באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פריש פון פריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 5:21 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פריש פון פריש »

באריכטען בחצרות הקודש יום ד' כי תשא שושן פורים קטן תשפ"ב
צוזאמגענומען פון (JDN. JCN. קול בחצרות. אידישע וועלט)

ויזניץ - תולדות אברהם יצחק - קאלוב: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הגדול הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית ויזניץ בני ברק, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק נירבאטור שליט"א, מיט די חתן א אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם הגה"צ ר' אליעזר צבי טויב שליט"א אב"ד קאלוב ביתר, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א. - די שמחת התנאים קומט פאר היינט נאכט אין ספינקא זאל אויף 56'סטע סט. אין בארא פארק.

ספינקא - מאדא - זוטשקא קאראקאס: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א אייניקל פון הגה"צ ר' יעקב ראזענבוים שליט"א אדמו"ר מזוטשקא קאראקאס, א זון פון זיין זון הגה"צ ר' הערשיל ראזענבוים שליט"א, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' אשר יונה הורוויץ שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' בערל בעק שליט"א אבד"ק מאדא, אור אייניקל פון הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א.

פאפא - ספינקא: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' מאיר יחיאל מיכל דייטש שליט"א רב דקהל מעייני הישועה אין מאנסי, זון פון הגה"צ אבד"ק מקור חיים שליט"א, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, א טאכטער פון זיין איידעם הרב יואל באב"ד שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר בהיכל ביהמ"ד הגדול פאפא אין וויליאמסבורג.

וויזניץ - ראחמיסטריווקא - ביקסאד - קאסאני - שאץ: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרב פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון וויליאמסבורג, מיט די כלה א טאכטער פון הרב יהושע פיש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קייאמישע, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק.

תולדות אברהם יצחק - סאסוב - טשאקאווא: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרב חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א רב דחסידי סאסוב אין שטאט ביתר, זון פון כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יעקב דוד האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד טשאקאווא אין ירושלים, זון פון הגה"צ ר' משה האלבערשטאם זצ"ל בעל דברי משה וחבר הביד"ץ העדה החרדית, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב בראנוביץ זצ"ל. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל היכלי הפאר אין בני ברק.

סלאנים: היינט קומט פאר די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הרב יוסף דוד וויינבערג שליט"א ראש ישיבה לצעירים דחסידי סלאנים, מיט די כלה א טאכטער פון הרב שמעון געלבשטיין שליט"א רב דחסידי סלאנים אין אלעד. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אינאיינעם מיט די גרויסארטיגע מעמד סיום מסכת שבת במסגרת הלימוד "באר חיינו" דחסידי סלאנים, אין די גרויסע היכל הטישן אין ישיבת באר אברהם סלאנים אין שטאט אלעד, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א.

מאקאווא - שאץ - ראדאשיץ: היינט קומט פאר די שמחת השבע ברכות פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' חיים מנחם מענדיל לעמבערגער שליט"א, זון פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון בני ברק, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' זושא האראנטשיק שליט"א אבד"ק ראדאשיץ בית שמש, איידעם ביי הגה"צ ר' יודא יחיאל שיינפעלד שליט"א מקאסאן, איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א.- די שמחת השבע ברכות קומט פאר צוגעשטעלט דורך הנהלת מוסדות מאקאווא בארצה"ק.

וויזניץ י"ם: כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון ירושלים לאזט זיך היינט ארויס אויפן וועג קיין ארץ הקודש, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע וואך בקרב עדת צאן מרעיתו, און פראווענען שבת קודש בהיכל בית מדרשו אין ירושלים עיה"ק.

מעליץ אשדוד: נעכטן דינסטאג איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל הרבנית הצדיקת ממעליץ ע"ה, אשת חבר כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א פון אשדוד, און בזיוו"ר אשת הרב החסיד ר' שמואל יהודה שטערן ע"ה מחשובי חסידי וויזניץ אין לאנדאן. דער רבי שליט"א זיצט שבעה בביתו נאוה קודש אין שטאט אשדוד.

אונגוואר: כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א קומט היינט אן אויף צוגאסט קיין ארה"ק בקרב חסידיו.

באבוב: בני כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין שפיץ פון בנו הגדול הרה"צ רבי חיים שלום שליט"א קומען אן אין די יעצטיגע טעג קיין ארה"ק
בשליחות הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו היחידה פון העסקן ראש וראשון לכל קדשי בית באבוב הרה"ח המרומם רבי דוד ארי ראטה שליט"א וואס קומט פאר דער מיטוואך נאכט.
פרישער פון פריש איז אייביג גוט צו זיין, עס ברענגט נאר פרישקייט!!!!
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:פורים קטן טיש אין ק״ק סאטמאר [מהר״א]

הרב יוסף מרדכי וואגשאל שליט''א רב כולל ערב שבת עולמי [טאטע העלף] ביים זאמלען געלט ביים טיש
הר"ר הערשל פריעדמאן הי"ו איז משמח לכבוד היום
אטעטשמענטס
unnamed - 2022-02-16T124029.428.jpg
unnamed - 2022-02-16T124029.428.jpg (92.42 KiB) געזען 3768 מאל
unnamed - 2022-02-16T124037.515.jpg
unnamed - 2022-02-16T124037.515.jpg (90.75 KiB) געזען 3768 מאל
unnamed - 2022-02-16T124019.855.jpg
unnamed - 2022-02-16T124019.855.jpg (106.11 KiB) געזען 3768 מאל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אבן יקרה »

פריש פון פריש האט געשריבן:באריכטען בחצרות הקודש יום ד' כי תשא שושן פורים קטן תשפ"ב
צוזאמגענומען פון (JDN. JCN. קול בחצרות. אידישע וועלט)

פארוואס איז נישטא קיין איין ווארט אויף ייא"צ פון פנ"מ בחצרות הקודש גור?
אוועטאר
פריש פון פריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 5:21 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פריש פון פריש »

נישט מיין פראבלעם! קיין איין פלאטץ האט עס נישט געמאלדען
פרישער פון פריש איז אייביג גוט צו זיין, עס ברענגט נאר פרישקייט!!!!
פולין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 10:55 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פולין »

פריש פון פריש האט געשריבן:נישט מיין פראבלעם! קיין איין פלאטץ האט עס נישט געמאלדען






מרן ראש הישיבה שליט"א שליח ציבור בתפילת ערבית הערב לרגל יום היא"צ על אביו כ"ק מרן האדמו"ר מגור ה "פני מנחם" זי"ע

IMG-20220216-WA0121.jpg
IMG-20220216-WA0121.jpg (301.87 KiB) געזען 3323 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

פולין האט געשריבן:
פריש פון פריש האט געשריבן:נישט מיין פראבלעם! קיין איין פלאטץ האט עס נישט געמאלדען






מרן ראש הישיבה שליט"א שליח ציבור בתפילת ערבית הערב לרגל יום היא"צ על אביו כ"ק מרן האדמו"ר מגור ה "פני מנחם"


יארצייט טיש
אטעטשמענטס
20220216_141420.jpg
20220216_141420.jpg (227.64 KiB) געזען 3245 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

סקולען
אטעטשמענטס
IMG-20220216-WA0055.jpg
IMG-20220216-WA0055.jpg (180.23 KiB) געזען 3197 מאל
פולין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 10:55 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פולין »

WhatsApp Image 2022-02-16 at 3.57.18 PM.jpeg
WhatsApp Image 2022-02-16 at 3.57.18 PM.jpeg (112.18 KiB) געזען 2385 מאל
Levi R
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 12:00 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך Levi R »

באבוב 45

unnamed copy.jpg
unnamed copy.jpg (322.61 KiB) געזען 2034 מאל
א גאסט פון ירושלים
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 3:31 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך א גאסט פון ירושלים »

סאדיגורה י-ם
*שושן פורים קטן:*
לרגל יום שחרור הס"ק מרוז'ין זיע"א ולכבוד סיום שו"ע חלק או"ח שנלמד ע"י רשת הכוללים 'תורת אבירים' ו'אור ישראל' בבתי מדרשנו ביתר וירושלים, ערך *כבו"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א* שולחן לחיים בהיכל בית המדרש הגדול.
*אדר - הדר קבלוה מאהבה*
לאחר מספר שנים של יגיעה ולימוד ובחינות בסוגיות הלכות שבת, עירובין, פסח, ושאר הסימנים בחלק או"ח, התאספו יחד אברכי וראשי הכוללים למסיבה של מצוה, תחילה נשא דברים המשפיע הרה"ג ר' משה ויינבאך שליט"א שבדבריו הרחיב במאמר חז"ל 'אוהב ה' שערי ציון' המצויינים בהלכה וכו', ועל חשיבות כח לימוד התורה דרבים, לאחמ"כ הופיע בהדרו כבו"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א ופתח באמ"ק בהם הרחיב בחשיבות ומעלת לימוד התורה, וכן סיפר מהשתלשלות נס ההצלה של זקנו הס"ק מרוז'ין זיע"א, אחר נערך הסיום ע"י ראש הכולל הרה"ג ר' מרדכי רוטנברג שליט"א, ונעמד *כבו"ק מרן רבינו שליט"א* לאמירת הקדיש 'תתכלא', לאחר אמירת הקדיש פתחו בשירת 'אשריכם תלמידי חכמים'.
בילד
בילד
בילד
א גאסט פון ירושלים
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 3:31 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך א גאסט פון ירושלים »

.
בילד
בילד
בילד
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אבן יקרה »

Levi R האט געשריבן:באבוב 45

unnamed copy.jpg

דער רבי איז דאך אין לעיקוואוד, נישט אזוי?
פארשפארט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 1:45 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פארשפארט »

סאטמאר מהרי"י: מסע הקודש למאנטריאל פרשת פקודי תשפ"ב
אפדעיט נומער 1
היינט קומט פאר אן אסיפת עסקנים אל'ס א הכנה צו די באזוך פונעם רבי'ן בהיכל הכולל בשעה 9:15
מען קען זיך נאר טרעפן טאמער מען זוכט זיך
בורו פארק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 4:21 pm

Re: ק"ק פני מנחם בראשות הגאון הרב שאול אלתר שליט"א

תגובה דורך בורו פארק »

דרשת מורינו ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א

בסעודת ט"ז אדר א' תשע"ט יא"צ של כבו"ק מרן בעל הפני מנחם מגור זצוק"ל

במרכז העולמי של חסידי גור בירושלים
אטעטשמענטס
דרשת מרן הראש ישיבה שליטא בסעודת טז אדר א  תשעט בבית המדרש בירושלים-page-001.jpg
דרשת מרן הראש ישיבה שליטא בסעודת טז אדר א תשעט בבית המדרש בירושלים-page-001.jpg (391.49 KiB) געזען 1581 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ויזשניץ ירושלים
אטעטשמענטס
IMG_20220216_183124_159.jpg
IMG_20220216_183124_159.jpg (60.17 KiB) געזען 1545 מאל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8505
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך תרמב »

נעכטן איז פארגעקומען א שבע ברכות אין די דינובע ישיבה קטנה פאר א טאכטער פון אב"ד דינוב ווי ער איז א מגיד שיעור משולב מיט א פורים קטן טיש
אויף איינע פון די בילדער זעהט מען די מנהל ר' יהודה מרדכי דייטש אויפטרעטן
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.52 PM.jpeg
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.52 PM.jpeg (119.01 KiB) געזען 1256 מאל
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.55 PM (1).jpeg
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.55 PM (1).jpeg (176.51 KiB) געזען 1256 מאל
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.53 PM.jpeg
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.53 PM.jpeg (212.65 KiB) געזען 1256 מאל
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8505
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך תרמב »

ביים טאנצן

נאכדעם איז די רב ארום באטראכטן די פריש געבויטע בניין ישיבה קטנה
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.53 PM (1).jpeg
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.53 PM (1).jpeg (159.01 KiB) געזען 1250 מאל
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.51 PM.jpeg
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.51 PM.jpeg (131.98 KiB) געזען 1250 מאל
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.55 PM.jpeg
WhatsApp Image 2022-02-16 at 1.17.55 PM.jpeg (122.24 KiB) געזען 1250 מאל
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

פולין האט געשריבן: בילד

ווער? וואס? וואו?

ביטע צושרייבן די פרטים אין אייער תגובה!
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
ואזכה
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:47 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ואזכה »

היינט נאכט איז פארגעקומען אין ארץ ישראל די חתונה פון בתו היחידה ביי אחד מראשי העסקנים בחצר הקודש באבוב הרב דוד אריה הכהן ראטה שליט''א

עס האט זיך אנגעזען די השתתפות פון א ריזן ציבור חסידי ועסקני בית באבוב מכל רחבי תבל
בראש המשתתפים הרה''צ רבי חיים שלום הלברשטאם שליט''א בנו הגדול מכ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א הרה''צ רבי חיים שלמה הלברשטאם שליט''א הרה''צ רבי חיים דוד וואקסמאן שליט''א הרה''צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט''א הרה"צ רבי ישראל אלימלך שליט''א והרה"צ רבי שלמה שליט''א בני וחתני הרבי מבאבוב שליט"א והגה"צ אב"ד קרית באבוב בת י"ם שליט"א חדב"ן הדברי שלמה מבאבוב
ואזכה
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:47 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ואזכה »

חסידי באבוב בלינדען זענען נאך אינטערן טיפן רושם פון די געהויבענע באזוך פון די איש על העדה כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א נעכטען בבית המדרש "דברי שלמה" אין לינדען

די רבי איז אנגעקומען פארנאכטס און אפגעראכטען א מסיבת לחיים לכבוד שושן פורים קטן
איינער פון די יונגעלייט האט אויפגעטרויטען מיט דברי בדחנות און מהאט געזינגען ניגוני שמח

