פארברעכנס און מערדערייען אין ניו יארק סיטי

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן: מען כאפט כמעט יעדע קריים צוליב וואס עס זענען דא מיליאנען קאמעראס דורכאויס די סיטי.

קצת אינטערעסאנט ווייל דא שטייט אז אין לעצטן קווארטאל וואס ס'איז פאראן דאטא איז 25.5 פראצענט געלייזט געווארן

ס'איז אינטערעסאנט אז אין סטעטן איילענד - וועלכע איז די ווייניגסטע "סיטי" געשטימט פון אלע באראס - איז די ראטע די העכסטע אין כמעט אלע קאטעגאריעס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

מחותן האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר. אוודאי דארף מען טון וואס מען קען קעגן די גאן עפידעמיע אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער דער מעיאר קען נישט צופיל העלפן אויף דעם פראבלעם.

ריכטיג, קריים איז דאון, עס איז אויפן וועג אראפ,
אבער שיסערייען איז ארויף, גניבות און וואנדעליזעם איז ארויף, שטעכערייען איז ארויף, און די גאסן זענענן ווייניגער סעיף...

וואס דער מעיאר קען טיען דערצו? דיפאנדן מער פאליס קען זיין א גיטע אנהייב, צונעמען פאליס גאנס וועט זיכער מאכען אז עס זאל זאל ווייניגער גאנס אויף די גאסן, און גענצליך עלעמענירען בעיל וועט אויך צוהעלפן.

איך כאפ נישט אינגאנצן וואס דו זאגסט, עס איז דא עפעס א ספעציעלע אויפשטייג אין שיסערייען, שטעכערייען, גניבות און וואנדאליזם? דו פארשטייסט מסתמא אז ניו יארק איז א שטאט מיט 8 מיליאן מענטשן וואו אזאלכע זאכן פאסירן כסדר, און דער ציל ווי אויך דער מבחן איז עס אראפ צו האלטן צו די ווייניגסטע וואס שייך.

ריכטיג ריכטיג, עס האט טאקע אויך פאסירט אינטער מעיאר דינקיס, אינטער מעיאר דע-בל-או-זא, און עס פאסירט אויך אינטער אנדערע לינקע פירשאפט ואס שטעלן די זיכערהייט טעמע אין די בעיק.... אויך ביסטו גערעכט אז דא איז נאך נישט אזוי שלעכט ווי אין טשיקאגו, עס איז נאר עטליכע חדשים פון דארט.

ניו סיטי האט געזען א מעסיגע רעדוקציע אין מארדן (און אין פארברעכנס) אונטער ביל דעבלאזיאו פון 2014 צו 2019 און אין אנהייב 2020 ביז אריין אין אפריל ווען מארדן איבערן לאנד האבן אנגעהויבן צו שטייגן צוליב קאוויד.
ניו יארק האט אויך געזען א מעסיגע רעדוקציע אין דריי פון די פיר יאר אונטער מעיאר דינקינס –וואס האט, אגב, אויסגעברייטערט די ניו יארק פאליציי קראפט מיט 25%– פון 2,245 מארדן אין 1990 צו 1,946 אין 1994. די יאר וואס מארדן זענען ארויף איז געווען די ערשטע יאר וואס ער איז געווען א אפיס.
(גראדע טוען די מארד ראטעס אין די סיטי אלץ נאכפאלגן ברייטערע טרענדס אין פארברעכן און מארדן איבערן לאנד. אונטער דינקינס, דזשוליאני, בלומבערג און יעצט אונטער דעבלאזיאו, אריינגערעכנט די שטארקע שטייג פאראיאר.)

איבער די שטייגנדע מארדן אין די סיטי דאס יאר אין פארגלייך צו פארגאנגענע יאר, וואס איז אליין געווען א דראסטישע שפרונג פון 2019, איז וויכטיג דאס צו צעטיילן פער חודש. יאנואר און פעברואר 2020 האבן געהאט ווייניגער מארדן די זעלבע צוויי מאנאטן אין 2019. פאקטיש אראפ מיט בערך צוואנציג פראצענט פון 2019 אין ביידע חדשים. מערץ 2020 איז ארויף מיט 5%, אדער איין מארד, פון 2019.

מארדן אין די סיטי האבן הערשט אנגעהויבן שטייגן אין אפריל און האט דערגרייכט א הויכפונקט אין יולי און אויגוסט (היסטאריש זענען די חדשים פון יוני-סעפטעמבער, די הייסטע חדשים, די טויטליכסטע פונעם יאר, איבערן גאנצן לאנד).

image_search_1624917791652.jpg
image_search_1624917791652.jpg (39.46 KiB) געזען 1549 מאל

