והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

קלוגער האט געשריבן:א פרוי האט פארציילט פאר די שכנ'טעס מיט גרויס שטאלץ, אז זי העלפט אראפהאלטען די פרייזען, זי קויפט נישט די גרויסע קאמפעניס און ברענדס, זי קויפט דירעקט נאר די קלענערע קאמפעניס, גליק'ס און נישט גפן, J&J און נישט מהדרין, אא"וו

וויאזוי פירט מען אויס? ודי וכמ"ל, אדער א פשוט'ער לול!

איך טוה אויך אזוי..
א באטל גפן מעיאנעיז קען זיין גאנצע צוויי דאלער טייערער ווי די קלענערע קאמפעניס..
הייבט אן קוקן פרייזן העט איר זעהן אז ווי מער א קאמפעני צאלט פאר עדס וכדומה אלץ מער צאלט איר פאר זייערע פראדוקטן..
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:

דו קוקסט שוין אויס פונקט ווי די פרוי, גליק איז דאך גפן, און J&J איז מהדרין, זיי כאפען דיך אריין מיט איין וועג אדער די אנדערע, דו העלפסט זיי שיין ארויס דאמענירען די מארקעט

קלוגער האט געשריבן:

עס איז דא נאך קאמפעניס חוץ גליק און גפן,
והשנית, אפילו צווישן גליק און גפן קען זיין א חילוק און פרייז. קוק למשל דא:

Screenshot 2022-08-02 134202.png
Screenshot 2022-08-02 134202.png (230.55 KiB) געזען 2197 מאל
Screenshot 2022-08-02 134224.png
Screenshot 2022-08-02 134224.png (223.27 KiB) געזען 2197 מאל
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:א פרוי האט פארציילט פאר די שכנ'טעס מיט גרויס שטאלץ, אז זי העלפט אראפהאלטען די פרייזען, זי קויפט נישט די גרויסע קאמפעניס און ברענדס, זי קויפט דירעקט נאר די קלענערע קאמפעניס, גליק'ס און נישט גפן, J&J און נישט מהדרין, אא"וו

וויאזוי פירט מען אויס? ודי וכמ"ל, אדער א פשוט'ער לול!

איך טוה אויך אזוי..
א באטל גפן מעיאנעיז קען זיין גאנצע צוויי דאלער טייערער ווי די קלענערע קאמפעניס..
הייבט אן קוקן פרייזן העט איר זעהן אז ווי מער א קאמפעני צאלט פאר עדס וכדומה אלץ מער צאלט איר פאר זייערע פראדוקטן..

דו קוקסט שוין אויס פונקט ווי די פרוי, גליק איז דאך גפן, און J&J איז מהדרין, זיי כאפען דיך אריין מיט איין וועג אדער די אנדערע, דו העלפסט זיי שיין ארויס דאמענירען די מארקעט

עס איז דא נאך קאמפעניס חוץ גליק און גפן,
והשנית, אפילו צווישן גליק און גפן קען זיין א חילוק און פרייז. קוק למשל דא:

Screenshot 2022-08-02 134202.png
Screenshot 2022-08-02 134224.png

מ'רעדט נישט פון פרייזען, מ'רעדט פון שטיצען קלענערע קאמפעניס אז די גרויסע בערישע קאמפעניס זאלען נישט האבען די מענאפעלי, און אזוי וועלען זיי נישט קענען דאמענירען קיין מארקעט, אויב מ'קויפט ווייטער זייערע פראדאקטס אונטער אנדערע נעמען, מה הועילי חכמים? זיי לאכען פון דיר אין די פויסטען...
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

געווען די וואך אן אינטערוויוו מיט א פיש סטאר אין די בעל'עבאסטע, דאס איז וואס זיי שרייבן וועגן די פרייזן

קען איינער מסביר זיין? די געהעריגע סעלמאן גייט ארויף די פרייז ווייל ס'דא א פארלאנג, ממילא קען עס צוריק אראפ גייען.

אבער די בעבי סעלמאן איז א יודישע אייטעם גייט עס ארויף סתם אזוי - נישט וועגן א פארלאנג... און ס'האט נישט קיין וועג אראפ????
אטעטשמענטס
Fish.JPG
Fish.JPG (73.25 KiB) געזען 2123 מאל
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

קאפעלע האט געשריבן:הרב עימעקס איר לייקנט אז ס'דא אין די היימישע מארקעט אסאך וואס מאכן א חיים טובים מיט די אינפלאציע תירוץ? עני הסבר צב"ש פארוואס א קאנטעינער הינער זאפט קאסט 14 דאללער?!

