דריי אפיצירן אויפן באנק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
דריי אפיצירן אויפן באנק
ברוכים הבאים!
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: משפט לעין, קונג, טאו
דאנערשטאג האט די מינעסאטע אפעלאט געריכט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס פון די דריי אפיצירן וועלכע האבן געהאלפן דערעק שאווין באהאנדלען דזשארדזש פלאיד
די פארהער איז געווען איבער די פארזוך פון די סטעיט פראקורארן צוצולייגן ארויסהעלפן דאס באגיין דריטע גראד מארד קלאגעס צו די איצטיגע קלאגעס פון זיין א טייל פון צווייטע גראד מארד און מענסלאודער
פראקורארן האפן אז די געריכט וועט עס ערלויבן נאך וואס זיי האבן געאורטיילט אין די שאווין קעיס אז מען קען קלאגן מיט דריטע גראד מארד אפילו אין פאל וואס בלויז איין פערזאן איז געשטעלט געווארן אין געפאר צוליב שריט פונעם אנגעקלאגטן און זוכן צו זאגן אז די דריי אפיצירן זענען געווען צענטראלע שפילער אינעם מארד ווי איידער בלויז זייטיגע ארויסהעלפער
די אדוואקאטן פאר די אפיצירן שלאגן עס אבער אפ מיט די טענה אז וויבאלד דריטע גראד מארד באדייט פארנאכלעסיגונג אן זוכן דירעקט צו שעדיגן יענעם בכוונה איז דעריבער נישט שייך צו קלאגן אנדערע אין ארויסהעלפן מיט די גראד מארד וועלכע דער הויפט שפילער איז ניטאמאל מכוון דורכצופירן ווייל דו קענסט ארויסהעלפן עימיצן דורכפירן א בייזוויליגע אקט אבער נישט אין זיין פארנאכלעסיגט
די דריי ריכטער פאנעל האבן ווי געזאגט אויסגעהערט די ארגומענטן און האבן צייט ביז 90 טאג צו אורטיילן אויף די פראגע
די פארהער איז געווען איבער די פארזוך פון די סטעיט פראקורארן צוצולייגן ארויסהעלפן דאס באגיין דריטע גראד מארד קלאגעס צו די איצטיגע קלאגעס פון זיין א טייל פון צווייטע גראד מארד און מענסלאודער
פראקורארן האפן אז די געריכט וועט עס ערלויבן נאך וואס זיי האבן געאורטיילט אין די שאווין קעיס אז מען קען קלאגן מיט דריטע גראד מארד אפילו אין פאל וואס בלויז איין פערזאן איז געשטעלט געווארן אין געפאר צוליב שריט פונעם אנגעקלאגטן און זוכן צו זאגן אז די דריי אפיצירן זענען געווען צענטראלע שפילער אינעם מארד ווי איידער בלויז זייטיגע ארויסהעלפער
די אדוואקאטן פאר די אפיצירן שלאגן עס אבער אפ מיט די טענה אז וויבאלד דריטע גראד מארד באדייט פארנאכלעסיגונג אן זוכן דירעקט צו שעדיגן יענעם בכוונה איז דעריבער נישט שייך צו קלאגן אנדערע אין ארויסהעלפן מיט די גראד מארד וועלכע דער הויפט שפילער איז ניטאמאל מכוון דורכצופירן ווייל דו קענסט ארויסהעלפן עימיצן דורכפירן א בייזוויליגע אקט אבער נישט אין זיין פארנאכלעסיגט
די דריי ריכטער פאנעל האבן ווי געזאגט אויסגעהערט די ארגומענטן און האבן צייט ביז 90 טאג צו אורטיילן אויף די פראגע
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: משפט לעין, קונג, טאו
ריכטערין רינא ווארק האט באצייכנט די פארטיידיגונג ארגומענט אלץ נאוועל
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5443
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
Re: משפט לעין, קונג, טאו
הכל הבל האט געשריבן:ריכטערין רינא ווארק האט באצייכנט די פארטיידיגונג ארגומענט אלץ נאוועל
וואס מיינט נאוועל ?
אגב ש'כח ר' הבל
Re: משפט לעין, קונג, טאו
Wow אין איין תגובה אראפגעלייגט מיט א קלארקייט ביידע צדדים.
עס יוזשועל @הבל!
עס יוזשועל @הבל!
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: משפט לעין, קונג, טאו
די אנדערע צוויי אויפן פאנעל זענען ריכטער מעטיו דזשאנסאן און ריכטערין טיעדארא געיטאס
- פרינדזשעס..