דאס אז מארדן זענען ארויף אין די ערשטע פאר חדשים אין 2021 איז נישט קיין גרויסע חידוש ווייל יעצט שפילן (נאך) געוויסע פאקטארן א ראלע וואס האבן נישט עקזיסטירט אין יאנואר ביז מערץ פארגאנגענע יאר ווען די ראטעס זענען נאך געווען ביי רעקארד נידריגע שטאפלען. פארן מיטלסטן האלב יאר (די ווארעמע חדשים פון אפריל ביז סעפטעמבער) גייט די מארד ראטע ווארשיינליך אראפגיין אין פארגלייך צו פארגאנגענע יאר. אפריל איז ארויף מיט 15%, מאי איז געווען אייניג צו 2020 און יוני איז דערווייל (ביז יוני 20) שארף אראפ פון לעצטע יאר. אין 2020 איז די טרענד געווען שארף ארויף פון מערץ-אפריל צו מאי-יוני, א טרענד וואס שפילט זיך דירעקט נישט איבער אין 2021. אויב, ווי איך ערווארט, וועלן מארדן זיין אראפ פארן גאנצן יאר וועט עס נישט זיין קיין חידוש –און אויך נישט קיין גרויסע עררייכונג– ווייל די פאקטארן וואס האבן צוגעברענגט אז לעצטע יאר אנגעהויבן אפריל זאל זיין ספעציעל שלעכט, האבן אנגעהויבן אוועקצוגיין און גייען פארזעצן אוועקצוגיין אין די צווייטע האלב יאר.

ביידע, פראגרעמינג און מחותן, זענען ראנג איבער פארברעכן אין אלגעמיין, חוץ מארדן. (און דאס איז פארוואס איך פאקוס אויף מארדן און נישט אויף פארברעכן אין אלגעמיין). פארברעכן זענען על פי רוב געפאלן, און גאנץ דראסטיש, אין 2020. פשוט צוליב דעם וואס מענטשן האבן פארברענגט ווייניגער צייט אינדרויסן פון שטוב וואס דאס האט פארמינערט די געלעגנהייט פאר איבערפאלן, רויבערייען, איינברעכערייען אד"ג (מיטן קענטליכן אויסנאם פון די ברייטפארשפרייטע פלינדערייען אין די צוויי וואכן נאך די דזשארדש פלאויד מארד, מאי 25).

image_search_1624922808986.png
image_search_1624922808986.png (85.77 KiB) געזען 1549 מאל

ס'איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז יאר איבער יאר איז פארברעכן שארף ארויף ווייל די בעיסליין, 2020, איז געווען ארטעפישילי נידריג ווען אלע פארברעכער און וויקטימס זענען געזעצן אויפן ריקליינער אויף פעטער שמואל'ס דאלער.

עניוועי, ווי שוין אויבן דערמאנט, די טרענדס אין די סיטי פאלגן נאך גרעסערע טרענדס נאציאנאל און די היגע באאמטע שפילן נישט מער ווי א קליינע ראלע.

crime-chart-theintercept.jpg
crime-chart-theintercept.jpg (72.9 KiB) געזען 1549 מאל
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מאנטאג יוני 28, 2021 8:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר. אוודאי דארף מען טון וואס מען קען קעגן די גאן עפידעמיע אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער דער מעיאר קען נישט צופיל העלפן אויף דעם פראבלעם.

ריכטיג, קריים איז דאון, עס איז אויפן וועג אראפ,
אבער שיסערייען איז ארויף, גניבות און וואנדעליזעם איז ארויף, שטעכערייען איז ארויף, און די גאסן זענענן ווייניגער סעיף...

וואס דער מעיאר קען טיען דערצו? דיפאנדן מער פאליס קען זיין א גיטע אנהייב, צונעמען פאליס גאנס וועט זיכער מאכען אז עס זאל זאל ווייניגער גאנס אויף די גאסן, און גענצליך עלעמענירען בעיל וועט אויך צוהעלפן.

איך כאפ נישט אינגאנצן וואס דו זאגסט, עס איז דא עפעס א ספעציעלע אויפשטייג אין שיסערייען, שטעכערייען, גניבות און וואנדאליזם? דו פארשטייסט מסתמא אז ניו יארק איז א שטאט מיט 8 מיליאן מענטשן וואו אזאלכע זאכן פאסירן כסדר, און דער ציל ווי אויך דער מבחן איז עס אראפ צו האלטן צו די ווייניגסטע וואס שייך.

ריכטיג ריכטיג, עס האט טאקע אויך פאסירט אינטער מעיאר דינקיס, אינטער מעיאר דע-בל-או-זא, און עס פאסירט אויך אינטער אנדערע לינקע פירשאפט ואס שטעלן די זיכערהייט טעמע אין די בעיק.... אויך ביסטו גערעכט אז דא איז נאך נישט אזוי שלעכט ווי אין טשיקאגו, עס איז נאר עטליכע חדשים פון דארט.

