#וויזניץ לונדון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועט אי"ה אנהייבן אין די קומענדיגע טעג אריבער גיין עטליכע חדשים פון באהאנדלונג לצורכי רפואה נאכדעם וואס מ'האט געפונען ביים רבי'ן די שווערע מחלה.
די דאקטוירים געבן א שטארק פאזיטיווע בליק אויפ'ן צוקונפט און זאגן אז בעזרת השם וועט די רבי שליט"א האבן א גאנצע רפואה.
רבינו שליט"א וועט זיין אין לויף פון די וואכן עטליכע טעג אין שפיטאל, און ווי מען האפט לויט די אומשטענדן וועט זיך די רבי שליט"א צוריקקערן למעון קדשו במשך די שבתים בעזרת השם.
זייט ווײטער מתפלל מרן דוד בן סימא מירל לרפואה שלימה
כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א גייט היינט נאכמיטאג אריין און שפיטאל אי"ה אנהייבן די ערשטע סעריע פון טריטמענטס לצורכי רפואה, די רבי שליט"א וועט וויילן אין שפיטאל פאר די יעצטיגע טריטמענט סעסיע פאר די קומענדיגע 7 טעג, מען האט איינגערישט אלע צרוכים ווי א בית מדרש צו דאווענן וכו'. די אייבישטער זאל העלפן אז אלעס זאל גיין אויפ'ן בעסטן אויפן און רבינו שליט"א זאל האבן א גאנצע רפואה במהרה. זייטס ווײטער מתפלל לרפואת מרן רבינו דוד בן סימא מירל לרפואה שלמה. והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.
א באריכט פון חצרות הקודש: צוזאמגענומען פון די פאלגעדיגע מקורות כדי להקל (JDN. JCN. אידישע וועלט. קול בחצרות)
שיכון וויזניץ: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין יונגסטע איידעם הרב מנחם מענדיל האגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ישראל אליעזר האגער שליט"א אב"ד סערט ויזניץ ירושלים, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' דוד ראזענפעלד שליט"א אבד"ק קדושת שמואל צבי לעלוב קארלין, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ברכת משה מלעלוב זי"ע. - די שמחת החתונה קומט פאר בהיכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון ויזניץ בני ברק.
תולדות אברהם יצחק: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' חיים מאיר קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק ביתר, איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל בעל קנה בושם ורב דחסידי תולדות אברהם יצחק, מיט די חתן א זון פון הרב אהרן ליבערמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יקותיאל ליבערמאן שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי געלבער שליט"א אבד"ק מונקאטש ב"ב, איידעם ביי כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל בעל מחשבת הלוי, אור אייניקל פון הגה"צ ר' יוסף ליבערמאן שליט"א ראש כולל שומרי החומות. - די שמחת החתונה קומט פאר אין א גרויסע זאל אויף רחוב החוזה מלובלין אין שטאט ביתר.
סאטמאר מהרי"י : היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אליהו גרויס שליט"א מבערבעשט, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים שליט"א מח"ס סייעתא דשמיא. - די שמחת החתונה קומט פאר אין די עמינענס זאלן אין ת"ת קראסנא אין בארא פארק.
ויזניץ - ספינקא - תפארת אליעזר - סיגעיט: היינט קומט פאר די שבע ברכות בבית ויזניץ - ספינקא - תפארת אליעזר - סיגעיט, אין ביהמ"ד תפארת אליעזר אין בארא פארק צוגעשטעלט דורך די הנהלת הקהילה
וויזניץ מאנסי: היינט קומט פאר די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב חיים מאיר האגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' ישראל אברהם אלטר טויב שליט"א אבד"ק תולדות נפתלי קאלוב ב"פ, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין וויזניצע בית המדרש אין מאנסי. כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי לאזט זיך היינט נאכט ארויס אויף א בליץ באזוך קיין לאנדאן, צו מבקר חולה זיין זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן.
ספינקא ב"ב: היינט קומט פאר די שמחת הברית לבן הנולד ביי הרב משה קאפף שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב בראנוביץ שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא ב"ב שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד ספינקא אויף רחוב רבי יהושע אין בני ברק.
וואלקאן עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' יואל אויש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' חיים אויש שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וואולקאן זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשענסקאוויץ זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' אלי' קופפערמאן שליט"א אב"ד סאכאטשוב, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם ברוך הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ ר' חיים יעקב הורוויץ שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מציעשנוב זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סאדאוונא שליט"א
דושינסקיא: כ"ק אדמו"ר שליט"א לאזט זיך היינט ארויס אויפן וועג קיין לאנדאן, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע צוויי וואכן לטובת מוסדותיו הקדושים, און מחזק זיין די חסידים קהל עדת צאן מרעיתו חסידי דושינסקיא אין ענגלאנד.
