פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

איך האב שוין לאנג געזיכט ווי קען איך עם שיקען א שכוח פון מיר פאר זיינע אויטיהגען פאר כלל ישראל
און דא האב איך געראטפען די פלאץ
https://www.45office.com/info/share-your-thoughts
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

שכל'דיג האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ווען ער טוט עס ווען א טאג נאכן ווערן געבענט פון טוויטער וואלטן מיליאנען מענטשן געווען אויפגעסיינט דארט, יעצט איז ער סתם א לוזער.

אזוי לאנג האט גענומען פאר דזשערעד צו מאכן א וועבסייט?

צו דזשערעד האט עס געמאכט ווייס איך נישט.... אבער צו מאכן א וועב סייט גייט נישט אזוי שנעל, אפשר א אינפארמעישענאל וועב סייט קען מען מאכן איינס צוויי דריי.

וואס איז די אויפטוה פונעם סייט?

די זעלבע אויפטוה פארוואס ער איז געווען אויף טוויטער, ארויסצוגעבן זיין בויך וויי, און זיין קאנעקטעט מיט זיינע שטיצער, און איך האלט אז מיט די צייט גייט ער עס מער און מער אפגרעידן, אזא שיינע מעסעדזש פאר טוויטר, מוחל טובות.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

יואל שרייבער האט געשריבן:אבאמא האט ווארשיינליך געהאט א שטערקערע השפעה אויף זיין פארטיי די לעצטע פיר יאר, עס איז נאר נישט געווען אזוי אנזעבאר סיי ווייל ער טוט זאכן שטילערהייט, און סיי ווייל ער איז מער געווען ביז צו פארטיידיגן די אלטע גווארדיע, און אראפהאלטן די לינקע, ווען אבאמא וואלט געוואלט איבערמאכן זיין פארטיי פאר א פולע AOC סטייל וואלט ער עס ווארשיינליך גרינג געקענט טון.

די איינציגסטע חידוש מיט טראמפ איז אז נאכן פארלירן, און נאך יאנואר 6 האט ער נאכאלץ כמעט אזא כח ווי אבאמא ביי די דעמאקראטן.

געבאקן א מעשה, אבאמע איז שוין נישט אויף די מאפע בכלל, און איז נישט געווען די לעצטע פיר יאר,

עס פאסט נישט ר' יואל. די גלייבסט און וואס די האסט דא געשריבן? זאג די אמת!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

צל עובר האט געשריבן:@פעיק, ווייל מען זעהט נישט די לעצטע פיר פינעף יאר אז טראמפס אינדארסמענטס וועגן א קילאטאן...

עס איז "מעגליך" "אויך" אן איידיע, עס איז "זיכער" אויך א רעביסטעווע.

פארוואס זענען כסדר זיינע קינדער אויף רייט ווינג מידיע? ווייל מענטשן הערן זײ אויס. פארוואס הערן מענטשן זיי אויס מער ווי סתם מענטשן פון די גאס? ווייל זיי זענען דעם "רבי'נס" קינדער.

הגע בעצמך, איינער איז מסופק אז אויב טראמפ פאנגט אן א פאבליק פייט מיט ראן דיסאנטיס, אז דיסאנטיס ווערט אויס פראנט ראנער תיכף ומיד?

מיין פערזענליכע מיינונג איז אז טראמפ האלט נישט אויס די פאקט אז דיסענטעס שטייט אזוי גוט אין די פארטיי, דערווייל טרייט ער נאך מיט גוטן, פאריגע וואך האט ער געזאגט אז ער וואלט אים גענומען אלץ מיטלויפער

מיין פילינג זאגט מיר אז זיי גייען זיך נאך מיאוס צוהרגענען, הגם דיסענטעס איז סאך א נארמאלערע מענטש

#עמער זען
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4636
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: פין די דעסק פין דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

Haklal האט געשריבן:יישר כח פארן באריכטן
קוקט מיר אויס ווי א ליצנות

נישט פארגעסן אז דאדזש קוין האט זעך אנגעהויבן אלץ אַ וויץ
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

..
אטעטשמענטס
1D050714-650A-47B3-8CF8-9D0D1E9FBC42.jpeg
1D050714-650A-47B3-8CF8-9D0D1E9FBC42.jpeg (499.82 KiB) געזען 1774 מאל
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

שכוח רב בריסטאוי
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בעסער אזוי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@פעיק, ווייל מען זעהט נישט די לעצטע פיר פינעף יאר אז טראמפס אינדארסמענטס וועגן א קילאטאן...