- שר האלף
- תגובות: 1535
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
- לאקאציע: מונקאטש
Re: משפט לעין, קונג, טאו
ייש"כ הבל.הכל הבל האט געשריבן:ברוכים הבאים!
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!
ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.

- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: משפט לעין, קונג, טאו
שכח הבל.
קען איינער וואס איז אין פאוער אפצושטעלן א מארד, ווערן געקלאגט מיט אפילו דריטע גראד מארד?

עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
Re: משפט לעין, קונג, טאו
maybeeynot האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:ריכטערין רינא ווארק האט באצייכנט די פארטיידיגונג ארגומענט אלץ נאוועל
וואס מיינט נאוועל ?
אגב ש'כח ר' הבל
בלשון קצר:
נאוועל מיינט ניי / א חידוש
בלשון ארוכה:
דהיינו אז די דעפענס איז אויפגעקומען מיט א גוטס וואס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן ביז יעצט און איז דער ערשטער מאל וואס דער געדאנק גייט ווערן עוועליועיטעד דורכן שופט אויב עס איז ריכטיג
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: משפט לעין, קונג, טאו
ווי געזאגט דארף מען הערן ביז 90 טאג צו די געריכט וועט ערלויבן דריטע גראד מארד קלאגעס צו ווערן געמאכט
עס קען זיין אינטערסאנט צו באווארענען אז אפילו אויב די געריכט וועט עס ערלויבן איז נאך דא א מעגליכקייט אז שפעטער וועט עס אוועקפאלן צוליב די פאלגענדע:
ווי ערקלערט ביי די שאווין פראצעס האט ריכטער קאהיל ארגינעל נישט געהאט ערלויבט דריטע גראד מארד קלאגעס צוליב וואס די מינעסאטע אפטייטש פון דריטע גראד מארד איז "פירן צו עימיצן'ס טויט דורך נעמען שריט וואס איז געפארפול "צו אנדערע" אן זיך רעכענען מיט מענטשליכע לעבנס אבער אן די כוונה פון אומברענגן סיי וועם"
לויט ריכטער קאהיל באדייטן די ווערטער שריט וואס איז געפארפול "צו אנדערע" אז דער באשולדיגטער שטעלט אין געפאר די לעבנס פון די ארומיגע און דעם אומגעברענגטן צוגלייך און דאס איז נישט געווען די פאל ביי פלאיד
די פארלאנג צו קענען נוצן דריטע גראד מארד ביי שאווין איז געקומען נאך א קעיס פון א סאמאליע אפשטאמיגע פאליציי אפיציר וועלכע איז ערשינען צו א סצענע פון א מעגליכע פארברעכן נאך א רוף פון אן ווייסע פרוי וועלכע האט גערופן פאליציי צוליב אקטיוויטעטן וואס זי האט פארדעכטיגט
ווען די פאליציי האבן גארנישט געפונען און זיך געגרייט צו פארלאזן די סעצענע איז די רופער צוגעקומען צום פאליציי אויטא אבער עס איז נישט קלאר וואס זי האט געוואלט (מעגליך איבערגעבן וואס האט איר געמאכט רופן די פאליציי) אבער דער אפיציר איז צוליב סיי וועלכע אורזאך געווארן דערשראקן אז זי וויל אים שעדיגן (ער האט נאכנישט דאן געוואוסט אז זי איז די רופער און מעגליך געקלערט אז זי איז דער פארדעכטיגטע צוליב וועם מען האט אלאמירט די פאליציי)
דער צווייטער אפיציר איז אויך געווען היבש דערשראקן און ארויסגעצויגן זיין ביקס אבער עס געהאלטן אויף אראפ אבער מוכאמעד נור, דער אפיציר ביים רעדל האט געציהלט זיין רעוואלווער אין ריכטונג פון די פרוי און איר געשאסן אויף טויט (זי איז געשטארבן 20 מינוט שפעטער)
די אפיציר איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג מיט דריטע גראד מארד און צווייטע גראד מענסלאודער אבער ריינגעוואשן אויף קלאגעס פון צווייטע גראד מארד און געווארפן פאראורטיילט צו 12 מיט א האלב יאר טורמע