ניו סיטי האט געזען א מעסיגע רעדוקציע אין מארדן (און אין פארברעכנס) אונטער ביל דעבלאזיאו פון 2014 צו 2019 און אין אנהייב 2020 ביז אריין אין אפריל ווען מארדן איבערן לאנד האבן אנגעהויבן צו שטייגן צוליב קאוויד.
ניו יארק האט אויך געזען א רעדוקציע, כאטש א קליינע, אין דריי פון די פיר יאר אונטער מעיאר דינקינס –וואס האט, אגב, פארגרעסערט די ניו יארק פאליציי דעפארטמענט מיט 25%– פון 2,245 מארדן אין 1990 צו 1,946 אין 1994. די יאר וואס מארדן זענען ארויף איז געווען די ערשטע יאר וואס ער איז געווען א אפיס.
(גראדע טוען די מארד ראטעס אין די סיטי אלץ נאכפאלגן ברייטערע טרענדס אין פארברעכן און מארדן איבערן לאנד. אונטער דינקינס, דזשוליאני, בלומבערג און דעבלאזיאו, אריינגערעכנט די שטארקע שטייג פאראיאר.)

איבער די שטייגנדע מארדן אין די סיטי דאס יאר אין פארגלייך צו פארגאנגענע יאר, וואס איז אליין געווען א דראסטישע שפרונג פון 2019, איז וויכטיג דאס צו צעטיילן פער חודש. יאנואר און פעברואר 2020 האבן געהאט ווייניגער מארדן די זעלבע צוויי מאנאטן אין 2019. ביידע מיט בערך צוואנציג פראצענט אראפ. מערץ 2020 איז ארויף מיט 5%, אדער איין מארד, פון 2019.

מארדן אין די סיטי האבן ערנסט אנגעהויבן צו שטייגן אין אפריל און האט דערגרייכט א הויכפונקט אין יולי און אויגוסט (היסטאריש זענען די חדשים פון יוני-סעפטעמבער, די הייסטע חדשים, די טויטליכסטע פונעם יאר, איבערן גאנצן לאנד).

image_search_1624917791652.jpg

דאס אז מארדן זענען ארויף אין די ערשטע פאר חדשים אין 2021 איז נישט קיין גרויסע חידוש ווייל יעצט שפילן (נאך) געוויסע פאקטארן א ראלע וואס האבן נישט עקזיסטירט אין יאנואר ביז מערץ פארגאנגענע יאר ווען די ראטעס זענען נאך געווען ביי רעקארד נידריגע שטאפלען. פארן מיטלסטן האלב יאר (די ווארעמע חדשים פון אפריל ביז סעפטעמבער) גייט די מארד ראטע אראפג גיין אין פארגלייך צו פארגאנגענע יאר. אפריל איז ארויף מיט 15%, מאי איז געווען אייניג צו 2020 און יוני איז דערווייל (ביז יוני 20) שארף אראפ פון לעצטע יאר. אין 2020 איז די טרענד געווען שארף ארויף פון מערץ-אפריל צו מאי-יוני, א טרענד וואס שפילט זיך נישט איבער אין 2021. אויב, ווי איך ערווארט, וועלן מארדן זיין אראפ פארן גאנצן יאר וועט עס נישט זיין קיין חידוש –און אויך נישט קיין גרויסע עררייכונג– ווייל די פאקטארן וואס האבן צוגעברענגט אז לעצטע יאר זאל זיין ספעציעל שלעכט גייען פארזעצן אוועקצוגיין.

ביידע, פראגרעמינג און מחותן, זענען ראנג איבער פארברעכן אין אלגעמיין, חוץ מארדן. (און דאס איז פארוואס איך פאקוס אויף מארדן און נישט אויף פארברעכן אין אלגעמיין). פארברעכן זענען על פי רוב געפאלן, און גאנץ דראסטיש, אין 2020 פשוט צוליב דעם וואס מענטשן האבן פארברענגט ווייניגער צייט אינדרויסן פון שטוב וואס דאס האט פארמינערט די געלעגנהייט פאר איבערפאלן, רויבערייען, איינברעכערייען אד"ג (מיטן קענטליכן אויסנאם פון די ברייטפארשפרייטע פלינדערייען אין די צוויי וואכן נאך די דזשארדש פלאויד מארד, מאי 25).

image_search_1624922808986.png

ס'איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז יאר איבער יאר איז פארברעכן שארף ארויף ווייל די בעיסליין, 2020, איז געווען ארטעפישילי נידריג ווען אלע פארברעכער און וויקטימס זענען געזעצן אויפן ריקליינער אויף פעטער שמואל'ס דאלער.

עניוועי, ווי שוין אויבן דערמאנט, די טרענדס אין די סיטי פאלגן נאך גרעסערע טרענדס נאציאנאל און די היגע באאמטע שפילן נישט מער ווי א קליינע ראלע.

crime-chart-theintercept.jpg

מען האט נארוואס גענדיגט א "דעמעקראטישע" מעיאר פריימערי ווי די מעין פאוקס איז געווען איבער קריים, יעדער אין נ"י - אינקלאדינג ליבעראלן - איז אויפגערעגט אויף די הויכע קריים און אויף די נישט זיכערע ני"ס גאסן.

אבער דאס איז נישט צו קיין צירוק האלט פון מאכען שיינע גראפיקס צו ווייזען אז אויב קוקט מען נאר פון דינסטאג דרייע נאכמיטאג ביז פרייטיג פירע דאן איז קריים גאר געפאלן, און פון ר"ח ביז מיטוואך איז עס נאך נידעריגער...

העי, די גאסן אין די סיטי זענענן נישט סעיף, פאר מער אינפאו הער איבער די דיבאטעס פון די דעמעקראטישע מעיאר קאמפיין, אדער גיי ארויס אין די גאס און פרעג זיך נאך.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ס'בענקט זיך דיר די זיכערע גאסן פון לעצטע יאר ווען קריים איז געפאלן איבערן גאנצן לאנד צוליב לאקדאונס? (אנדערש ווי מארדן וואס זענען א זעלטנהייט אין די סיטי, ווייניגער ווי א מנין א וואך אין די ערגסטע יאר פון די לעצטע צען יאר, קומען פאר שווערע צענדליגע טויזנטער פארברעכן אין די סיטי יעדן איינציגסטן יאר.)
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

רבי שלמה, מאך גרעפיקס פון דא ביז קאנארסי, עס גייט נישט אפפרעגן דעם טרוקענעם פאקט וואס אונז אלע אין די סיטי קען מיר מעיד זיין.

עס איז אן אלטע אויסגעפריווטע טריק ווען עפעס א פאקט שמעקט נישט אז מען נעמט ארויס טשארט מיט גרעפיקס (מיט נאך אפאר עקספערטן) ביידען האט עס פראבירט ביים אימיגראנטען אויפשטייג אז עס האט "גארנישט" מיט זיין פאליסי עס האט מיט סיזענאל בלא בלא.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אה, זע איך יעצט גאר אז אונטער דינקיס איז אויך קריים געפאלן. ה' ישמרנו פון אזוינע סוקסעסן.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ס'בענקט זיך דיר די זיכערע גאסן פון לעצטע יאר ווען קריים איז געפאלן איבערן גאנצן לאנד צוליב לאקדאונס? (אנדערש ווי מארדן וואס זענען א זעלטנהייט אין די סיטי, ווייניגער ווי א מנין א וואך אין די ערגסטע יאר פון די לעצטע צען יאר, קומען פאר שווערע צענדליגע טויזנטער פארברעכן אין די סיטי יעדן איינציגסטן יאר.)

די משנה זאגט "אלמלא מוראה של מלכות" וכו'

מארדן איז אייביג געווען, אבער מוראה של מלכות איז געווען, סאו די קריימ'ס זענענן געווען ווייניגער, מער באהאלטען, ווייניגער בארבאריש, נישט אינמיטען טאג, נישט אין די ביזנעס גאסן, אא"וו

די ליבעראלן האבן אוועק גענימען די "מוראה של מלכות" זיי האבן אויסגעלערענט די גאסן יונגען נישט מורא צו האבן פון די פאליציי, און אויף דעם האט שוין די משנה געזאגט אז חיים בלעהו, און מיר זעען עס בחוש.
נודניק
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר.

סטאטיסטיקס צייגן

סטאטיסטיקס צייגן אז יעצט אכט אזייגער איז שטאק טינקל אויפן גאס,
סטאטיסטיקס צייגן אז היינט מאנטיג איז עכט דינסטיג,

סטאטיסטיקס צייגן
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מחותן האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ס'בענקט זיך דיר די זיכערע גאסן פון לעצטע יאר ווען קריים איז געפאלן איבערן גאנצן לאנד צוליב לאקדאונס? (אנדערש ווי מארדן וואס זענען א זעלטנהייט אין די סיטי, ווייניגער ווי א מנין א וואך אין די ערגסטע יאר פון די לעצטע צען יאר, קומען פאר שווערע צענדליגע טויזנטער פארברעכן אין די סיטי יעדן איינציגסטן יאר.)

די משנה זאגט "אלמלא מוראה של מלכות" וכו'

מארדן איז אייביג געווען, אבער מוראה של מלכות איז געווען, סאו די קריימ'ס זענענן געווען ווייניגער, מער באהאלטען, ווייניגער בארבאריש, נישט אינמיטען טאג, נישט אין די ביזנעס גאסן, אא"וו

די ליבעראלן האבן אוועק גענימען די "מוראה של מלכות" זיי האבן אויסגעלערענט די גאסן יונגען נישט מורא צו האבן פון די פאליציי, און אויף דעם האט שוין די משנה געזאגט אז חיים בלעהו, און מיר זעען עס בחוש.

דאס איז חוץ א מעשה וואס פאליציי איז ווייניגער אגרעסיוו אין רעספאנדן/נאכגיין/אנקלאגן פארברעכער צוליב סטיגמא און בעיל רעפארם וואס האט כמובן א השפעה אויף די סטאטיסטיקס און פאליציי רופן וכולי וכולי. תן לחכם ויחכם עוד.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

נודניק האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:קריים איז דוקא דאון דאס יאר קעגן פאריאר.