די מציאות איז אז די געשעפטן זעהן אז מ'קוקט נישט קיין פרייזן (אין גרויס טייל צו פארדאנקן די גאווערמענט'ס ברייטקייט אויף וואס אונז לעבן) אלזא זענען זיי באקוועם צו פרינטען פרייז טעגס אין די וועלט אריין.. נעם א דוגמא די טשיקען זופ.. ער ווייסט אז דער וואס קומט אריין ער"ש קויפן זופ אויף שבת האט נישט קיין צוויי ברירות און גייט עס בע"כ קויפן, אז יענער וועט גיין צו א אנדערע געשעפט איז אויך נישט מסתבר, סאו ערלויבט ער זיך צו בעטן טאפ דאללער.. קען זיין ער האט אלע רעכטן, אין דין תורה וועל איך גארנישט קענען תובע זיין פון אים, אבער א ח' ז' איזער און אויף דעם שרייט מען...

געדענקסט נאך ביי קאוויד ווי יעדער האט זיך ערלויבט צו שניידן פשוט'ע סערוויסעס מיט'ן תירוץ פון 'דו טו קאוויד'.. יעדער וואס האט געזוכט צו שניידן א סערוויס, שעות, א.א.וו. האט געזעהן א שעת הכושר אז יעצט גייט קיינער נישט פרעגן קיין קשיות.. די זעלבע שפירט מען יעצט מיט פרייזן, געוויסע ערלויבן זיך צו רייטן אויף אונזערע געלטער ווייל ס'הערשט דאך אינפלאציע...

מ'קען אלעס מסביר זיין מיט לאגישע און מאטעמאטישע חשבונות מער און ווייניגער גערעכט, אבער ווען די קאנסומער שטויסט זיך אן איינמאל און נאכאמאל מיט פרייזן וואס שרייט אז איינער האט דא פשוט געטארפן נאך ערגעץ וואו צו מעלקן זיינע קוען ברענגט עס פרוסטעראציע אפגעזעהן אויב ס'דא וועם ספעציפיש צו בלעימען.

הינער זאפט איז אין די געקאכטע עסן קאטעגאריע, ווי ס'האט זיך געשאפן א מצב פון פרייזן וואס פליען אין די הימלען.
זיי גלויבן אז טאמער קענסטו זיך ערלויבן צו קויפן אפגקאכטע, דאן זאלסטו באצאלן ווי א טאטעלע.

אסאך מאהל פאלט מען פשוט אראפ ארויסשפאצירענדיג פון די בעסערע-היי ענד רעסטוראנען און סופערמארקעט'ס, מען דערזעהט זיך מיט פרייזן וואס שטימען נישט מיטן מציאות, אבער יא, דאס איז די היינטיגע וועג פון ביזנעס.
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

zurich האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:כבר היה לעלמים אז פאטעטאס האט געקאסט אזוי טייער

ס'וועט נאך צוריק אראפגיין בעז"ה

דאכט זיך מיר, א יעדעס יאר די צייט גייט דאס ארויף צוליב וואס די אלטע אינוואטארי גייט אויס און עס איז נאכנישט דא די פרישע.

גערעכט,
למעשה אזוי הויך ווי עס איז היצט איז שוין לאנג אדער קיינמאל נישט געווען

אבער ווי געזאגט עס וועט אי"ה צוריק אראפגיין
זוכט איר דוי?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:געווען די וואך אן אינטערוויוו מיט א פיש סטאר אין די בעל'עבאסטע, דאס איז וואס זיי שרייבן וועגן די פרייזן

קען איינער מסביר זיין? די געהעריגע סעלמאן גייט ארויף די פרייז ווייל ס'דא א פארלאנג, ממילא קען עס צוריק אראפ גייען.

אבער די בעבי סעלמאן איז א יודישע אייטעם גייט עס ארויף סתם אזוי - נישט וועגן א פארלאנג... און ס'האט נישט קיין וועג אראפ????

יעדע אייטעם האט געהאט זיין צייט ווען עס איז געווארן א "אידישע אייטעם". עס געשענט ווען איינער אין די סופליי טשעין פונעם פראדוקט האט געמוזט זיין גענוג קלוג צו ווערן אויפגעקלערט אז 'דא גייט מען מאכן געלט'...
דירות איז געווען מיט ארום דרייסיג יאר צוריק.
אצינד איז געקומען די רייע אויף בעיבי סעלמאן און XL אייער. איך הער אז ארגעניק אייער וואס איז נישט קיין אידישע אייטעם און פלעגט זיין 2 מאל די פרייז פון די געווענליכע, איז יעצט גאר ביליגער!
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

דערווייל איז די ארגעניק נאך טייערער ווי די רעגולער,

אבער ס'האלט נישט ווייט פון דעם.
זוכט איר דוי?
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:געווען די וואך אן אינטערוויוו מיט א פיש סטאר אין די בעל'עבאסטע, דאס איז וואס זיי שרייבן וועגן די פרייזן

קען איינער מסביר זיין? די געהעריגע סעלמאן גייט ארויף די פרייז ווייל ס'דא א פארלאנג, ממילא קען עס צוריק אראפ גייען.

אבער די בעבי סעלמאן איז א יודישע אייטעם גייט עס ארויף סתם אזוי - נישט וועגן א פארלאנג... און ס'האט נישט קיין וועג אראפ????

זייער גוט געשריבן, וואס שטימט נישט?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

Rak Tov האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:געווען די וואך אן אינטערוויוו מיט א פיש סטאר אין די בעל'עבאסטע, דאס איז וואס זיי שרייבן וועגן די פרייזן

קען איינער מסביר זיין? די געהעריגע סעלמאן גייט ארויף די פרייז ווייל ס'דא א פארלאנג, ממילא קען עס צוריק אראפ גייען.

אבער די בעבי סעלמאן איז א יודישע אייטעם גייט עס ארויף סתם אזוי - נישט וועגן א פארלאנג... און ס'האט נישט קיין וועג אראפ????

זייער גוט געשריבן, וואס שטימט נישט?

די "סתם אזוי" חלק שטימט נישט
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

גלאבאלע עסנווארג מארקעט פרייזן היפש געפאלן אין לעצטע פאר וואכן, ברענגענדיג האפענונג פאר אינפלעישאן דערלייכטערונג‎‎
ב' דברים פ״ב
ביים אָנהייב פון די מלחמה אין אוקראַינע, זענען גלאָבאַלע עסנוואַרג פּרייזן געשטיגן מיט דרייצן פּראָצענט, אָבער יעצט זעהט מען אַז זיי זענען שוין דריי פּראָצענט נידריגער ווי אין מארטש, טראָץ וואָס עס איז נאָכאַלץ העכער ווי בעפאָר די מלחמה. עקאָנאָמיסטן זאָגן אַז דאָס קען זיין א גוטע צייכן פאַר די אינפלעישאָן קריזיס, אָבער עס איז נאָך צו פרי צו קענען פייערן דערמיט, וויבאַלד די יעצטיגע אומגעווענליכע היץ כוואַליעס איבער דער וועלט קען ברענגען א מאַנגל אין עסנוואַרג פּראָדוקציע וואָס וועט נאָכאַמאָל אַרויפטרייבן די פּרייזן.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/66923
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

א דאזען אייער 4.79 אין מיין לאקאל גראסערי
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

3.89 npgs supermarket lakewood
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

צביירושלים האט געשריבן:
3.89 npgs supermarket lakewood
Wow wow
נישט נארמאל די חילוק
ממש אן עולה

ווי זענען די חברה וואס אלץ פארשטייען זיי פארוואס זאכן זענען טייערער
כשמו כן הוא
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 10:44 am

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשמו כן הוא »

נישט פארגעסען שכר לימוד איז אויך א יודישע ארטיקעל….

עני איידיע וואס מקען טאן?
קליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2016 7:02 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליין »

Haklal האט געשריבן:
צביירושלים האט געשריבן:
3.89 npgs supermarket lakewood
Wow wow
נישט נארמאל די חילוק
ממש אן עולה

ווי זענען די חברה וואס אלץ פארשטייען זיי פארוואס זאכן זענען טייערער
The difference is one thing and one thing only,

The customer - read litfak- in NPGS if he gets to the register to pay and he sees on the computer that a dozen eggs is $4.79 he puts it right back into the fridge,

I have witnessed It more then once
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

האמיר דא א גרונטליכע אויספארשונג פון ניו יארק טיימס אויף א חזיר טריפה רעסטוראנט, און אלע קאסטן וואס זענען דארט ארויף במשך די דריי יאר, מיט די פראצענטן.

