פארברעכנס און מערדערייען אין ניו יארק סיטי

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

IMBZ האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ששש, נישט אויסזאגן פאר קיינעם, דער בלאזעראו קען נאך געוואר ווערן.

ס'נישט מסיג צו זיין ווי שטארק שלמה גייט פארענטפערן די ליבערלען..
וואס פונקטליך וויל ער דא לייקענען ווען יעדער פו ןאונז זעהט עס יעדן טאג, + באריכטן יעדע פאר טעג ווי שטארק די קריים איז ארויף אבער ניין ער גייט זיכן און אלע לינקע צייטונגען אפשר איז דא עפעס צו פארווישן...
#שמעק די קאפי

איך פארענטפער נישט קיינעם און איך לייקן נישט גארנישט.

איך וויל פשוט אפשלאגן די דורכאויס פאלשע בליק וואס שרייענדיגע ניו יארק פאוסט דעקלעך און קאנטעקסט-לאזע סאציאלע מידיע מיעמס געבן אז ניו יארק סיטי האט א הויכע פארברעכנס ראטע און אז פארברעכנס אין די סיטי איז געשטיגן מער ווי אין אנדערע סיטיס צוליב די ליבעראלע דיבלאזירא פירערשאפט.

ס'איז ריכטיג אז פארברעכן אין די סיטי, מיטן אויסנאם פון מארדן, זענען געשטיגן דאס יאר, עפעס וואס איך האב שוין "מודא" געווען אין דאזיגן שנירל א האלב מנין מאל איבער די לעצטע חדשים. אבער עס איז אויך ריכטיג אז א גרויסע טייל פון די וואוקס איז צו פארדאנקן די עפידעמיע-פארבינדענע טראסק אין פארברעכנס אין די סיטי אין 2020. (מארדן, ווי שוין געשריבן דא עטליכע מאל, איז געפאלן דאס יאר אין פארגלייך צו 2020, אבער אויך נאר צו פארדאנקן די שטארקע אויפשטייג אין מארדן אין 2020).

סך הכל, ניו יארק סיטי איז פון די סאמע פארזיכערסטע גרויסע סיטיס אין די פאראייניגטע שטאטן. דאס איז די מציאות יעצט, איז שוין אזוי פאר לאנגע יארן און וועט האפנטליך ווייטער זיין אזוי אונטער דעם נייעם מעיאר עדעמס, אי"ה.

אויב מיינט איר אז דאס איז פשוט ווייל מען באריכט נישט קיין קריים אין די סיטי, דאן קען מען קוקן אויף מארדן, וואס דאס ווערט זיכער באריכטעט, און פארגלייכן ניו יארק סיטי צו סיי וועלכע גרויסע סיטי איבער די פאראייניגטע שטאטן.

נאט אייך א קורצע ליסטע פון פארברעכנס אין וויליאמסבורג אין די לעצטע 4 טעג
Capture.JPG

פארברעכנס פאלט ! (???) זאג עס נאך איינמאל אין כ'לאז דיר אראפ א פראסק (לשון של אחד מן האונטער'ס..)

איז דעיס א אימעיל? וויאזוי באקומסטו עס?

https://bit.ly/twittertoemail
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

קומט זיך דיר א גוטע פליק פאר דיין אראגאנץ און קינדישקייט.
ליין וואס דו ציטירט פאר דו סטראשעסט מיט פעטש.

אגב, דיין מעכטיגע שאמראם קאנעקשנס צייגט נישט אז פארברעכן שטייגט אין וויליאמסבורג, שוין אפגערעדט סיטיווייד, פון וואס די רעדע איז.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

האפנטליך קעמען שליסן די געהענגל - מיט א עדעמס אדמין אויפן האריזאנט.
בלייבט איבער צו זעהן אויב עדעמס געדענקט היינט נאך אז ער איז א געוועזענער פאליסמען
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

מארדן איבערן סיטי איז געפאלן מיט צוואנציג פראצענט פארן וואך, אין פארגלייך צו לעצטע יאר. פארן חודש איז דאס אראפ מיט ניינצן פראצענט און פארן יאר, דערווייל, איז דאס אראפ מיט צוויי פראצענט.