די פראגע צו מען קען אים קלאגן מיט דריטע גראד מארד איז געווארן באהאנדלט אין די געריכטן צוליב די אויבנדערמאנטע שפראך אינעם געזעץ וועלכע זאגט אז דריטע גראד מארד מיינט שטעלן א געפאר צו "די אנדערע" אבער די אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז די אויסדרוק "אנדערע" קען זיך באציען אויך צום געשאסענעם זעלבסט און דעריבער קענען די קאלגעס פאראויסגיין
די אורטייל איז ארויסגעקומען פארלאפענע פעברואר למספרם און באזירט אויף די אורטייל האט פראקורארן אין די שאווין קעיס פארלאנגט פון ריכטער קאהיל אז ער זאל נאכפאלגן די פרעצעדענט פון דעם אורטייל אויף נור און ערלויבן דריטע גראד מארד קלאגעס סיי אויף שאווין און סיי אויף די אנדערע דריי אפיצירן
קאהיל האט זיך אנטזאגט עס צו טוהן און פראקורארן האבן אפעלירט זיין באשלוס און די אפעלאט געריכט האט צו ערשט באשטעטיגט אז אין ליכט פון זיין אורטייל אין די נור קעיס קען מען אויף שאווין אויך נוצן דריטע גראד מארד קלאגעס
די געריכט האט צו יענע צייט געמוזט זיך איילן מיט א באשלוס נישט אויפצוהאלטן די שאווין פראצעס פון פאראויסגיין אבער אויף די פראגע צו אויך די אנדערע דריי אפיצירן קענען ווערן אנגעקלאגט מיט דעם האבן זיי נאכנישט באהאנדלט צו יענע צייט און פארלאפענע דאנערשטאג האבן זיי אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן איבער דעם
ווי געזאגט קען די געריכט מעגליך ערלויבן די קלאגעס אבער וויבאלד די נור קעיס איז געווארן אפעלירט צום סטעיט סופרים קאורט קען נאך זיין אז שפעטער וועט די סופרים קאורט אויסטייטשן די שפראך אינעם געזעץ אזויווי ריכטער קאהיל האט עס ארגינעל אפגעלערנט און צוריקדרייען די דריטע גראד מארד קלאגעס פון נור און אויב עס וועט פאסירן קען עס צוטראסקען די דריטע גראד מארד קלאגעס פון די דריי אפיצירן

און איצט אן אומגעווענליכע רוף צו די וועלכע נוצן די אשכול:
ווי איר זעהט איז די קעפל פונעם אשכול נישט איבריג געלונגען און איז געמאכט געווארן אין איילעניש ווען די אנטוויקלונגען פונעם געריכט זענען אריינגעקומען
צוליב וואס די פראצעס וועט זיין אויף דריי אפיצירן אויפאמאל איז נישט שייך געווען צו שרייבן א קורצע קעפל ווי צום ביישפיל "משפט לעין" אזוי ווי ביי שאווין אבער נאך אלעם איז די קעפל היבש אומבאלומפערט און געווען אין פלאן צו בלייבן אזוי בלויז אויף צייטווייליג ביז עפעס א בעסער קלונגעדיגע און קלארערע נאמען וועט אונטערקומען ווי אזוי צו באצייכענען אין קורצן די משפט און געשיכטע פון די שלש אלה לא יעש"ה וואס ווערן באשולדיגט אין נישט טוהן גענוג אפצושטעלן דאס אומברענגן פלאיד
אלזא, ווער עס איז געבענטשט מיט אביסל שעפערישע געדאנקן און קען אויפקומען מיט א פאסיגע קעפל ווערט פארבעטן עס אריינצושיקן און אויב וועט זיין מערערע איינפעלער אמבעסטן צו באצייכענען די משפט שלשה וועט מען בעהטן די הנהלה צו טוישן די קעפל פשוט עס זאל נישט נערווירן די ליינער
יישר כח!

הכל הבל האט געשריבן:
ווי געזאגט קען די געריכט מעגליך ערלויבן די קלאגעס אבער וויבאלד די נור קעיס איז געווארן אפעלירט צום סטעיט סופרים קאורט קען נאך זיין אז שפעטער וועט די סופרים קאורט אויסטייטשן די שפראך אינעם געזעץ אזויווי ריכטער קאהיל האט עס ארגינעל אפגעלערנט און צוריקדרייען די דריטע גראד מארד קלאגעס פון נור און אויב עס וועט פאסירן קען עס צוטראסקען די דריטע גראד מארד קלאגעס פון די דריי אפיצירן
קען דאס אויך אויסמאכן אדער צוריקדרייען שאווינס פסק?
