כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ביקר כעת [יום ב' לפנה"צ] במעונו של האדמו"ר מגור שליט"א בירושלים. כשנכנס אד"ש נעמד הרבי מגור מלוא קומתו.
אד"ש אמר לו ששומעים דשי"ם חזקים - שטארקע גריסן מתכנית ה'מזומנים' וכי הוא בעצמו ראה הרבה פעמים בחורים מגור שהולכים ברחוב ומשננים דפי גמרא, וב"ה שהרבה קהלות וישיבות כבר מחקים את הרעיון.
אד"ש הפטיר שזה יהיה מתנה גדולה לקבל בזה פני משיח צדקנו.
בסיום ברכו הצדיקים זא"ז בברכת גמח"ט, ואדמו"ר מגור יצא עד הפתח ללוות את אד"ש.
משם נסע אד"ש לשפוך שיח בכותל המערבי.
אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט״א אנגעקומען מבקר חולה זיין הגה״צ ראב״ד סקווירא שליט״א אין זיין שטוב אין מאנטריאל, דער רבי האט דורש בשלומו געווען און ווארעם אנגעווינטשען.
אום 2:00 נאכמיטאג איז פארגעקומען די ספעציעלע זמנים פון קבלת קהל, מען האט גענדיגט 7:15, דאן האט דער רבינו געדאווענט מנחה און מעריב בבית מדרשו הפרטי.
שפעטער ביינאכט האט דער רבי מחדש געווען די לבנה בחצר בית המדרש הגדול, און דאן געווינטשען א גוטן חודש.
כל נדרי - מעריב: הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א
שחרית: הרה"ג ר' דוד אונגער שליט"א
מוסף: הרה"ג ר' יעקב אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ סקווירא בב"ב
מנחה: הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ השיכון
נעילה: הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א
דעם פארגאנגענעם וואך דאנערשטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א א באשיידענע מעמד סיום כתיבת האותיות פאר'ן ספר תורה וואס איז געשריבען געווארן לכבודו פון די רב, דורך הרבני הנגיד שר הצדקות עמוד התווך און בריח התיכון פון מוסדות באבוב בכל רחבי תבל ר' ישראל ענגלענדער שיחיו, ביים מעמד האבן זיך אנגעזעהן בני רבינו און א געקליבענע צאל גרעסערע נדיבים בעם, די רב האט מכבד געווען די נדבן און אלע גרעסערע תומכים אריינצושרייבן א אות, אזוי אויך בני רבינו און הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א, דערנאך האט רבינו שליט"א אריינגעשריבען די לעצטע אותיות אינעם ספר, און דערנאך געטרינקען לחיים און געווינטשען ברכת קודשו, אויך האט אויפגעטרויטען מיט א דרשה הגה"צ ראש הישיבת באבוב שליט"א.
אין די טעג איז ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה פון עמודי ציון ד'באבוב, אז רצון קדשו פונעם רב שליט"א איז אז יעדער איינער זאל זיך באטייליגען ווי ביי א אייגענע שמחה און ארויסווייזען די ריכטיגע הכרת הטוב פאר ר' ישראל אלכסנדר וואס טוט יערליך מוזיל זיין מכיסו שווערע מיליאנען און נעמט די חלק הארי און אלע באבוב'ע פראיעקטען און אזוי ווי די נדיב לאזט נישט זיך קיינמאל נישט געהעריג מכבד זיין וכדו' און אויפשרייבן זיין נאמען אויף בנינים איז יעצט אן איינמאליגע געלעגענהייט ארויסצווייזן די דאנקבארקייט וואס די ציבור האט פאר עם.
ווי די עסקנים געבן איבער וועט די ביהמ"ד ווערן איינגערישט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס אויף אלע פיר זייטן צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור וואס איז ערווארטעט אזוי אויך וועט פארקומען א ספעציעלע מעמד פאר די ילדי התלמוד תורה און חצר פון ביהמ"ד צוליב דעם וואס ס'נישט מעגליך אריינצונעמן אין ביהמ"ד די גאנצע ציבור אויף איינמאל, די עסקנים זיצן אין די טעג און זענען דן בכובד ראש אלע פרטים להצלחת המעמד האדיר והמיוחד.
אזוי אויך איז היינט זונטאג פארגעקומען א קורצע אסיפה אלס הכנה צום מעמד פאר אלע בחורי ישיבות גדולות, תלמידי מתיבתא עץ חיים, ישיבת קדושת ציון, און ישיבת עץ חיים פון בני ברק, אין היכל המתיבתא ווי הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א האט אויפגעטרויטן קודם מיט א דרשה הכנה ליוה"כ און דערנאך ארויסגעברענגט די גרויסע הכרת הטוב, און די וויכטיגקייט פון אויספאלגן וואס די עסקנים הייסן להצלחת המעמד.
אין אנדערע נייעס האט הגה"צ דומ"צ דקהילתנו שליט"א אין מאנסי אויפגעטרעטן נעכטן מיט א דרשת הכנה ליום הקדוש און בית מדרשינו אין מאנסי