עס איז "מעגליך" "אויך" אן איידיע, עס איז "זיכער" אויך א רעביסטעווע.

פארוואס זענען כסדר זיינע קינדער אויף רייט ווינג מידיע? ווייל מענטשן הערן זײ אויס. פארוואס הערן מענטשן זיי אויס מער ווי סתם מענטשן פון די גאס? ווייל זיי זענען דעם "רבי'נס" קינדער.

הגע בעצמך, איינער איז מסופק אז אויב טראמפ פאנגט אן א פאבליק פייט מיט ראן דיסאנטיס, אז דיסאנטיס ווערט אויס פראנט ראנער תיכף ומיד?

מיין פערזענליכע מיינונג איז אז טראמפ האלט נישט אויס די פאקט אז דיסענטעס שטייט אזוי גוט אין די פארטיי, דערווייל טרייט ער נאך מיט גוטן, פאריגע וואך האט ער געזאגט אז ער וואלט אים גענומען אלץ מיטלויפער

מיין פילינג זאגט מיר אז זיי גייען זיך נאך מיאוס צוהרגענען, הגם דיסענטעס איז סאך א נארמאלערע מענטש

#עמער זען

ער שטייט גארנישט אויס צו פארדינען מיט'ן זיך צע'הרג'ענען מיט אים, אבער שטייט אסאך אויס צו פארלירן. ער דארף אים האבן, און ער האט נישט קיין שום נארמאלע סיבה מסביר צו זיין פאר'ן המון עם פארוואס ער זאל זיך צוקריגן מיט. אויסער דעם קען ער פארלירן פלארידע דורך דעם.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פוילער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אמת. איך האלט נאך אלץ אז מיין נקודה איז א שטארקע.

העמיר זען.

דיין נקודה איז טאקע א שטארקע, און טראמפ האט טאקע א פלאטפארמע.

מען הערט דאס אבער נישט פון אים. איך וויל עס הערן. דערווייל וואס איך זע פון אים, איז חוזק מעסעדזשעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קענטאקי האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:צ/נ
קען נישט זיין א בעסערע פלאטפארמע ווי אויסרייניגן די פארטיי פון שוואכלינגען און שטערערס. טראמפ ווייסט וואס ער טוט, ווי שטענדיג.

עטס כאפטס נישט. כדי צו רעדן פון שוואכלינגען און שטערערס, דארפסטו קענען ווייזן דיין וויזיע, און אויף דעם קאמפיינען אז זיי שטערן. ווייז דיין מהלך וויאזוי דו ווילסט קעמפן פאר די מענטשהייט און דערנאך ווייז ווי אזוי מען קען נישט ארבעטן מיט די חברה וואס זוכן נאר אז זייער אנזען זאל בלייבן שיין.

אגב, וואס איז דאס צ/נ?

טראמפ לויפט נישט יעצט פאר פרעזידענט און רעפובליקאנער מאנגלען נישט אין פלאטפארמעס, זיי דארפן נאר נארמאלע שטארקע פירערס. דאס מערסטע וואס טראמפ קען יעצט טון פון זיין מאראלאגא צעל איז באקעמפן די פארהאסטע עסטאבלישמענט.

צום נושא..

ער לויפט אבער יא פאר פירער פון דער פארטיי. כדי צו קאנעקטן צום וויילער'ס קאפ ער זאל טאקע שפירן אז מען דארף פטור ווערן פון די שוואכלינגען, דארף ער עפעס ארויסברענגען אויסער חוזק מאכן פון זיי. עס זענען דא גענוג עסטאבלישמענט פאליטישאנס וואס זענען יא פאפולער דערווייל אין זייערע סטעיטס און דיסטריקטס. ער דארף עפעס מער ווי סתם קינדישע חוזק מעסעדזשעס, זיי אראפצוברענגען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:איך פריי זיך גראדע זייער אז ער ווארפט ארויס די חברה פון דארט. די חברה שטייען פאר קיין שום אמת אין דער וועלט. זיי שטייען בלויז פאר זיך, זייער טאש און זייער כבוד. די שאלה איז פאר וואס ודעימי' טראמפ שטייען יא.

אנטי עסטעבלישמענט.

און בעד וואס?

דאנעלד דזשאן טראמפ דער ערשטער.

איף יו לייק איט, אר נאט.

סטעפאניק האט געשטימט פיל ווייניגער מיט טראמפ ווי טשעיני אין זיינע יארן אלס פרעזידענט,
.@FiveThirtyEight's "Trump Score" - how often members vote in line w/ Trump's positions - as of Jan. 13, 2021:

@RepStefanik: 77.7%

@RepLizCheney: 92.9%

https://t.co/8vy9nu9lqX
אבער יעצט איז זי געקענסלד, ווייסט פארוואס? ווייל זי איז פון די געציילטע רעפאבליקאנער ערוועלטע וואס האבן די חיפה צו זאגן ברבים אז די וואלן זענען געווען לעדזשיט.

דא האסטו פון טראמפ אליינס א שעה צוריק.
IMG_20210505_104835.jpg
IMG_20210505_104835.jpg (226.34 KiB) געזען 1666 מאל
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

אינטערעסאנט אז געװיסע װילן (גײען קײנמאל) נישט אײנזעהן אז טראמפיזם איז חי וקים, די מידיא װאס האסט טראמפ צום טױט מעקסט אױס זײער ענערזשי קעגן אים, דאך זענען דא ״שװערע מיליאנען״ - רוף זײ װיאזױ דו װילסט - מענטשן װאס זעען אין אים א פײטער פאר זײערע רעכטן, ס׳געװען ערגעץ א שײנע תגובה פון @נשמת השכל װאס האט קלאר מסביר געװען די גאנצע ״טראמפ״ פענאמען, און װאס ליגט אונטער דעם, א באזע װאס איז געװאקסן - על אפם ועל חמתם פון זײנע פײנט - נאך 4 יאר רדיפות מיט אריבער 10 מיליאן מענטשן,
פארפאלן, זעט אױס אז געװיסע װילן - װעלן דאס קײנמאל נישט פארשטײן,
(כ׳זוך נשמת׳נס תגובה, װער ס׳װײסט װי ס׳איז ביטע אהערברענגען, ס׳קען זײער בײהילפיג זײן פאר די װאס װילן יא פארשטײן יעצט אז טראמפ איז צוריק מחדש זײן דעסק אפיציעל)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פוילער האט געשריבן:די דעמאקראטן האבן געוואונען אן א פלאטפארפע, בלויז אנטי.

איך עגרי מיט דעם טעיק.

הגם, אודאי האבן די דעמאקראטן א פלאטפארמע, כ@פעיק ניוז, אבער די בענעפיטירער פון די פלאטפארמע זענען בעיקר די סארטן דעמאגרעפיגס ביי וועם "טראמפ" האט גאר געגעינט קעגן 2016, ביידן'ס געינס איז בעיקר געווען צווישן מיטל קלאס ווייסע וואס האבן געזאגט אינאף איז אינאף, דאנעלד טראמפ העז גאט טו גאו.

-------

זעה איך אז פער בריסטאו האט שוין געברענגט פאר מיר וואס טראמפ זאגט בנוגע טשעיני, על כל פנים דאס זעהט מען, אז איר עולה פארוואס מען ברויך איר קענסלן איז נישט אנערקענען אז מען האט גערויבט די וואלן.

------

זעהט מיר אויס אז - טו סאם עקסטענט - די פלאטפארמע/מעסעדזש איז כדהלן, איך קען באשטיין צו הערן אויב דער עולם עגריעט:
דאנעלד טראמפ איז דער איינציגסטער וואס איז דא ארויסצוהעלפן "ווי דע פיפאל" און נישט די גרויסע פריצים, און מהאי טעמא איז "דער סיסטעם" אים אזוי אויסן אונטערצוברענגען, נישט ווייל זיי האבן אים פיינט, נאר ווייל זיי האבן פיינט "ווי דע פיפאל", און א גרויסע חלק פון דעם כהיום איז אז דער סיסטעם איז געגאנגען עד כדי כך צו בארויבן די וואלן אינמיטן העלן טאג פון ווי דע פיפאל.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

צל עובר האט געשריבן:

100%, דא האסטו וויאזוי ביידן האט ביי די דזשאוינט סעשאן אף קאנגרעס אויסגעטאטשט אז ווי די פיעפיל מיינט די גאווערמענט,

Our Constitution opens with the words — as trite as it sounds — “We the People”. Well, it’s time to remember that “We the People” are the government — you and I. Not some force in a distant capital. Not some powerful force that we have no control over. It’s us. It’s “We the People.”
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:אינטערעסאנט אז געװיסע װילן (גײען קײנמאל) נישט אײנזעהן אז טראמפיזם איז חי וקים, די מידיא װאס האסט טראמפ צום טױט מעקסט אױס זײער ענערזשי קעגן אים, דאך זענען דא ״שװערע מיליאנען״ - רוף זײ װיאזױ דו װילסט - מענטשן װאס זעען אין אים א פײטער פאר זײערע רעכטן, ס׳געװען ערגעץ א שײנע תגובה פון @נשמת השכל װאס האט קלאר מסביר געװען די גאנצע ״טראמפ״ פענאמען, און װאס ליגט אונטער דעם, א באזע װאס איז געװאקסן - על אפם ועל חמתם פון זײנע פײנט - נאך 4 יאר רדיפות מיט אריבער 10 מיליאן מענטשן,
פארפאלן, זעט אױס אז געװיסע װילן - װעלן דאס קײנמאל נישט פארשטײן,
(כ׳זוך נשמת׳נס תגובה, װער ס׳װײסט װי ס׳איז ביטע אהערברענגען, ס׳קען זײער בײהילפיג זײן פאר די װאס װילן יא פארשטײן יעצט אז טראמפ איז צוריק מחדש זײן דעסק אפיציעל)

דו מיינסט דאס?
צו האסט דאס געמיינט צו נישט איז עס נוגע דא!
נשמת השכל האט געשריבן:פון אשכול: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

נשמת השכל האט געשריבן:

אל כבוד אלע טייערע חברים דאהי אין טראמפ-לאגער:

דער אשכול רופט זיך טאקע דער "פרא טראמפ אשכול", אבער.. באמת איז דאס נישט די ריכטיגע ווארט צו דעסקרייבן די איינוואוינער אין דעם אשכול.

מיר זענען נישט קיינע טראמפ שטיצער, מיר האבן מיט דעם בריה 'דאנאלד טראמפ' קיין שייכות קיינמאל געהאט - און מיר האבן ווייטער נישט. עס איז א געוויסע מיינדסעט וועלעכע מיר אלע פארמאגן - און מיר זעהען 'דאנאלד טראמפ' אלץ דער מענטש וועלעכע זאל שטעלן דעם טאן וועלעכע מיר שפירן אלץ דער 'נאטורליכער' טאן פון יושר און צדק און נארמאלקייט און קאמאן סענץ.

מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז'!

און מיר זענען:

'פרא מענטשהייט!'

'פרא אמתע פרייהייט'!

'פרא מענטשליכע פרייהייט!'

'פרא מענטשליכע ווירדן און מאראל!'

'פרא אנטי הפקירות'דיגע ווירדן!'

'פרא רעליגיעזע פרייהייט!'

פרא פרייהייט פון אויסדריק פאר יעדן איינעם!'

'פרא יוסטיץ פאר יעדן איינעם!'

'פרא פרייהייט פאר יעדן יחיד ויחיד!'

וכו' וכו' וכו'.

שוין פון לאנג פארביי זענען די צייטן אין וועלעכע די צוויי הויפט פארטייען אין אמעריקא קריגן זיך ארום אין די פאליטישע מהלכים ווי אזוי צו פירן דאס לאנד. די פאליטישע מלחמה אין אמעריקע איז שוין פון לאנג נישט קיין פאליטישע!

עס איז א מלחמה פון 'מענטשהייט - קעגן אומ-מענטשהייט!'

א מלחמה פון 'פרייע פרייהייט - קעגן געצוואונגענע פרייהייט!'

א מלחמה 'צו דו זאלסט אליין קענען באשליסן ווי אזוי צו זיין פריי - קעגן דעם אז מען זאל דיך איינטיילן ווי אזוי צו זיין פריי!'

א מלחמה צו 'דו' זאלסט זיין 'דיין' אייגענע בעל הבית - קעגן דעם אז א ליבעראל געטריבענע רעגירונג זאל זיין דיין בעל הבית!'

וואס זאל איך אייך זאגן, איך זעה די וועלט פארן אין א ריכטונג - וואס ווען מען וועט הערשט אנהייבן כאפן אין וועלעכע ריכטונג עס פארט וועט שוין פון לאנג זיין צו שפעט צוריק צו דרייען דאס רעדל!

א וועלט אין וועלעכע נישט אזוי ווייט אז מען וועט נישט לאזן זיך אננעמען פאר זיך אליין, נאר מען וועט דאס בכלל נישט וועלן. מען וועט זיין איבערצייגט אז די ריכטיגע זאך איז זיך צו בייגן און ליידן - בכדי צו קענען דינען די טובה פון די מלכות של חסד פון ליבעראלע קומיניזם.

'זיץ איין',

'רודער נישט',

'זיי נישט אן קיין כאאס',

'דריי נישט איבער',

'שטעל דיך נישט קעגן',

'זיי נארמאל',

'מאך דיך נישט צו-נער',

'קום נישט מיט קיין קאנספיראציעס און חלומות',

'זאג נישט אנדערש פון יעדן',

'פאר די טובה פון די סאסייעטי לאז די מצב רואיג'.

דאס זענען שוין היצט די אויסדריקן וועלעכע מען הערט אינעם ריכטונג פון די וועלעכע פרובירן צו שטעלן דעם טאן פון די רעכטע ווירדן אויף די פיס. און דאס וועט נאר ערגער ווערן.

פאר פיר יאר האט 'דאנאלד טראמפ' אפגעהאלטן די וועלט בכלל אין דאס לאנד אמעריקע בפרט - פון ארונטערפאלן אונטער די גזירה פון די ליבעראלן וועלעכע ווילן פארקנעכט'ן די גאנצע וועלט אונטער איין שירעם אידאלאגיע הנקרא 'די ליבעראלע אידאלאגיע'. און צוליב דעם טאקע האט ער פארמאגט אזויפיל שונאים פון די גאנצע פרייע ליבעראלע וועלט, 'אלע' האבן אים געוואלט זעהן אראפ.

דאנאלד טראמפ האט טאקע באוויזן אפצוהאלטן דאס לאנד פון די גזירת הליבעראלים פאר פיר גאנצע יאר - ארויפברענגענדיג אויפן אויבערפלאך פילע פון די ליבעראלע פראבלעמען, דערמיט אויפרייצענדיג אויף זיך די גאנצע ליבעראלע וועלט - מבית ומבחוץ.

אבער.. דאס אלעס האבן מיר היצט פארלוירן! די לעצטע פיר יאר איז נאר געווען א ישועה והצלה פורתא, אין די בחינה פון 'נדחה הגזירה - אבל לא בטלה'.

פון דא און ווייטער 'אזיל גברא דמיסתפינא מיניה'... און פון היצט אין ווייטער איז כמעט נישט פארהאן דער זאך וועלעכע זאל אפהאלטן די וועלט פון גיין מטה מטה - אראפ אינעם תהום הליבעראלי!

מיר האפן טאקע אלע אויף זייער גוטע צייטן, אבער בו בזמן זענען מיר באוואוסטזיניג און מיר האלטן די אויגן אפן צו זעהן און זיך צוצוקוקן צום לאך וועלעכע מענטשן בעלי דעת גראבן אויס פאר זעך אליין און פאר יעדן ארום.

ותפילותינו בפינו - אז דער כל יכול זאל שוין 'אחת ולתמיד' מאכן א סוף צו די פארשאלטענע ליבעראלן און זייערע פינסטערע אגענדעס! און ביז דערווייל בלייבט אונז בלויז איבער צו גלויבן באמונה שלימה אז הקב"ה איז דער קלארער מנהיג העולם, און אז די אלע הצלחות פון די פארשאלטענע ליבעראלן איז אויך נאר דורך זיין האנט! און אז ער האט א קלארע חשבון ווי אזוי ער פירט דאס אלעס צו צום תיקון השלם - במהרה ובקרוב ממש. אמן.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

דאס איז גוט, אבער כ׳זוך א אנדערע היבש לענגער,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

..
אטעטשמענטס
CF3B05D9-EAAF-43D7-BEF3-5DAC74B917B4.jpeg
CF3B05D9-EAAF-43D7-BEF3-5DAC74B917B4.jpeg (483.91 KiB) געזען 1429 מאל
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

צל עובר האט געשריבן:על כל פנים דאס זעהט מען, אז איר עולה פארוואס מען ברויך איר קענסלן איז נישט אנערקענען אז מען האט גערויבט די וואלן.

