט אליין באשלאסן אז זיין טערמין ציהט זיך נאך פאר א שיינע פאר יאר. עס האט געהייסן אז עס גייען זיין נייע עלעקשן'ס אין סעפטעמבער, אבער אויך האט אזוי געהייסן לעצטע מאל און פאר לעצטע מאל אויך, בקיצור ער איז געווען א דיקטאטור און געהערשט מיט כח.

עס ווינדערט זיך מיר דעמאלט אויף די וועלט פירער פארוואס זיי זענען אין שאק ווען מען עלימינירט א דיקטאטאר. קען זיין זיי גלייכן דיקטאטארן וואס טייל מאל מיינט עס סטאביליטי...

קען זיין איך האב עס נישט ארויס ריכטיג, און זיי ווייסען בעסער, איז אלזא קלארט אויס וואס גייט דא פאר.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זאל דאס זיין א לעססאן אויף טערקיי, צפון קרעא, רוסלאנד, און אויף ל'קאשענקא און ל'כשירחיב און אלע אנדערע דיקטאטורן. זאל אלע שקצים האבן א מיאוס'ן סוף.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

דער פאלאץ (בילד) דארף זיין ניי, נישט לאנג צוריק איז דער פאלאץ חרוב געווארן פון א ערדציטערניש
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

אויסצוג פון דער בליק'ס וועבסייט
האיטי׳ס פרעזידענט איז די נאכט ערמארדעט געווארן דורך אמעריקאנע קרעפטן אין זיין פריוואטע הויז :oops: :oops:

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=C ... Wt3cq2HOXH
אוועטאר
נ'יאפטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 3:16 pm

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נ'יאפטשיק »

שפע רב האט געשריבן:אויסצוג פון דער בליק'ס וועבסייט
האיטי׳ס פרעזידענט איז די נאכט ערמארדעט געווארן דורך אמעריקאנע קרעפטן אין זיין פריוואטע הויז :oops: :oops:

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=C ... Wt3cq2HOXH

דער האט דעקונג אדער א טעות אדער לצינות
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.

נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שפע רב האט געשריבן:אויסצוג פון דער בליק'ס וועבסייט
האיטי׳ס פרעזידענט איז די נאכט ערמארדעט געווארן דורך אמעריקאנע קרעפטן אין זיין פריוואטע הויז :oops: :oops:

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=C ... Wt3cq2HOXH

אמעריקע איז געווען קעגן האיטי?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

איך מיין עס זענען דא עפעס ווידעאס ווי די אטענטירער שרייען dea operation, אבער כאטש די DEA איז אפשר אומשטאנד אויף אזעלכע זאכן, גייען זיי אבער זיכער נישט אויסשרייען בשעת מעשה ווער זיי זענען.
ווארשיינליך האבן זיי געוואלט איינער זאל מיינען אז זיי זענען די DEA, און זעהט אויס עס איז זיי געלונגען... :lol:
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

די ווייב פונעם געהארגעטע פרעזעדענט וואס איז אויך געשאסן געווארן, איז יעצט אנגעקומען קיין פלארידע, פאר באהאנדלונגן.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

די טעלעוויזיע אין העיטי באריכטעט אז די פאליציי האט אינטער ארעסט די מערדער פונעם ארטיגע פרעזעדענט.
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:די ווייב פונעם געהארגעטע פרעזעדענט וואס איז אויך געשאסן געווארן, איז יעצט אנגעקומען קיין פלארידע, פאר באהאנדלונגן.



פלארידע ווידעראמאל אין די נייעס! כאטש אויף הייל מיטלן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:די טעלעוויזיע אין העיטי באריכטעט אז די פאליציי האט אינטער ארעסט די מערדער פונעם ארטיגע פרעזעדענט.

פאליציי שעף לעאן שארלס זאגט אז פיר פארדעכטיגטע זענען אומגעברענגט געווארן דורכאויב א שיסעריי אויסטויש מיט פאליציי קרעפטן.

נאך צוויי זענען אונטער ארעסט.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אמשינוב
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:00 am

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשינוב »

גאר מאדנע מעשה אין א צידרייטע וועלט!!!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ארטיגע באאמטע זאגן אז זיי האבן שוין באוויזן צו ארעסטירן זעקס מענטשן אין פארבינדונג מיט'ן אטענטאט.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ווי זיי באריכטן, איז איינער פון די ארעסטירטע אן אמעריקאנע בירגער.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דימיטרי הערארד -דער הויפט פון די פרעזידענטליכע גווארדיע- איז ארעסטירט געווארן.

דאס קומט נאכדעם וואס מאנגע האבן אויפגעברענגט פראגן איבער דעם אז די גרופע מערדער האבן געהאט אזא גרינגע צוטריט צום פרעזידענט.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פענטאגאן באאמטע אנערקענען אז טייל מערדער האבן אין די פארגאנגענהייט באקומען טרענירונג פון די אמעריקאנע מיליטער.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
IMG_20210707_120500_253.jpg
IMG_20210707_120500_253.jpg (113.41 KiB) געזען 1591 מאל

פרעזידענט ביידען זאגט היינט אז שיקן אמעריקאנער זעלנער קיין העיטי 'איז נישט אין פלאן'.

פארט וועט די פענטאגאן יא אהינשיקן א פארשטעקערטע מארין קראפט צו וואכן ביי די ארטיגע אמעריקאנע אמבאסאדע.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

לאקאלע פאלציי האבן אידענטיפיצירט עטליכע פון די געזוכטע אין די אטענטאט.

איינער איז דער ארטיגע געוועזענע סענאטאר זשאן זשאועל זשאוסעף, א באקאנטע אפאזיציע פיגור אין לאנד.

א צווייטע וואס ווערט געזוכט איז זשאוסעף פעליקס באדיאו, א געוועזענע ארבעטער ביי די לאקאלע זשוסטיס מיניסטעריום. ער איז געווארן אפגעזאגט פון אמט מיט געציילטע מאנאטן צוריק פאר 'ערנסטע עטישע פארלעצונגען'.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איך בין נייגעריג. הייטי זענען אלע שווארצע ?
יעך האב געמיינט אז די שוואצע זענען נאר אין אפריקע (משורשו) און אין אמעריקע..... און יעצט זעה איך אז דא בשכינות איז דא א גאנצע לאנד (אדער נישט קיין גאנצע.. וואס זענען קאלירט.)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

האיט'יער פרעמיער מיניסטער אריעל הענרי האט אפגעזאגט די הויפט פראקוראר אין לאנד וואס פארשט די מארד פון דער געוועזענע פרעזידענט.

דאס קומט עטליכע טעג נאך וואס דער פראקוראר, בעד-פארד קלאוד (Bed-Ford Claude), האט פארלאנגט אז הענרי זאל אויפטרעטן אונטער שבועה איבער זיין מעגליכע פארבינדונג צו די מארד.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: העיטי פרעזידענט אומגעברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמעריקאנע לאו ענפארסמענט באאמטע האבן ארעסטירט א געוועזענע קאלאמביאנע מיליטערמאן -מאריאו אנטאניאו פאלאשיוס- אין פארבינדונג מיט די אטענטאט

ער איז ארעסטירט געווארן אין מיאמי און איז ערווארטערט צו ערשיינען אין ארטיגע פעדעראלע געריכט

ער וועט ווערן דער ערשטע צו ווערן פארמאל אנגעקלאגט קרימינאל אין פארבינדונג מיט די מארד
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”