סטאטיסטיקס צייגן

סטאטיסטיקס צייגן אז יעצט אכט אזייגער איז שטאק טינקל אויפן גאס,
סטאטיסטיקס צייגן אז היינט מאנטיג איז עכט דינסטיג,

סטאטיסטיקס צייגן

עיין אשכול
viewtopic.php?f=6&t=48446
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

Borrower האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:פאר די אלע וואס פארשטייען נישט:

קריים איז אראפ, דאס מיינט אז אפילו מען שיסט, שיסט מען ווייניגער ווי פאראיאר.

ווען די זעהסט צו א פאברעך - צומביישפיל א גניבה - און די Sיטי וואלסטע רעפרטעד ?
איך נישט - ווייל "גארנישט" גייט געטון ווערן.

נעוואדע גייט פארברעכן אראפ - אידיטן אין סיטיהאלל

כהאב זייער ווינציג האופ אז עס וועט ווערן בעסער אונטער עדעמס - אדער סיי וועלעכע דום-אקראטן

דער אידיאט דום-ווייס-איך-וואס זענט איר. אז איר זעט עפעס גייט איר זיך נישט וואוסענדיג מאכן? אפילו אויב זיי גייען גארנישט טוהן אין יענע ספעציפישע פאל גייט עס אבער אריינגיין אינעם חשבון ארויפצוברענגען די אפיציעלע פארברעכנס ראטע, וואס דאס קען עווענטועל העלפן בעסער צו מאכן די מצב.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

חדשות האט געשריבן:

וואס האט א שפעקולאציע/טעאריע איבער א טרענד וואס איז נאך ניי און נישט אויסגעפרואווט צו טרוקענע סטאטיסטיקס פון https://compstat.nypdonline.org/2e5c3f4 ... 5c/view/90 וואס צייגט אז מארדן אין די לעצטע פיר וואכן איז אראפ מיט 26% פון 2020 בשעת אלע אנדערע פארברעכן קאטעגאריעס (אויסער burglary) איז ארויף, טייל שטארק ארויף?
פארוואס זאל ניפ"ד זאגן ליגנט און פארוואס זאלן זיי ווילן מאכן אן אויסנאם איבער מארדן?
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

און וויפיל מאל דארף מען איבערזאגן. קריים איז ארויף פון לעצטע יאר. און די סטאטיסטיקס צייגן אז קריים איז ארויף.
און דווקא מארדן, וואס דאס ווערט זיכער באריכטעט צו די אינסטאנץ, איז אראפ מיט איבער א פערטל פון 2020.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

הר גריזים האט געשריבן:אין 2019 האט נוא יארק סיטי געהאט 319 מערדערייען
אים 2020 איז געווען 462 מערדערייען
ארויף מיט 44%

אין אפריל 2020 איז געווען 38 מערדערייען
אין אפריל 2021 איז געווען 44

אין מעי זענען סיי אין 2020 און סיי 2021 געווען 37

איר ווייסט וויפיל אזוינע מארדן זענען פארגעקומען אין די "גוטע צייטן" פון וואס אייער_קיכל רעדט?

אין די יארן פון 2000 ביז 2010 איז דורכשניטליך געווען 570 מארדן א יאר!

און דא האמיר א שרעקליכע קריזיס וואס האט ארויפגעברענגט די ראטע מיט 44% אין איין יאר, און מיט דעם אינאיינעם איז עס ב"ה געווען ביי בלויז 462 (וואס איז אזויווי 435 פער יאר אין די 2000-2010 יארן צוליב די טויש אין באפעלקערונג).

און פאר די אלע וואס זאגן אז מ'באריכטעט נישט אלע פארברעכנס, גלייבטס מיר אז יעדע מארד איז רעקארדירט...
-
זע איך אז שלמה האקט.
לעצט פארראכטן דורך והיתם נקיים אום מאנטאג יוני 28, 2021 9:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

והיתם נקיים האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:פאר די אלע וואס פארשטייען נישט:

קריים איז אראפ, דאס מיינט אז אפילו מען שיסט, שיסט מען ווייניגער ווי פאראיאר.

ווען די זעהסט צו א פאברעך - צומביישפיל א גניבה - און די Sיטי וואלסטע רעפרטעד ?
איך נישט - ווייל "גארנישט" גייט געטון ווערן.

נעוואדע גייט פארברעכן אראפ - אידיטן אין סיטיהאלל

כהאב זייער ווינציג האופ אז עס וועט ווערן בעסער אונטער עדעמס - אדער סיי וועלעכע דום-אקראטן

דער אידיאט דום-ווייס-איך-וואס זענט איר. אז איר זעט עפעס גייט איר זיך נישט וואוסענדיג מאכן? אפילו אויב זיי גייען גארנישט טוהן אין יענע ספעציפישע פאל גייט עס אבער אריינגיין אינעם חשבון ארויפצוברענגען די אפיציעלע פארברעכנס ראטע, וואס דאס קען עווענטועל העלפן בעסער צו מאכן די מצב.