IMG_20211103_095125.jpg
IMG_20211103_095125.jpg (203.88 KiB) געזען 2148 מאל

https://compstat.nypdonline.org/2e5c3f4 ... 5c/view/90

ערנסטע פארברעכנס איז געשטיגן פארן וואך מיט צען א האלב פראצענט פון 2020. מיט איבער צוועלף פראצענט פארן פארלאפענעם חודש און פארן יאר ביז היינט איז ערנסטע פארברעכנס ארויף אביסל מער ווי איין פראצענט העכער ווי 2020.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:מארדן איבערן סיטי איז געפאלן מיט צוואנציג פראצענט פארן וואך, אין פארגלייך צו לעצטע יאר. פארן חודש איז דאס אראפ מיט ניינצן פראצענט און פארן יאר, דערווייל, איז דאס אראפ מיט צוויי פראצענט.

IMG_20211103_095125.jpg

https://compstat.nypdonline.org/2e5c3f4 ... 5c/view/90

ערנסטע פארברעכנס איז געשטיגן פארן וואך מיט צען א האלב פראצענט פון 2020. מיט איבער צוועלף פראצענט פארן פארלאפענעם חודש און פארן יאר ביז היינט איז ערנסטע פארברעכנס ארויף אביסל מער ווי איין פראצענט העכער ווי 2020.

שאפ-ליפטינג נישט אריינגערעכענט
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ווענדט זיך אויפן סכום צי עס ווערט אריינגערעכנט אין ערנסטע פארברעכנס (גרענד לארסעני) צי נישט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

די פאליציי איז מער באגלייבט ווי שומרים, איך הער!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

Borrower האט געשריבן:האפנטליך קעמען שליסן די געהענגל - מיט א עדעמס אדמין אויפן האריזאנט.
בלייבט איבער צו זעהן אויב עדעמס געדענקט היינט נאך אז ער איז א געוועזענער פאליסמען

געזאגט האט ער אז ער גייט זיין ווי דינקינס (גאט זאל אפהיטן)
אויב יא דארפן מיר דא סאליווע מיט די גארדן ענגעלס 24 7...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

eller האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:האפנטליך קעמען שליסן די געהענגל - מיט א עדעמס אדמין אויפן האריזאנט.
בלייבט איבער צו זעהן אויב עדעמס געדענקט היינט נאך אז ער איז א געוועזענער פאליסמען

געזאגט האט ער אז ער גייט זיין ווי דינקינס (גאט זאל אפהיטן)
אויב יא דארפן מיר דא סאליווע מיט די גארדן ענגעלס 24 7...

דאס האט סוליווע ימש"ו געזאגט ביי די לעצטע דעבאטע, עדעמס האט געזאגט אז ער וועט גיין אין די פיסטריט פון דינקיס אין זיינע לעצטע מאנאטן און נעמען א קאמישענער ווי ביל ברעטאן וועלכע האט סוקסעספול אראפגעברענגט קריים אין די לעצטע מאנאטן פון דינקיס און איז געווען גאר א געלונגענע קאמישענער אויך אינטער בלומבערג - די ווערטער פון עדעמס זענען פארשפרייט געווארן געשניטערנערהייט אין די פריימערי דורך די דעמאלטסדיגע יענג שטיצער - אבער סוליווע ימש"ו האט קלאר געזאגט ביי די דעבאטע אז ער גייט זיין ווי דינקיס
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