נו, דארט איז נישט קיין אידעלעך, אבער פערצופאל זענען דארט "אויך" פרייזן ארויף מיט ריזיגע פראצענטן ממש ווי ד"א זעלבסט. וואס איז דארט די תירוץ? הממממממ.
Refrigerant (1 lb.) $75 $200 +167%
Large stand-up refrigerator $3,300 $6,200 +88%
Small under-counter refrigerator $2,100 $3,500 +67%
Evaporator $850 $1,400 +65%
Water heater $24,000 $38,000 +58%
Landscaping (one project) $3,400 $5,000 +47%
Oven range $3,200 $4,000 +25%
Pest control $130 $135 +4%

Fork $1.24 $2.02 +63%
Wine glass $5.58 $8.19 +47%
Water glass $4.24 $5.82 +37%

Rubber gloves (case) $80 $150 +88%
To-go boxes (case) $52 $61 +17%

Canola oil (35 lb.) $22 $57 +159%
Scallops (1 lb.) $17 $37 +118%
Gochujang (5 lb.) $15 $29 +93%
All-purpose flour (50 lb.) $18 $29 +61%
Beef strip loin (1 lb.) $9 $14 +56%
Duck breasts (1 lb.) $9 $14 +56%
Pork butt (1 lb.) $4 $6 +50%
Mussels (10 lb.) $20 $27 +35%
Arugula (5 lb.) $18 $24 +33%
Quail (36) $85 $97 +14%
Carrots (25 lb.) $21 $24 +14%

Job listing (*in 2020, for line cook, per month) $56* $1,047 +1770%
Dishwasher (average weekly wages) $600 $830 +38%
Line cook $700 $950 +36%
Sous-chef $800 $1,000 +25%
Executive chef $1,100 $1,250 +14%
Health insurance (monthly, per employee) $297 $329 +11%

Natural gas (per month) $480 $890 +85%
Water $480 $525 +9%
Electricity $750 $790 +5%
איר פארשטייט וואס דא טוט זיך?

די היימישע סטאר דארף דעקן זיין "אייגענע" הייק אין געז, 85 פראצענט אין דריי יאר, פלאס די העכערע פרייזן פון זיינע סופלייערס וואס זיי דארפן "אויך" הייבן די פרייזן וועגן זייערע אייגענע געז, וכן כולו.
וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס א פראנצאז האל וויט ברויט (א קאמאדאטי) וואס קאסט אין שטאט בערך 3.29 קאסט אין קעטסקילס אין איין גראסערי 4.99 און אין א אנדערע גראסערי 4.49
איז דאס נארמאל ??
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס הערט זיך האט געשריבן:
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס א פראנצאז האל וויט ברויט (א קאמאדאטי) וואס קאסט אין שטאט בערך 3.29 קאסט אין קעטסקילס אין איין גראסערי 4.99 און אין א אנדערע גראסערי 4.49
איז דאס נארמאל ??
ס'קאסט שוין נישט אין שטאט קיין 3.29
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

נאך א בלעים-נישט-דיין-ברודערס-גראסערי באריכט פון העכערע אייער פרייזן נישט אין די היימישע געגנטער
Inflation is wreaking havoc on breakfast, with egg prices at grocery stores soaring a whopping 47% in July over last year, according to retail analytics firm Information Resources Inc.

Prices have been driven by one of the worst bird flu outbreaks in US history, killing more than 30 million commercial and wild birds. The crisis hurt egg-laying hens and turkeys the most. Although the outbreak has eased in the US, growers are still repopulating their flocks, which is expected to bring prices down eventually.
גראדע זענען פרייזן פון האלץ ארויף געשאסן די וואך מיט נאנט צו 20 פראצענט אין צוויי טעג. אויך די היימישע מאפיא, הא?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

וואס ווילסטו דא ארויסברענגען הרב עימעקס?

אז ס'איז נישט אמת אז געשעפטלייט מאכן אסאך מער געלט ווי אמאל, אויפן חשבון פון לעבנסוויכטיגע זאכן?

סתם אז ס'זענען דא פראדוקטן וואס זענען אויך ארויפגעגאנגען ביים גוי?

אז ס'זענען דא גויאישע געשעפטן וואס העכערן אויך צו סאך?

אז ס'איז נישטא קיין חילוק אין די פראצענט מארקאפ צווישן איין גראסערי און די צווייטע?
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

ממוצע האט געשריבן:

אז די קראנהאפטיגע פינגער פוינטינג קעגן היימישע אידן - אייגענע ברידער, שוואגער, שכן, חברותא - איז אומלאגיש, אומקראנט, און רשעותדיג.

יעדער אין ביזנעס מיינט זעך, אוודאי אזוי, און יעדער האט די ברירה 1) צו עפענען אן אייגענע ביזנעס און צושטעלן סחורה בעסער און ביליגער ווי די יעצטיגע מארקעט, און אויך 2) צו קויפן וואס מ'וויל און וואו מוויל. מיך באדערט אויך די ציצית פאר פופציג(!) טאלער. אבער כנ"ל.

בארעדן און באשמוצן מכם ובכם פאר היסטארישע פערציג-יאריגע אינפלעישאן, אויסגעבן די כעס אויף היימישע אייגענע גראסערי מענעדזשערס-אייגענטומערס וואס צורייסן זיך ביז די צווייטע פייף ווייל מ'קען נישט באוואשן די געז און לעקטער קאמפאני און מעניופעקטשורערס און האלסעילערס אימפארטירערס, מעג זיך שוין סטאפן!

דער איטאליענער רעסטוראנטער אין הארלעם מעג הייבן זיין קאטשקע בייליג מיט 150 פראצענט, די איי פארעם אין וויסקאנסין מעג ארויף גיין זעכציג פראצענט, די בלומען קאמפאני אין קאמבאדיע מעג ארויפגיין זיבעציג פראצענט, אבער דיין חבר אין ביהמד וואס פלאגט זיך פונקט ווי דו אויף פרנסה אים דארף מען צופליקן ווייל ער האט אויך געהייבן די פרייזן צו קענען בלייבן אויפן וואסער.

קאפטשע?
לעצט פארראכטן דורך עימעקס אום מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:02 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

עימעקס האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
וואס ווילסטו דא ארויסברענגען הרב עימעקס?

אז ס'איז נישט אמת אז געשעפטלייט מאכן אסאך מער געלט ווי אמאל, אויפן חשבון פון לעבנסוויכטיגע זאכן?

סתם אז ס'זענען דא פראדוקטן וואס זענען אויך ארויפגעגאנגען ביים גוי?

אז ס'זענען דא גויאישע געשעפטן וואס העכערן אויך צו סאך?

אז ס'איז נישטא קיין חילוק אין די פראצענט מארקאפ צווישן איין גראסערי און די צווייטע?
אז די קראנהאפטיגע פינגער פוינטינג קעגן היימישע אידן - אייגענע ברידער, שוואגער, שכן, חברותא - איז אומלאגיש, אומקראנט, און רשעותדיג.

יעדער אין ביזנעס מיינט זעך, אוודאי אזוי, און יעדער האט די ברירה 1) צו עפענען אן אייגענע ביזנעס און צושטעלן סחורה בעסער און ביליגער ווי די יעצטיגע מארקעט, און אויך 2) צו קויפן וואס מ'וויל און וואו מוויל. מיך באדערט אויך די ציצית פאר פופציג(!) טאלער. אבער כנ"ל.

בארעדן און באשמוצן מכם ובכם פאר היסטארישע פערציג-יאריגע אינפלעישאן, אויסגעבן די כעס אויף היימישע אייגענע גראסערי מענעדזשערס-אייגענטומערס וואס צורייסן זיך ביז די צווייטע פייף ווייל מ'קען נישט באוואשן די געז און לעקטער קאמפאני און מעניופעקטשורערס און האלסעילערס אימפארטירערס, מעג זיך שוין סטאפן!

דער איטאליענער רעסטוראנטער אין הארלעם מעג הייבן זיין קאטשקע בייליג מיט 150 פראצענט, די איי פארעם אין וויסקאנסין מעג ארויף גיין זעכציג פראצענט, די בלומען קאמפאני אין קאמבאדיע מעג ארויפגיין זיבעציג פראצענט, אבער דיין חבר אין ביהמד וואס פלאגט זיך פונקט ווי דו אויף פרנסה אים דארף מען צופליקן ווייל ער האט אויך געהייבן די פרייזן צו קענען בלייבן אויפן וואסער.

קאפטשע?
נאופ..