דערנאך האט כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א אויפגעטרויטען מיט פייערדיגע דברות קודש פאר איבער א שעה צייט ארומרעדנדיג ווי אזוי א באבוב'ע שטיבל דארף אויסזעהן און אז מ'זאל זיין א קובע עתים לתורה אוון דאווענען ווי ס'באדארף צו זיין
אזוי אויך האט די רבי קורא שם געווען פארן היכל הבית מדרש "היכל ניסן" לעי"נ הרב החסיד המפורסם ר' ניסן לעזער ע"ה נאכדעם וואס די גאנצע בית מדרש איז נתנדב געווארן דורך בנו הטפסר המרומם הרב אברהם אהרן לעזער מראשי ומגדולי תומכי קהילה קדושה באבוב און די רבי האט ארויסגעברענגט אז ווען מ'גייט אריינקומען אין בית מדרש זאל מען זיך דערמאנען זיך צו פירן אזוי ווי ר' ניסן בתורה עבודה וגמילות חסדים
אויך האט די רבי דערמאנט אז אין די לעצטע חדשים האט מען אויך מחנך געווען א נייע פרעכטיגע מקוה אין באבוב'ע בית מדרש אין טאראנטא קאנאדא אויך בנדבת לבו פון ר' אברהם אהרן, דערנאך האט די רבי ארומשפאצירט אינעם בית מדרש און אין די נייע מקוה. דער גאנצע עולם האט דערנאך ארויסבאגלייט דעם רבי ביז צו דער קאר זינגענדיג ניגוני שמחה
אטעטשמענטס
IMG_20220216_222950_737.jpg
IMG_20220216_222950_737.jpg (90.57 KiB) געזען 1435 מאל
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3348
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
פולין האט געשריבן:

ווער? וואס? וואו?
ביטע צושרייבן די פרטים אין אייער תגובה!

לכאורה, עפעס מיט דעם.
פולין האט געשריבן:מרן ראש הישיבה שליט"א שליח ציבור בתפילת ערבית הערב לרגל יום היא"צ על אביו כ"ק מרן האדמו"ר מגור ה "פני מנחם" זי"ע
לעצט פארראכטן דורך פאנטאזיע פליער אום דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 7:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בורו פארק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 4:21 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך בורו פארק »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
רוסישע פרינץ האט געשריבן:
פולין האט געשריבן: בילד

ווער? וואס? וואו?
ביטע צושרייבן די פרטים אין אייער תגובה!

לכאורה, עפעס מיט דעם.
פולין האט געשריבן:מרן ראש הישיבה שליט"א שליח ציבור בתפילת ערבית הערב לרגל יום היא"צ על אביו כ"ק מרן האדמו"ר מגור ה "פני מנחם" זי"ע

מ'זעהט אין דער בילד דער דריי ברודערס קינדער פון דער בעל הפני מנחם מגור זצוק"ל ארויף גיין צום ציון הקדוש אין ישיבת שפת אמת ביים יארצייט יעצט ביינאכט, דער בכור הרה"צ ר' יעקב מאיר אלתר שליט"א, דער ראש ישיבה הגאון הרב שאול אלתר שליט"א, און ראש ישיבת פני מנחם הגאון רבי דניאל חיים אלתר שליט"א, צוזאמען מיט קהילת פני מנחם וואס איז בנשיאת הגאון הרב שאול אלתר שליט"א.
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

שמחת בית פשעווארסק
ס'איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן כמר יעקב לייזער נ"י בן הרב שמעלקא לייזער בן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
מיט הכלה בת הרב יצחק לייפער בן האדמו"ר מחוסט ארה"ק שליט"א וחתן הרה"צ ר' אהרן דוד פאנעט ז"ל
עמיקא וטמירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך עמיקא וטמירא »

ס'איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ אבד"ק וואידסלאיוו שליט"א, מיט הכלה בת הרב יוסף מייזליש שליט"א בו הגה"צ אבד"ק ווייטצען לאנדאן שליט"א וחתן האדמו"ר מאלעסק ז"ל.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך moishy56 »

ויזניץ מרכז:

היום יום ה' כי תשא בבוקר הגיע כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א לביקור בענגלאנד, לטובת בניית ביהמ''ד החדש בבני ברק,
לאחר ששהה בשבועות האחרונים בניו יארק ובמאנטריאל.

מהעירפארט בלאנדאן, נסע לעבר London Clinic Hospital לביקור חולים אצל ש''ב כ''ק מרן אדמו''ר מוויזשניץ לאנדאן שליט''א,
ואח''כ נסע להאטעל 'Norton Park Hotel, Winchester' בענגלאנד, שם יתקיים תפילת שחרית.

היום יום ה' כי תשא בערב יערוך דינער מיוחד בהאטעל ב-Winchester בענגלאנד, לטובת בניית ביהמ''ד החדש בבני ברק.

שבת פרשת כי תשא ישבות במלון ב-Winchester בענגלאנד, עם אנ''ש מאירופה.

יום א' ויקהל, אור לכ' אדר, יערוך בהאטעל ב-Winchester, השלחן הטהור לרגל היא''צ של אביו רביה''ק הישועת משה זי''ע.

יום ה' ויקהל יחזור לביתו בבני ברק.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”