פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

פלען בי אלערט!

די נאכט איז פאראיבער און מאיא וויילי איז אין די פארמעסט, נקודה!

א אפענע בקשה צו עסקנים, וויילי האט שטארקע מעגליכקייט צו פירן ניו יארק סיטי די קומענדיגע יאר, ביטע נישט אויסשטרעקן שפיזן אקעגן איר, אויב זי געוואונט (איך שרייב נישט 'חלילה', ווייל אלעס איז שרעק המדומה) גייט מען דארפן א פלאן וויאזוי צו האנדלן מיטן נייעם מעיאר, האט שכל און האנדלט מיט זיידענע הענטשוך, מיר זאלן נישט זיין צועקים לשעבר.

רעדט אייך דורך מיט באזעצענע רבנים בעלי דעת וויאזוי מדארף האנדלן די מצב, ביטע נעמט עס נישט פאר לייכט, די מאיאר האט גאר שטארקע כוחות, און פייטן סיטי האלל קען מען נישט.

נאך היינט ביינאכט נעמט אייך צוזאם און פלאנט א מהלך, סאיז נישט גרינג, אבער זיכער טארן אינגע בלוט נישט שולט זיין אויפן ציבור, מדארף שוקל זיין אויב א יעדע אומאחריותדיגע שריט אקעגן ווילי וועט ווערן גענוצט א קעגן די גאנצע היימישע ציבור, וואס קען שאטן סיי לגבי חינוך, סיי כלפי אנדערע מציצה, אדער אנדערע וויכטיגע אישור וואס איז נוגע פארן ציבור.

אקעי, בזה יצאתי ידי חובתי, און האפענטליך וועט אנקומען צו די ריכטיגע אויערן (אויגן).
#בשיטה נישט
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

גערעדט יעצט מיט פירענדע עסקנים און זיי נעמען זייער ערנסט דיין תגובה.
מנחה גדולה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 4:36 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחה גדולה »

שמערלער האט געשריבן:גערעדט יעצט מיט פירענדע עסקנים און זיי נעמען זייער ערנסט דיין תגובה.

:lol:
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

וויילי איז נישט קיין טעראריסט אדער דעספאט. דער עולם דא איז נאך צו שטארק אונטער די איינפלוס פון טראמפ. (אויך, אויב בלייבט זי די לעצטע אינעם פארמעסט קעגן עדעמס האט זי בלויז ארום 5% שאנס עס צו מאכן. קענסט זיין רואיג.)
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויילי איז נישט קיין טעראריסט אדער דעספאט. דער עולם דא איז נאך צו שטארק אונטער די איינפלוס פון טראמפ. (אויך, אויב בלייבט זי די לעצטע אינעם פארמעסט קעגן עדעמס האט זי בלויז ארום 5% שאנס עס צו מאכן. קענסט זיין רואיג.)

אוועקנעמען גאנס פון פאליס אין א שטאט ווי nyc איז טעראריזם.

(סארי פאר אריינגיין אין די טענה'ריי, דו האסט אנגעהויבן...)
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:

איך האלט נישט אז מען דארף אוועק נעמען גאנס, אבער איך זעה אז דו ביסט אויסגעקאכט אין דעם נושא, וויאזוי ארבעט עס אין לאנדאן, אז פאליציי האבן נישט קיין גאנס דארט?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

דארף מען רעדן מיט יענגן
machal האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם אויב געווינט וויילי וואלט געווען א גיטע געדאנק אז יענג זאל לויפן אויף א דריטע פארטיי
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

בעריש'ל האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויילי איז נישט קיין טעראריסט אדער דעספאט. דער עולם דא איז נאך צו שטארק אונטער די איינפלוס פון טראמפ. (אויך, אויב בלייבט זי די לעצטע אינעם פארמעסט קעגן עדעמס האט זי בלויז ארום 5% שאנס עס צו מאכן. קענסט זיין רואיג.)

אוועקנעמען גאנס פון פאליס אין א שטאט ווי nyc איז טעראריזם.

(סארי פאר אריינגיין אין די טענה'ריי, דו האסט אנגעהויבן...)

איך האלט נישט אז מען דארף אוועק נעמען גאנס, אבער איך זעה אז דו ביסט אויסגעקאכט אין דעם נושא, וויאזוי ארבעט עס אין לאנדאן, אז פאליציי האבן נישט קיין גאנס דארט?

איך בין גראדע נישט אזוי אויסגעקאכט, איך זעה אבער אז דו ביסט היפש באהאוונט, לאמיר דיר פרעגן לאנדאן האט אזא קריים ווי nyc?
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

תגובה דורך Programming »

אוודאי נישט! די פאליציי האט דאך נישט קיין גאנס דארט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דער ביטערער מציאות איז פארשטייט זיך אז צוליב די אמעריקאנער גאן מחלה איז די קריים ראטע אזוי הויך
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

בן טוב האט געשריבן:דארף מען רעדן מיט יענגן
machal האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם אויב געווינט וויילי וואלט געווען א גיטע געדאנק אז יענג זאל לויפן אויף א דריטע פארטיי

יענג, ווער איז דאס?
דער וואס איז אריינגעקומען נומער פיר אין א פינף שפיצן פארמעסט?
קאם אן מען!
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

Programming האט געשריבן:אוודאי נישט! די פאליציי האט דאך נישט קיין גאנס דארט

איך מיין צוזאגן אז דארט האסטו נישט אזויפיהל האומלעסס און צורידערטע ווי דא.
לעצט פארראכטן דורך הערינג מיט ברוינפען אום דינסטאג יוני 22, 2021 11:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Programming האט געשריבן:דער ביטערער מציאות איז פארשטייט זיך אז צוליב די אמעריקאנער גאן מחלה איז די קריים ראטע אזוי הויך

איך זאג אייביג אז מען קען נישט זיין פרא פאליס אן שטיצן שטרענגע קאן קאנטראל געזעצן.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

.
לעצט פארראכטן דורך Programming אום דינסטאג יוני 22, 2021 11:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אוודאי נישט! די פאליציי האט דאך נישט קיין גאנס דארט

איך מיין צוזאגן אז דארט האסטו נישט אזויפיהל האומלעסס און צורידערטע (לייען: ש') ווי דא.

אקעי.. יעצט ביסטו שוין אויכעט א ראסיסט..

---

ערנסט גערעדט, ווי קומט דאס פאליציי האבן געווער צו די המון עם'ס פארמאגן געווער? אין לאנדאן איז בכלל דא ווייניגער וואפן..

אגב, אני הקטן בין פולי אין סופארט פון וואפן רעכטן, נישט בחינם איז וואפן רעכטן די ערשטע אויף אלעקסיי נעוואלני'ס ליסטע... זיצן זיך די ענטייטלד ליבעראלן על סיר הבשר און נעמען דאס פרייהייט פאר גרענטעד ווי כאילו סקומט אזוי

עניוועי
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום דינסטאג יוני 22, 2021 11:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

Programming האט געשריבן:דער ביטערער מציאות איז פארשטייט זיך אז צוליב די אמעריקאנער גאן מחלה איז די קריים ראטע אזוי הויך

נישט קיין חילוק צו איך בין מסכים מיט דיר, אבער זי לופט אין א שטאט אין דעים גאן קראנקע אמעריקע , אדערווייל ,סאו ווי גאט עי פראבלעם ,
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

מסתמא האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אוודאי נישט! די פאליציי האט דאך נישט קיין גאנס דארט

איך מיין צוזאגן אז דארט האסטו נישט אזויפיהל האומלעסס און צורידערטע (לייען: ש') ווי דא.

אקעי.. יעצט ביסטו שוין אויכעט א ראסיסט..

---

ערנסט גערעדט, ווי קומט דאס פאליציי האבן געווער צו די המון עם'ס פארמאגן געווער? אין לאנדאן איז בכלל דא ווייניגער וואפן..

אגב, אני הקטן בין פולי אין סופארט פון וואפן רעכטן, נישט בחינם איז וואפן רעכטן די ערשטע אויף אלעקסיי נעוואלני'ס ליסטע... זיצן זיך די ענטייטלד ליבעראלן על סיר הבשר און נעמען דאס פרייהייט פאר גרענטעד ווי כאילו סקומט אזוי

עניוועי

הייסט ווען דער עולם האט גאנס וואלטן זיי געקענט זיך קעגן שטעלן פוטין? פארקויף א צווייטן די שטותים.

בכלל, פארוואס ברענגסטו רוסלאנד פאר א משל? איך ברענג די גאנצע מערב וועלט פאר א משל אז א מיעוט פון גאנס ברענגט נישט קיין פאשיסטן אין גאווערנמענט, און עס רעדוצירט נאר גאן וויילענס.

דא אין דעם אנגעפילטע לאנד מיט גאנס האט לעצטנס כמעט איינער אומגעווארפן דעם גאווערנמענט.

אגב, איך רוף נישט פרייהייט א לאנד וואס 50 סענאטארן רעפרעזענטירן 43 מיליאן מענטשן מער ווי די אנדערע 50
אויך מיר פרייהייט….
לעצט פארראכטן דורך בעריש'ל אום דינסטאג יוני 22, 2021 11:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויילי איז נישט קיין טעראריסט אדער דעספאט. דער עולם דא איז נאך צו שטארק אונטער די איינפלוס פון טראמפ. (אויך, אויב בלייבט זי די לעצטע אינעם פארמעסט קעגן עדעמס האט זי בלויז ארום 5% שאנס עס צו מאכן. קענסט זיין רואיג.)

ניין מיין קינד.

דער עולם שפירט נאך צו שטארק די איינפלוס פון דעבלאזיא.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

בעריש'ל האט געשריבן:
דא אין דעם אנגעפילטע לאנד מיט גאנס האט לעצטנס כמעט איינער אומגעווארפן דעם גאווערנמענט.

אגב, איך רוף נישט פרייהייט א לאנד וואס 50 סענאטארן רעפרעזענטירן 43 מיליאן מענטשן מער ווי די אנדערע 50
אויך מיר פרייהייט….

דאס איז ווייל די אנדערע צד האט נישט געהאט קיין גאנס זיך צו קעגן שטעלן, ווייל זיי האלטן דאך נישט דערפון....

אויך מיר אומגעווארפען..
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
Suburban
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2021 10:18 am

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Suburban »

בעריש'ל האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויילי איז נישט קיין טעראריסט אדער דעספאט. דער עולם דא איז נאך צו שטארק אונטער די איינפלוס פון טראמפ. (אויך, אויב בלייבט זי די לעצטע אינעם פארמעסט קעגן עדעמס האט זי בלויז ארום 5% שאנס עס צו מאכן. קענסט זיין רואיג.)

אוועקנעמען גאנס פון פאליס אין א שטאט ווי nyc איז טעראריזם.

(סארי פאר אריינגיין אין די טענה'ריי, דו האסט אנגעהויבן...)

איך האלט נישט אז מען דארף אוועק נעמען גאנס, אבער איך זעה אז דו ביסט אויסגעקאכט אין דעם נושא, וויאזוי ארבעט עס אין לאנדאן, אז פאליציי האבן נישט קיין גאנס דארט?

לאנדאן האט נישט קיין מעקסיקא פון ווי צו האבן גאנס. ממילא דארפן די פאליציי אויך נישט האבן קיין גאנס. והא ראיה דו וועסט כמעט קיינמאל נישט הערן פון א שיסעריי אין לאנדאן נאר פון סטעעבינגס
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

לאנדאן אזוי ווי יעדע גרויסע הויפטשטאט האט א הויכע קריים ראטע נאר גאן-קריים איז גאר נידריג ווייל ס'נישטא אזא זאך ווי א גאן אין לאנדאן, אבער שטעכעריי אטאקעס איז גאר הויך
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

ליידער אמת ויציב. געדענק מיר נאך מיט עטליכע יאר צוריק, ווען אונזער נערישע מעיאר האט זיך ארומגעקריגט מיט טראמפ וועגן שיסערייען און אמעריקע, ווי אונזער מעיאר האט אראפגעריסן טראמפ, האט טראמפ צוריקגעשאסן, אז און לאנדאן ווערן מער מענטשן געשטאכן און געהרגט יעדן טאג מער פון וויפיל מענטשן עס ווערן געשאסן און גאנץ אמעריקע, צו די נאמבערס זענען טאקע אזוי ווייס איך נישט, אבער די ביטערע מציאות איז, אז אן די אלע ביקסן דא און לאנדאן, ווערן צענדליגע מענטשן געשטאכן יעדן טאג.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

און בדרך אגב, די פאליציי גייען שוין ארום מיט טעיזאר גאנס די לעצטע פאר יאר, נאך אביסל וועלן זיי שוין האבן עכטע ביקסן...
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

צוריק צום נושא, ווער איז וויילי?
נארגוטס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 11:05 am

Re: פלען בי אלערט! וויילי קען נאך זיין מעיאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארגוטס »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויילי איז נישט קיין טעראריסט אדער דעספאט. דער עולם דא איז נאך צו שטארק אונטער די איינפלוס פון טראמפ. (אויך, אויב בלייבט זי די לעצטע אינעם פארמעסט קעגן עדעמס האט זי בלויז ארום 5% שאנס עס צו מאכן. קענסט זיין רואיג.)

אוועקנעמען גאנס פון פאליס אין א שטאט ווי nyc איז טעראריזם.

(סארי פאר אריינגיין אין די טענה'ריי, דו האסט אנגעהויבן...)

איך האלט נישט אז מען דארף אוועק נעמען גאנס, אבער איך זעה אז דו ביסט אויסגעקאכט אין דעם נושא, וויאזוי ארבעט עס אין לאנדאן, אז פאליציי האבן נישט קיין גאנס דארט?

איך בין גראדע נישט אזוי אויסגעקאכט, איך זעה אבער אז דו ביסט היפש באהאוונט, לאמיר דיר פרעגן לאנדאן האט אזא קריים ווי nyc?

דער המון עם און לאנדאן האט אויך נישט קיין גאנס
עס איז נישטא די קראנקהייט פון גאנס אזוי ווי און אמעריקע
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”