קודם בין איך אביסל צעמישט. די גראסעריס הייבן די פרייזן ווייל "זיי מיינען זעך"? אדער ווייל זיי "צופליקן זיך פאר פרנסה"?

אויך וויל איך פארשטיין צי דאס וואס זיי בלייבן ביז די צווייטע בעל, איז זיכער ווייל זיי "צערייסן זיך פאר מיר"? אדער אפשר ווייל זיי מיינען "זעך"? בינעך צעמישט.

איר כאפט ווי צעמישט איר קומט אריין?

אונזער טענה איז זייער קלאר. די האולסעילערס, דיסטריביוטערס, געשעפטן, רוקן ארויף די פרייזן אסאך מער ווי די ריכטיגע אינפלעישאן. און דאס איז אויף לעבנסוויכטיגע זאכן. "דאס איז די טענה". און וואס איר ענטפערט דערויף ווייס איך נישט, חוץ פון דעם וואס איר באזידלט יעדער וואס וואגט זיך צו ברענגען די פראגע אויפן מח.

און יא.. ס'זענען דא פראדוקטן וואס זענען שטארק ארויף איבעראל. און ס'זענען דא גויאישע געשעפטן וואס העכערן אויך זייער שטארק. און דאס איז נישט קיין תירוץ מיין פריינט.

פארשטייט איר?
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: והיוקר יאמיר: סופליי פרייזן גייען ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

תירוצים אויף די מעגליכע קשיא קענסטו אפשר באקומען פון טעראפיסטן-קאלומניסטן.

די טרוקענע מציאות איז, אז יעדער מיינט זעך. די טרוקענע מציאות איז, אז די גראסעריס צורייסן זיך ביז נאכן צווייטן פייף, אויך ערב פסח און ערב יום כיפור.

איר זענט צומישט? קענט העלפ יא. דאס טוישט נאך נישט די מציאות.

איך באזידל נישט קיינעם, די גרויסע טענות שרייער באזידלען זיך אליינס ווייל רוב פון די טענות זענען אפגעפרעגט.

איך האב געברענגט פון טיימס וויאזוי סטארס הייבן פרייזן מיט שרעקליכע פראצענטן ווייל זיי צאלן שרעקליכע פראצענטן מער אויף פלייש, אייער, אויל, דישעס, מעהל, געז, וועדזשטעבלס, אינשורענס, פלאמבינג, דבר אחר, וואס דו ווילסט נאר. אייער אין אמעריקע איז ארויף א שרעקליכע 47 פראצענט. יענע וואך האב איך געברענגט ווי סעלמאן פיש איז שרעקליך ארויף אין גאנץ יוראפ און איז שוין אויפן וועג אראפ.

האלץ איז ארויף מיט א שרעקליכע 20 פראצענט אין צוויי טעג!!!!! אין גאנץ אמעריקע!!!

אבער איר זענט אבסעסד מיט די "היימישע" מיט די אייגענע, אויף דיינע ברידער האסטו גאר טענות. אלע טענות אויף אלע העכערע קאסטן גיסטו אויס אויפן גראסערי מאן וואס דארף פרנסה פונקט ווי דו. ווער באזידלט? די אומלאגישע רשעותדיגע ווערטער שרייען פאר זיך.
-

ובכן אויף למעשה? גיי אין גראסערי, אדער אין געז סטעישאן, אדער ווי דו ווילסט, און קויף בשפע מיט די געלט וואס דער גרויסער בורא האט דיר משפיע געווען. דארפסט נאך? דאנק, בעט, בשמחה, פארגין יענעם, מנעמט נישט דיינס. ספארא מין שפראך דאס "געשעפטלייט מאכן אסאך מער געלט ווי אמאל" - וועמענ'ס בוקקיפער מיינסטו דו ביסט? האסטו געהערט אזאנס, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויך מאכן טויזנט מאל מער ווי אמאל! און זאלסט קענען איינקויפן טויזנט מאל מער, און טיילן טויזנט מאל מער.

כמיין ווילסט מיר זאגן אז מענטשן וואס טוען נישט אזוי, נאר גריבלען-אומפארגינען יעדן איינעם, זענען אויך ביזי אין שטוב צו זאגן וויפיל דער מאכט און וויפיל יענער רייסט און וויפיל גרונמ'ס באנק אקאונט איז אראפ אדער ארויף, וועלכע השפעה האט דאס אויף די קינדער ברוחניות ובגשמיות?
לעצט פארראכטן דורך עימעקס אום מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”