אז איר זעט עפעס גייט איר זיך נישט וואוסענדיג מאכן?
ניין (בדרך כלל)
דארפסט האבען א גיטע איבריגע שעה אדער מער, און נאכדעם האפן אז די ריפארט גייט אריין אין די סיסטעם
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די "גוטע צייטן" אין ניו יארק סיטי האט געזען בערך צוויי טויזנט, צוויי הונדערט און פופציג מארדן א יאר אין דינקינס' ערשטע יאר אין אפיס.

image_search_1624920606571.jpg
image_search_1624920606571.jpg (48.83 KiB) געזען 1378 מאל

די ניו יארק סיטי פארברעכן טרענד שפיגלט אפ די נאציאנאלע טרענד.

image_search_1624930899670.jpg
image_search_1624930899670.jpg (78.88 KiB) געזען 1378 מאל

און די שיסעריי טרענד אין ניו יארק סיטי אין 2020 ווס די פארגאנגענע פינף יאר. קענטליך די העכערונג אין שיסערייען אין די ווארעמערע מאנאטן ווען מענטשן פארברענגען מער צייט אינדרויסן, און די ריזיגע סורדזש אין מאי און יוני פארגאנגענע יאר.

image_search_1624931137809.png
image_search_1624931137809.png (69.04 KiB) געזען 1378 מאל
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

יישר כח האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:פאר די אלע וואס פארשטייען נישט:

קריים איז אראפ, דאס מיינט אז אפילו מען שיסט, שיסט מען ווייניגער ווי פאראיאר.

ווען די זעהסט צו א פאברעך - צומביישפיל א גניבה - און די Sיטי וואלסטע רעפרטעד ?
איך נישט - ווייל "גארנישט" גייט געטון ווערן.

נעוואדע גייט פארברעכן אראפ - אידיטן אין סיטיהאלל

כהאב זייער ווינציג האופ אז עס וועט ווערן בעסער אונטער עדעמס - אדער סיי וועלעכע דום-אקראטן

דער אידיאט דום-ווייס-איך-וואס זענט איר. אז איר זעט עפעס גייט איר זיך נישט וואוסענדיג מאכן? אפילו אויב זיי גייען גארנישט טוהן אין יענע ספעציפישע פאל גייט עס אבער אריינגיין אינעם חשבון ארויפצוברענגען די אפיציעלע פארברעכנס ראטע, וואס דאס קען עווענטועל העלפן בעסער צו מאכן די מצב.

אז איר זעט עפעס גייט איר זיך נישט וואוסענדיג מאכן?
ניין (בדרך כלל)
דארפסט האבען א גיטע איבריגע שעה אדער מער, און נאכדעם האפן אז די ריפארט גייט אריין אין די סיסטעם

מיר זעט נישט די מצב אויס אזוי געפערליך, אבער פון איינער וואס האלט אז ס'איז ממש נישט צום אויסהאלטן וואלט געווען ערווארטעט אז ער זאל כאטש טוהן די מינימום צו באריכטן ווי מער כדי אז די שרעקליכע מצב זאל ווערן רעקארדירט (וואס איז די בעסטע עצה פאר טויש).

עכ"פ צו שרייען אז זיי זענען אידיאטן און דום ווייל זיי שפילן ווי כאילו די נומערן זענען טאקע אזוי נידריג, און אין די זעלבע צייט זיך האלטן פאר פיל קלוגער און אליינס אוועקקוקן פון יעדע פארברעכן (אן צו טוהן די חלק וואס מ'קען), איז ווי צו האבן טענות אויף די עסקנים אז זיי טוען נישט גענוג אויף ווען מ'האלט זיך פאר די חכם מכל אדם ווען מ'איגנארירט זייערע רופן צו גיין שטימען...

נישט אז האלט ח"ו אז Borrower איז א נאר, בכלל נישט, און ווי דו זאגסט ריכטיג אז רוב מענטשן וואלטן אזוי געהאנדלט ווייל אזוי איז די באקוועמסטע, אבער איך האלט אז די שטאטישע טאאטעס זענען אויך נישט קיין נאראנים ווען זיי קוקן נאר אויף באריכטן, ווייל פון זייער זייט דארפן זיי נאר קוקן אויף דעם, און אז דו ווילסט אז זיי זאלן קוקן אויף מער זאכן דאן באריכט מער זאכן.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

והיתם נקיים האט געשריבן:
יישר כח האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:דער אידיאט דום-ווייס-איך-וואס זענט איר. אז איר זעט עפעס גייט איר זיך נישט וואוסענדיג מאכן? אפילו אויב זיי גייען גארנישט טוהן אין יענע ספעציפישע פאל גייט עס אבער אריינגיין אינעם חשבון ארויפצוברענגען די אפיציעלע פארברעכנס ראטע, וואס דאס קען עווענטועל העלפן בעסער צו מאכן די מצב.

אז איר זעט עפעס גייט איר זיך נישט וואוסענדיג מאכן?
ניין (בדרך כלל)
דארפסט האבען א גיטע איבריגע שעה אדער מער, און נאכדעם האפן אז די ריפארט גייט אריין אין די סיסטעם

מיר זעט נישט די מצב אויס אזוי געפערליך, אבער פון איינער וואס האלט אז ס'איז ממש נישט צום אויסהאלטן וואלט געווען ערווארטעט אז ער זאל כאטש טוהן די מינימום צו באריכטן ווי מער כדי אז די שרעקליכע מצב זאל ווערן רעקארדירט (וואס איז די בעסטע עצה פאר טויש).

עכ"פ צו שרייען אז זיי זענען אידיאטן און דום ווייל זיי שפילן ווי כאילו די נומערן זענען טאקע אזוי נידריג, און אין די זעלבע צייט זיך האלטן פאר פיל קלוגער און אליינס אוועקקוקן פון יעדע פארברעכן (אן צו טוהן די חלק וואס מ'קען), איז ווי צו האבן טענות אויף די עסקנים אז זיי טוען נישט גענוג אויף ווען מ'האלט זיך פאר די חכם מכל אדם ווען מ'איגנארירט זייערע רופן צו גיין שטימען...

נישט אז האלט ח"ו אז Borrower איז א נאר, בכלל נישט, און ווי דו זאגסט ריכטיג אז רוב מענטשן וואלטן אזוי געהאנדלט ווייל אזוי איז די באקוועמסטע, אבער איך האלט אז די שטאטישע טאאטעס זענען אויך נישט קיין נאראנים ווען זיי קוקן נאר אויף באריכטן, ווייל פון זייער זייט דארפן זיי נאר קוקן אויף דעם, און אז דו ווילסט אז זיי זאלן קוקן אויף מער זאכן דאן באריכט מער זאכן.

די שטאטישע טאאטעס מאכן זיכער צו לאזן ווארטען די וואס ווילען ריפארטען אזוי אז קיינער זאל נישט וועלען, אין אפילו איינער האט שוין יא מחליט געווען צו רופן פאליס זאל ער אויפגעבען אין מיטן ווארטען
אין אזוי פאלט קריים
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

שלמה, דו ביסט מיט מיר. קריים איז ארויף. א שטארקע אויפשטייג, ספעציעל אין שיסערייען, מערדעריי און ראסיסטישע איבערפעלער. און דאס זאגט דער קעפל.

דו ביסט מסביר ס׳איז קאוויד וואס האט דאס גורם געווען? און וואס מיינסטע צו זאגן דערמיט, אז טראמפ מיט דעסענטיס זענען גערעכט געווען אלל עקראס דעם קריזיס? נו, איך קען אויך האלטן אזוי. דאס איז אבער נישט די נושא דא.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

קריים, אויסער מארדן, זענען שטארק אראפ אונטער די לאקדאונס. דאס מיינט אז מען דארף דאס איינפירן אויף אייביג.

איי, מארדן זענען יא ארויף, מיט כמעט האלב? מען קען נישט צולאזן אז די רפואה זאל זיין ערגער ווי די מכה, ווי דיסאנטיס גלייכט צו זאגן.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

דא האבן ענק א גראף פון ניו יארק סיטי מארדן פער 100,00 מעטשן.

באמערקטס ווי 2020 איז געווען פיל ערגער ווי די (דעבלאזיאו) יארן בעפאר, אבער גאר גוט קעגן די פריערדיגע "גוטע צייטן" נאך די מלאך מושיע דזשוליאני.

(און אגב, מ'קען אויך טרעפן אשכולות פון 2019 וואס ברענגט ארויס ווי געפערליך די מצב איז דאן געווען...)

Capture.PNG
Capture.PNG (24.8 KiB) געזען 1291 מאל

אבער דער עולם וואס בענקט זיך נאך צען יאר צוריק, וואונדערט זיך נאך פארוואס מ'דארף קוקן אויף סטאטיסטיקס ווען מ'זעט זאכן מיט די פליישיגע אויגן...
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

Homicides and shootings in New York City rose sharply in 2020, New York Police Department officials said Thursday, as police resources were stretched thin by the Covid-19 pandemic and responses to large-scale protests over the killing of George Floyd

The number of murders in the city rose to 462 last year, up nearly 45% from 319 in 2019, according to the NYPD. The increase accompanied a steep rise in gun violence more intense than any seen in the previous 20 years, according to police statistics

The city recorded 1,531 shootings in 2020, 97% more than the 777 in 2019. Data showed the number of shooting victims in the city more than doubled to 1,868 in 2020 from 923 in 2019. The number of shooting victims exceeds the number of shootings because multiple people may be shot in a single incident

Overall serious crime in the city fell nearly 1% compared with 2019, NYPD data showed, driven by a steep decline in the number of grand larcenies reported
to police. Of the seven index crimes tracked by the NYPD, grand larceny is the largest category with the highest number of incidents.

און

https://www1.nyc.gov/site/nypd/news/pr0 ... s-may-2021
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

והיתם נקיים האט געשריבן:דא האבן ענק א גראף פון ניו יארק סיטי מארדן פער 100,00 מעטשן.

כמה תשובות לדבר.
די נומבער פון מענטשען אין ני"ס מיט מיליאנען undocumented אימיגראנטען איז נישט מעגליך צו וויסען און דעריבער קען מען דרייען מיט די נומבערס וויאזוי סקומט אויס בעסער. נישטא א וועג צו פראווען ראנג אר רייט.

מעגליך אז מארדן איז אראפ אבער דרייסטע שיסערען אינמיטען העלען טאג איז ארויף.

קריים בכללית איז זיכער ארויף פי כמה, נישט א שאלה אפילו. איי די סטאטיסטיקס? סטאטיסטיקס אויף א broad category (נישט אויף א ספעציפשע זאך וואס האט איין נומבער ווי צב"ש מארדען אדער וויפעל פארקינג טיקעטס מהאט געטיילט) קען מען דרייען וויאזוי ספעלט זיך נאר אויס.
וואס מיינט א קריים? נאר א פעלאני אדער אויך מיסדעמינאר? אויב א רוצח האט אנגעראצחעט 10 מענטשען אויף די טרעין במשך דריי טעג, 4 האט מען אפגעפירט און שפיטאל, איז עס איין קריים? דריי? פיר? צען?

און די גרעסטע פאקטאר איז מעגליך אין וויפעל קריים ווערט ריפארטעד צו די פאליס און אויך וויפעל קריים די פאליס באשליסט צו קלעסיפייען אלס א קריים!

ווער סהאט נאר אמאל געטרייט צו ריפארטען עפעס אין ני"ס
ווייסט אז צו ריפארטען עפעס דארפסטו זיין גרייט אוועצוגעבן ביז דריי שעה אז פאליס זאל בכלל אנקומען! און דערנאך קומט נאך צו אז יעדער ווייסט אז אפילו נאכן ווארטן און פיילן א ריפארט ווערט עס אפי"ר סתם געפיילט און די קעבעניט (חוץ פאר א מעידשער קריים) און אפילו אויב כאפט מען דעם פארברעכער איז קאמאן נאלעדש אז מיט די בעיל ריפארם איז ער גלייך אינדרויסען.
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

והיתם נקיים האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:אין 2019 האט נוא יארק סיטי געהאט 319 מערדערייען
אים 2020 איז געווען 462 מערדערייען
ארויף מיט 44%

אין אפריל 2020 איז געווען 38 מערדערייען
אין אפריל 2021 איז געווען 44

אין מעי זענען סיי אין 2020 און סיי 2021 געווען 37

איר ווייסט וויפיל אזוינע מארדן זענען פארגעקומען אין די "גוטע צייטן" פון וואס אייער_קיכל רעדט?

אין די יארן פון 2000 ביז 2010 איז דורכשניטליך געווען 570 מארדן א יאר!

און דא האמיר א שרעקליכע קריזיס וואס האט ארויפגעברענגט די ראטע מיט 44% אין איין יאר, און מיט דעם אינאיינעם איז עס ב"ה געווען ביי בלויז 462 (וואס איז אזויווי 435 פער יאר אין די 2000-2010 יארן צוליב די טויש אין באפעלקערונג).

און פאר די אלע וואס זאגן אז מ'באריכטעט נישט אלע פארברעכנס, גלייבטס מיר אז יעדע מארד איז רעקארדירט...
-
זע איך אז שלמה האקט.

האסט מיר געזען ערגעץ רעדן פון מערדערייען?

אלעס ביז מערדערייען איז טאטעלי אקעי?

איך האב גערעדט פון די שרעקליכע געזעצלאזיקייט און הפקירות וואס הערשט אין די גאסן לעצטענס און ווערט בלויז ערגער מיט יעדע פארבייגייענדע טאג

די פאליציי שטייט מאכטלאז ווייל זייערע הענט זענען געבינדן

ואנו אין לנו להישען אלא על אבינו שבשמים
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: זעקת נאו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

דאס חוץ א מעשה אז מערדערייען און שיסערייען זענען צוויי עקסטערע סטאטיסטיקס.

א מארד איז ווען דיר געשאסענער איז געשטארבן. משא"כ ווען דיר געשאסענער איז נאר פארוואנדעט געווארן, קען אפילו בלייבן אן אינוואליד פארן גאנצן לעבן. אדער קיינער איז נישט געטראפן געווארן אין די שיסעריי (א דורכפאל)

קען איינער אהערברענגן די סטאטיסטיקס פון שיסערייען אין די גרעיטעסט סיטי אן די ווארלד?

וואס מיר האבן געטראפן איז אזוי.
אין אפריל 2020. 56 שיסערייען. אין אפריל 2021. 149
אין מאי 2020. 100 שיסערייען. אין מאי 2021. 173

אנדערע פארברעכענס. ווי גנבענען הנקרא גרענד לארסעני איז אויכעט זייער שטארק געשטיגן. אנדערע פארברעכענס וואס מקען נישט נאכברענגן. זענען שרעקליך געשטיגן
Liberalism is a mental disorder
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”