גור: בקשו רחמים: דער ציבור ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת הרבנית מגור תליט"א וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל, הרבנית שושנה ריזל בת מינדל קילא לרפו"ש, והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.
וויזניץ לונדון: כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א גייט היינט נאכמיטאג אריין און שפיטאל אי"ה אנהייבן די ערשטע סעריע פון טריטמענטס לצורכי רפואה, די רבי שליט"א וועט וויילן אין שפיטאל פאר די יעצטיגע טריטמענט סעסיע פאר די קומענדיגע 7 טעג, מען האט איינגערישט אלע צרוכים ווי א בית מדרש צו דאווענן וכו'. די אייבישטער זאל העלפן אז אלעס זאל גיין אויפ'ן בעסטן אויפן און רבינו שליט"א זאל האבן א גאנצע רפואה במהרה. זייטס ווײטער מתפלל לרפואת מרן רבינו דוד בן סימא מירל לרפואה שלמה. והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.
ניחום אבלים:
צו די פטירה פון הרבנית דבורה העניא גרינפעלד ע"ה אלמנת הגה"צ ר' יהודה גרינפעלד זצ"ל דומ"ץ בעלזא אין אנטווערפען, זיצן שבעה אירע קינדער הרבנים הגאונים שליט"א אין איר שטוב אין אנטווערפען, הגה"צ ר' משה ירחמיאל גרינפעלד שליט"א אבד"ק סעמיהאי ב"פ, הגה"צ ר' ישראל זאב גרינפעלד שליט"א מרבני בעלזא אנטווערפען, הגה"צ ר' אהרן גרינפעלד שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנטשעסטער, הגה"צ ר' יחזקאל גרינפעלד שליט"א אבד"ק נירעדהאז ב"ב, הגה"צ ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א אבד"ק סעמיהאי אנטווערפען, הגה"צ ר' יעקב יוסף גרינפעלד שליט"א אבד"ק סעמיהאי ודומ"ץ ביאלא לאנדאן. די טעכטער אשת המשפיע הגה"צ ר' יוסף נחמי' הירשלער שליט"א ראש ישיבת נזר התלמוד, אשת הגה"צ ר' שמואל לוריא שליט"א דומ"ץ ויזניץ אנטווערפען, און אשת הגה"צ ר' צבי אלימלך האלטובסקי שליט"א.נדבורנה: היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל באר יעקב מנדבורנה זצ"ל, בנו כ"ק אדמו"ר מנדבורנה שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אויפ'ן הר הזתים און דערנאך וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן די יארצייט סעודה אין ביהמ"ד הגדול נדבורנה אין בני ברק.
אלעסק ארה"ק: כ"ק אדמו"ר מאלעסק ארה"ק שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין ניו יארק לרגל די שלושים פון אביו כ"ק אדמו"ר מאלעסק זצ"ל.
קאלוב: היינט געפאלט אויס די יארצייט פון הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאלוב זי"ע, א גרופע אידן גייען ארויף צום ציון הק' אין שטאט קאלוב אין אייראפע, צו פוקד זיין די ציון הק' ביומא דהילולא.
היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון משה רבינו, טויזענטער אידן וועלן שטראמען צו אתרא קדישא מירון להפקד בדבר ישועה ורחמים.
פרישער פון פריש איז אייביג גוט צו זיין, עס ברענגט נאר פרישקייט!!!!
סאדיגורה ירושלים : לקראת השמחה הגדולה בבית המלוכה שמחת נישואי בתו הבכורה של כבו"ק מרן רבנו עט"ר שליט"א - יצאו היום ז' אדר א' קהל אנ"ש בראשות כבו"ק מרן רבנו שליט"א לתפילה במקומות הקדושים בצפון.
האדמו"ר מ'קאלאשין שליט"א באזוכט ביי כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א [מהר"א] אין באגלייטונג פון בנו הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א - מנהל ישיב"ג סניף ברך משה
ואזכה האט געשריבן:סאדיגורה ירושלים : לקראת השמחה הגדולה בבית המלוכה שמחת נישואי בתו הבכורה של כבו"ק מרן רבנו עט"ר שליט"א - יצאו היום ז' אדר א' קהל אנ"ש בראשות כבו"ק מרן רבנו שליט"א לתפילה במקומות הקדושים בצפון.
קרעטשניף-ירושלים: היינט נאכט קומט פאר די לעצטע שבע ברכות בבית קרעטשניף-בוהוש צוגעשטעלט דורך קהילת קרעטשניף-ירושלים, עס קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול קרעטשניף אויף רח' אבינועם ילין אין ירושלים עיה"ק, נאכן שבע ברכות וועט פארקומען די מצוה טאנץ כנהוג.
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע (הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא