קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:איראן זאגט אז זיי גייען נקמה נעמען אין די טויט פון Hassan Seyyed Khodayari וואס איז היינט נאכמיטאג געקניידעלט געווארן אנגעבליך דורך מוסד אגענטן אין די הארץ פון טעהראן.
לויט מידיע באריכטן אין איראן איז ער געווען פון די פירער פון די דראון דעוויזיע אין איראן.
עפעס מיט די איידעם פון סאלימאני וואס איז לעצטענס געווען אין די נייעס וועגן שיקן סחורה צו חיזבאללה?

האבן זיי טאקע געכאפט איינעם פון די מוסד חברה?
יעדן טאג אנטדעקט מען דארט נאך א גאנצע צעל פון מוסד חברה.... . נעבעך נישטא ווער זאל לאכן...
יעצט אז ס'איז דא א שטיקל הפסקה מיט די פריימערי'ס קען מען אביסל צוריק גיין צו מדינת ישראל...
אין קורצן, קומענדיגע וואך זינטאג ווען ס'ווערט אפגעהאלטן אין מדינת ישראל זייערע יום ירושלים, וועט פארקומען א רעכטע מארש מיט ציוניסטישע פענער אין אלט שטאט ירושלים.
די פאליציי האט דערווייל געגעבן רשות פאר די מארש דורכצוגיין שער שכם.
די טעראר גרופעס אין עזה סטראשענען מיט ראקעטן אויב די מארש גייט אריבערגיין שער שכם.
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:יעצט אז ס'איז דא א שטיקל הפסקה מיט די פריימערי'ס קען מען אביסל צוריק גיין צו מדינת ישראל...
אין קורצן, קומענדיגע וואך זינטאג ווען ס'ווערט אפגעהאלטן אין מדינת ישראל זייערע יום ירושלים, וועט פארקומען א רעכטע מארש מיט ציוניסטישע פענער אין אלט שטאט ירושלים.
די פאליציי האט דערווייל געגעבן רשות פאר די מארש דורכצוגיין שער שכם.
די טעראר גרופעס אין עזה סטראשענען מיט ראקעטן אויב די מארש גייט אריבערגיין שער שכם.
די טיימס אוו איזרעל באריכטעט אז די ביידען אדמיניסטראציע האט געשיקט א ביטע צו מדינת ישראל אז די געפלאנטע מארש זאל נישט דורכגיין שער שכם.
- כיפת ברזל'ס זענען געווארן ארויסגעלייגט אין ירושלים.
- ס'קוקט נאך אלץ אויס ווי חמאס וויל נישט קיין קריג, מיטן זאגן אז נישט שער שכם איז זייערע גבול נאר אז די מארש וועט ארויפגיין אויפן הר הבית דאס איז זייער גבול פאר ראקעטן.
- לויט כאן 11 גרייט זיך די מדינת ישראל מיליטער אויך אויף מעגליכע ראקעטן פון לבנון.
- דערווייל איז נאך נישט דא קיין שום אולטימטום פון חמאס.
- לויט ערוץ 12 האט מדינת ישראל באשלאסן צו לאזן די מארש אריבערגיין שער שכם אפילו אויפן פרייז פון ראקעטן.
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:איראן זאגט אז זיי גייען נקמה נעמען אין די טויט פון Hassan Seyyed Khodayari וואס איז היינט נאכמיטאג געקניידעלט געווארן אנגעבליך דורך מוסד אגענטן אין די הארץ פון טעהראן.
לויט מידיע באריכטן אין איראן איז ער געווען פון די פירער פון די דראון דעוויזיע אין איראן.
ניין, ער איז געווען דער דעפיוטי קאמאנדיר פון די קודס יוניט 840, א באהאלטענע יוניט וואס גיבט זיך אפ מיט טערעראיסטישע אפעראציעס און אסאסינאציעס אין דרויסען פון איראן.
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:איראן זאגט אז זיי גייען נקמה נעמען אין די טויט פון Hassan Seyyed Khodayari וואס איז היינט נאכמיטאג געקניידעלט געווארן אנגעבליך דורך מוסד אגענטן אין די הארץ פון טעהראן.
לויט מידיע באריכטן אין איראן איז ער געווען פון די פירער פון די דראון דעוויזיע אין איראן.
עפעס מיט די איידעם פון סאלימאני וואס איז לעצטענס געווען אין די נייעס וועגן שיקן סחורה צו חיזבאללה?
האבן זיי טאקע געכאפט איינעם פון די מוסד חברה?
איך האב אזוי מורא, און דאס הארגענען Hassan Seyyed Khodayari האט מסתמא אויך מיט דעם צוטוהן.
איך האב נישט פארשטאנען פינקטלעך וואס זיי זאגן, אבער לאמיר קודם אראפ לייגן די פאסירונגען און נאכדעם זעהן צו עס פירט צו עפעס.
יעדער ווייסט אז דער מצב אין ארץ ישראל איז היינט זייער אנגעצויגען, און אלעס דרייט זיך ארום דאס אז מען זאגט אז איראן איז וואכן (דאס האבן זיי שוין געזאגט וואכן צוריק) אוועק פון האבן גענוג נוקליארע מאטריאל פאר א נוקליארע באמבע רח"ל.
מיט א צוויי יאר צוריק איז יעדער מאנטיג און דאנערשטיק געווען א אויף רייסונג אין איראן (מען האט נאר רעפארטעד די וואס מען האט נישט געקענט באהאלטען), יעדעס מאל אין א אנדערע פלאץ ווי מען פראדוצירט מאטריאל פאר דער באמבע אדער צו קענען מאכן און פארעכטען די סענטריפיודזעס צו מאכן די באמבע.
דאס אויף רייסען צענדליגער פלעצער האט פארשטייטעט די ארבעט און געשטופט צייט, אבער איראן האט באשלאסען אז יהי' מה שיהי' וועלן זיי ארבעטען אפילו הונדרעט מאל אזוי שווער אבער אין די ענדע אויספירן, ווייל מד"י קען נישט אויף רייסען אלעס ממש, זיי קענען עס פארלענגערן אבער נישט אין גאנצען אפשטעלען.
אויך האט איראן צוגעגרייט דער פראקסי מלחמה אז אויב מד"י וועט אין דער לעצטע מיניט אלעס חרוב מאכען וועלן זיי אויף איין מאל מלחמה האלטען פון איראן און פון סיריע און פון לבנון און פון עזה און אפילו ארויס גיין אין א אפענע מלחמה און שיקען צענדליגער טויזענטער מיסילס הש"י.
אין לבנון האט איראן געהאט א גרויסע דורך פאל נאכדעם וואס די פארט אין ביירוט האט אויף געריסען און אגעשאפט ביליאנאן דאלארען שאדען, געהארגעט א סאך מענטשן און פארוואנדעט א סאך אנדערע און א ריזיגע המון איז געבליבען אן א דאך, און עד כדי כך האט דאס פאראורזאכט אז דער וואך האט חיזבאלע פארלוירען זייער מערהייט אין דער פארלימענט ווייל דאס לעבענעזער פאלק ווילן מער נישט ליידן פאר איראן מיט זייער חיזבאלע אגענטען. דערובער לבנון כעת עתה איז נאך אלץ א א פיזישער שרעק מיט 150 טויזענט מיסילס, אבער ס'איז נישט לייקלי אז זיי גייען אנהייבן א מלחמה מיט מד"י ווען רוב לאנד גייט זיי נישט לאזען.
אין סיריע האט זיך איראן זייער אויס געשפרייט און אריין געברענגט סאפיסטיקירטע מיסעלס וכו'. איראן האט דארט געהאט די אפענע הילף פון סיריע, און די מער באהאלטענע הילף פון טערקיי וואס איז געווארען א שונא פאר מד"י, און אויך עפעס הילף פון רוסלאנד וואס האט געשפילט א דאפעלטער געים.
יעצט צו די לעצטע נייעס. דער חודש האט די מוסד ארעסטירט עטליכע איראנער אגענטען אין אייראפא און אין איראן גופא וואס זייער תפקיד איז געווען צו הארגענען דריי וויכטיגע מענטשען.
דער וואך האט די מוסד געהארגעט אין איראן דער שפיץ, דער דעפיוטי קאמענדיר פון קודס יוניט 840.
נעכטען האט מד"י געוויזען פאר די וועלט וויאזוי איראן האט אויסגעשפילט די IAEA און געלייגט די הענט אויף די IAEA פיילס און געוויסט פינקטליך וואס זיי ווייסען יא און ווייסען נישט, און לויט דעם פארווישט אלע עווידענס און ווייטער אנגעגאנגען באהאלטענערהייט אין די געיעג פאר א נוקליארע וואפען. בקיצור אז דער אפמאך איז געווען א לעכערליכע און אז די IAEA קען גארנישט פארזיכערען אין א דיעל.
זיי האבן אויך אנטפלעקט אז איראן האט פראבירט הארגענען א אמעריקאנער גענעראל.