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: משפט לעין, קונג, טאו
בן טוב האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:

שאווין איז סייוויי געווארן פאראורטיילט מיט צווייטע גראד מארד
איך ווייס נישט אויב די סטעיט סופרים קאורט וועט אורטיילן אז מען קען נישט קלאגן מיט דריטע גראד מארד אין אזוינע פעלער צו זיי וועלן שרייבן אז עס זאל ווירקן אויף למפרע פאר אזעלכע וועלכע זענען שוין געפונען געווארן שולדיג אבער אויב יא קען עס כאטש רייניגן שאווין'ס רעקארד פון די דריטע גראד מארד קאונט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: משפט לעין, קונג, טאו
הכל הבל האט געשריבן:און איצט אן אומגעווענליכע רוף צו די וועלכע נוצן די אשכול:
ווי איר זעהט איז די קעפל פונעם אשכול נישט איבריג געלונגען און איז געמאכט געווארן אין איילעניש ווען די אנטוויקלונגען פונעם געריכט זענען אריינגעקומען
צוליב וואס די פראצעס וועט זיין אויף דריי אפיצירן אויפאמאל איז נישט שייך געווען צו שרייבן א קורצע קעפל ווי צום ביישפיל "משפט לעין" אזוי ווי ביי שאווין אבער נאך אלעם איז די קעפל היבש אומבאלומפערט און געווען אין פלאן צו בלייבן אזוי בלויז אויף צייטווייליג ביז עפעס א בעסער קלונגעדיגע און קלארערע נאמען וועט אונטערקומען ווי אזוי צו באצייכענען אין קורצן די משפט און געשיכטע פון די שלש אלה לא יעש"ה וואס ווערן באשולדיגט אין נישט טוהן גענוג אפצושטעלן דאס אומברענגן פלאיד
אלזא, ווער עס איז געבענטשט מיט אביסל שעפערישע געדאנקן און קען אויפקומען מיט א פאסיגע קעפל ווערט פארבעטן עס אריינצושיקן און אויב וועט זיין מערערע איינפעלער אמבעסטן צו באצייכענען די משפט שלשה וועט מען בעהטן די הנהלה צו טוישן די קעפל פשוט עס זאל נישט נערווירן די ליינער
יישר כח!
ווארענונג!
אויב וועט נישט אריינקומען מער טרעפליכע געדאנקן פאר א קעפל איז דא א ריזיקע אז די אומבאכלעפטשעטע קעפל וועט פארבלייבן ווי עס איז
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30738
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
הכל הבל האט געשריבן:ווארענונג!
אויב וועט נישט אריינקומען מער טרעפליכע געדאנקן פאר א קעפל איז דא א ריזיקע אז די אומבאכלעפטשעטע קעפל וועט פארבלייבן ווי עס איז
ס'גוט... וואס עס פעלט אין די קעפל ליגט שוין אין די רייכע תגובות דיינע. א דאנק!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: דריי אפיצירן אויפן באנק
א הארציגן דאנק פאר די הנהלה וועלכע איז איינגעגאנען צו טוישן די קעפל פונעם אשכול ותשואות חן להם!
Re: דריי אפיצירן אויפן באנק
בענקעל האט געשריבן:א נאמען פון א נייע דראמאטישע מעשה ביכל... :wink:
דאס בענקעל שרייבט א מעשה איבער דער באנק? אינטערעסאנט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: דריי אפיצירן אויפן באנק
פראצעס וועט פארקומען אין מערץ 2022 למספרם
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5443
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
Re: דריי אפיצירן אויפן באנק
הכל הבל האט געשריבן:פראצעס וועט פארקומען אין מערץ 2022 למספרם
פארוואס אזא לאנגע עינו הדין ?
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: דריי אפיצירן אויפן באנק
היינט עפנט זיך די פעדעראלע פראצעס
די אנהויב פון די סטעיט פראצעס איז צוליב דעם געווארן אפגעשיבט אויף יוני 13 למספרם
די אנהויב פון די סטעיט פראצעס איז צוליב דעם געווארן אפגעשיבט אויף יוני 13 למספרם
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: דריי אפיצירן אויפן באנק
פראקורארין זאגט אז אפיציר לעין האט געארבעט ביי א טורמע פאר יוגנטליכע און געווארן טרענירט איבער די ריזיקע פון האלטן עימיצן אין די פאזיציע וועלכע שאווין איז געליגן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: דריי אפיצירן אויפן באנק
זי זאגט אז עס זענען געווען די פאראמעדיקס וועלכע האבן געדארפט פארארדענען שאווין אראפצונעמען זיינע לאפעס און זאגן פאר לעין אנצוהויבן מאכן סי פי אר אין די אמבולאנס
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: דריי אפיצירן אויפן באנק
צ/ק
איך קען זיך אויך צוריקן א באנק?
איך קען זיך אויך צוריקן א באנק?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: דריי אפיצירן אויפן באנק
זי זאגט אז מען האט אנגעהויבן מאכן סי פיר אר ערשט 5 מינוט נאך וואס קונג האט אויפגעגעבן צו טרעפן א פולס