האמיסיידס געשניטן אויף האלב פארן וואך, מיט א דריטל פארן חודש. 2.4- פארן יאר דערווייל.
אטעטשמענטס
Screenshot_20211109-204138.jpg
Screenshot_20211109-204138.jpg (460.51 KiB) געזען 1903 מאל
Screenshot_20211109-204205.jpg
Screenshot_20211109-204205.jpg (462.04 KiB) געזען 1903 מאל
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

אינטערוויו: "פלעטבוש שומרים זוכט וואלאנטירן", צום ערשטן מאל אין די לעצטע 24 יאר זייט פלעטבוש שומרים איז געגרינדעט געווארן מאכט מען א קאמפיין צוליב מאנגל אין וואלאנטירן

https://www.yiddish24.com/interviews/12/50069
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

yid האט געשריבן:אינטערוויו: "פלעטבוש שומרים זוכט וואלאנטירן", צום ערשטן מאל אין די לעצטע 24 יאר זייט פלעטבוש שומרים איז געגרינדעט געווארן מאכט מען א קאמפיין צוליב מאנגל אין וואלאנטירן

https://www.yiddish24.com/interviews/12/50069

אנעמפלוימענט?
שויתי ה' לנגדי תמיד
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

Goodmorning האט געשריבן:
yid האט געשריבן:אינטערוויו: "פלעטבוש שומרים זוכט וואלאנטירן", צום ערשטן מאל אין די לעצטע 24 יאר זייט פלעטבוש שומרים איז געגרינדעט געווארן מאכט מען א קאמפיין צוליב מאנגל אין וואלאנטירן

https://www.yiddish24.com/interviews/12/50069

אנעמפלוימענט?

no, because their is a rise in crime in the city
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

eller האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1WUuCMS_K2tHoZXwPg7-foEUfi-MDLJE2/view?usp=sharing

זיי כאפן אריין ווילאנג דער בהמה טוט גארנישט. איך האף דער נייער וועט יא טוהן
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

eller האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1WUuCMS_K2tHoZXwPg7-foEUfi-MDLJE2/view?usp=sharing

וואס גייט דא פאר?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פרישע קוגל האט געשריבן:
eller האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1WUuCMS_K2tHoZXwPg7-foEUfi-MDLJE2/view?usp=sharing

וואס גייט דא פאר?

נישט געהאט וואס צו טון אין די לאנגע מוצאי שבת...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
eller האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1WUuCMS_K2tHoZXwPg7-foEUfi-MDLJE2/view?usp=sharing

זיי כאפן אריין ווילאנג דער בהמה טוט גארנישט. איך האף דער נייער וועט יא טוהן

פאריקט אויף טויזנט.

דער נייער וואלט דא גארנישט געטון - ווייל וואס איז דא אומלעגאל ???

בכלל איז מיין מייננונג אז היות ער חלומט אויך פון א העכערע בענקל ווי מעיאר פון ני"ס גייט ער זיין ליבעראל געשטימט. חו אויב דעבלאזיא וועט כאפן איינס אין א גוטס אויפן וועג לויפנדיג קיין אלבאני וואס דאס וועט איבערצייגן עדעמס אז גיין לינק איז קיין וועג.
הלוואכ בינעך Wראנג
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

Borrower האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
eller האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1WUuCMS_K2tHoZXwPg7-foEUfi-MDLJE2/view?usp=sharing

זיי כאפן אריין ווילאנג דער בהמה טוט גארנישט. איך האף דער נייער וועט יא טוהן

פאריקט אויף טויזנט.

דער נייער וואלט דא גארנישט געטון - ווייל וואס איז דא אומלעגאל ???

בכלל איז מיין מייננונג אז היות ער חלומט אויך פון א העכערע בענקל ווי מעיאר פון ני"ס גייט ער זיין ליבעראל געשטימט. חו אויב דעבלאזיא וועט כאפן איינס אין א גוטס אויפן וועג לויפנדיג קיין אלבאני וואס דאס וועט איבערצייגן עדעמס אז גיין לינק איז קיין וועג.
הלוואכ בינעך Wראנג

וואס הייסט וואס דא איז אומלעגאל? אפשטעלן א הייוועי? א טיקעט פאר שטערן טרעפיק איז עס זיכער.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
eller האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1WUuCMS_K2tHoZXwPg7-foEUfi-MDLJE2/view?usp=sharing

זיי כאפן אריין ווילאנג דער בהמה טוט גארנישט. איך האף דער נייער וועט יא טוהן

פאריקט אויף טויזנט.

דער נייער וואלט דא גארנישט געטון - ווייל וואס איז דא אומלעגאל ???

בכלל איז מיין מייננונג אז היות ער חלומט אויך פון א העכערע בענקל ווי מעיאר פון ני"ס גייט ער זיין ליבעראל געשטימט. חו אויב דעבלאזיא וועט כאפן איינס אין א גוטס אויפן וועג לויפנדיג קיין אלבאני וואס דאס וועט איבערצייגן עדעמס אז גיין לינק איז קיין וועג.
הלוואכ בינעך Wראנג

וואס הייסט וואס דא איז אומלעגאל? אפשטעלן א הייוועי? א טיקעט פאר שטערן טרעפיק איז עס זיכער.

אהה. כבין מיט דיר - רעקלעס דרייווינג וכו'
די בלמ ריאטירער האבן אויך געטוהן "עפעס" אומלעגאל און די שטאט האט קיינעם געקלאגט.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

וואס מיינט שאפ ליפטינג איז מער נישט קיין פארברעכן? איך קען אריינגיין אין האום דיפאו און ארויסנעמען וואס אימער עס שמעקט מיר אן קיין קאנצעקווענצן?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
eller האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1WUuCMS_K2tHoZXwPg7-foEUfi-MDLJE2/view?usp=sharing

זיי כאפן אריין ווילאנג דער בהמה טוט גארנישט. איך האף דער נייער וועט יא טוהן

פון זיין טאון וואס ער שטעלט אראפ (לאו דוקא אין דעיט טוויט) זעהט גראדע אויס ווו ער איז דערביי צו נעמען דעם באַטש אין די האנט אריין.

וניס׳קא ונראה.
אטעטשמענטס
A85D8A64-B779-41BF-A843-781C8B89CE82.jpeg
A85D8A64-B779-41BF-A843-781C8B89CE82.jpeg (150.11 KiB) געזען 1310 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
eller האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1WUuCMS_K2tHoZXwPg7-foEUfi-MDLJE2/view?usp=sharing

זיי כאפן אריין ווילאנג דער בהמה טוט גארנישט. איך האף דער נייער וועט יא טוהן

פון זיין טאון וואס ער שטעלט אראפ (לאו דוקא אין דעיט טוויט) זעהט גראדע אויס ווו ער איז דערביי צו נעמען דעם באַטש אין די האנט אריין.

וניס׳קא ונראה.

ונזכה ונראה - הלוואי.
סדא א טשאנס ווייל דער חאלאמאק האט פארגעסן צו באדעקן דאס פארצעף זיינעם מיטן מאסק
לעצט פארראכטן דורך Borrower אום מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

eller האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1WUuCMS_K2tHoZXwPg7-foEUfi-MDLJE2/view?usp=sharing

כ'האב געזען די צייכענעס אויפן ראוד, געטראכט ווער האט נעבעך דא געספינט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: זעקת ניו יארק סיטי כי רבה - שטארק פארמערטע פארברעכנס אין ני"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

BREAKING: A frum Flatbush woman was the victim of a strong-arm robbery at around 6 pm Tuesday evening.

Highly credible sources tell YWN that the middle-aged woman had just left the Chase Bank at Coney Island Ave. and Ave. V when she was approached by a Hispanic male who threw her to the ground, grabbed her pocketbook containing $5,200 in cash she had just withdrawn, and fled.

FULL STORY ON YWN
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”