די רעפובליקאנער לעת עתה אן טראמפ זענען נישט ווערט לצור עפ"י צלוחית, יעדע נארמאלע רעפובליקאנע פאליטישן פארשטייט אז מ'דארף צוקומען צו טראמפ ווייל דאס איז וואס די וויילער ווילן, ווען די פארטיי פירערשאפט קריגט זיך ארום מיט טראמפ איז עס א פאטש פאר די וויילער. דאס פארשטייט יעדער פאליטישן וואס זוכט די טובה פון די פארטיי אדער איז נישט איבערגענומען מיט איבעריגע האס אויף טראמפ, אפגעזען צו זיי פערזענליך האלטן יא אדער נישט אז די וואלן זענען געפעלטשט געווארן.
וואסערע פשט האט ווען פינף און ניינציג פראצענט פון די וויילער זענען ברוגז אויף וואס טשעיני טוט, ס'איז נישטא קיין אויסזיכט אז אזא פארטיי זאל קענען רעכענען אויף זייערע וויילער בעתיד ווען טשעיני שלאגט זיך ארום מיט טראמפ מיטן זיגל פון די פארטיי.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פוילער האט געשריבן:די דעמאקראטן האבן געוואונען אן א פלאטפארפע, בלויז אנטי.

ווען איך האב די וואוטס ווירטאולי אין טאש, דארף איך ניטאמאל זיין אנטי, און מיר איז גוט אויך אן א קאנדידאט (דהיינו ביידן) סאו משם אינו ראי׳
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

וואס איז די מעלה פון סטעפאניק? איז נישט דא וואס באלאנגען פאר איר און די רייע?
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

ווען טראמפ זאל מיר ווען הייערן אלס עדווייזער וואלט איך אים רעקאמענדירט צו עפענען דעם פלאטפארמע הערשט אין צוויי יאר ארום ווען ער לויפט פאר פרעזידענט.

דאס איז אמאל זיכער אז דאס נישט קענען טוויטן, איז דאס וואס האט אים געהאלפן זיך ערהוילן פון די יאנואר 6 סומאטוכע, און בכלל צו באקומען א נארמאלע פנים פון א געוועזענע פרעזידענט און נישט ווי א סוי לוזער.
און דאס איז אויכעט זיכער אז זיינע שטיצער זענען יעצט שטיל און דערשלאגן און אנגעגעסן אויף די פאליסיס וואס קומען יעצט ארויס פון וואשינגטאן, און אפילו אויף די פארשלאפענע פאליטישע אטמאספערע, און די עולם בענקט זיך צוריק צו טראמפ'ן.

ממילא די בעסטע זאך פאר אים וואלט געווען צו האלטן זיין עולם אויסגעהונגערט ווי לענגער, און אין צוויי יאר ארום אנקומען מיט א שטורעם ''איך בין דא צוריק! איך לויף פאר פרעזידענט! א פרישע סאשעל מידיא פלאטפארמע!

משא''כ יעצט האט ער בכלל נישט ווי עס איינצוקעשן, און ער הייבט בלויז די שאנסן זיך צו פארהארגענען.

און בכלל ס'נישט שייך צו זאגן אז ער גייט דא פירן א סוקסעספולע מלחמה קעגן די עסטעבלישמענט אויב ער איז נישט פרעזידענט, און ניטאמאל לויפט ער פאר פרעזידענט, און אן קיין שום פאליסי, וואספארא פנים וועט עס האבן אז דא שטייען די פאליטישאנס, און ארבעטן אין וואשינגטאן, מ'פארהאנדלט אויף בילס, און דא זיצט איינער אין פלארידע און דשאסט ער רייסט אפ דעם און נאכדעם יענעם?
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:ווען טראמפ זאל מיר ווען הייערן אלס עדווייזער וואלט איך אים רעקאמענדירט צו עפענען דעם פלאטפארמע הערשט אין צוויי יאר ארום ווען ער לויפט פאר פרעזידענט.

לאו דוקא, ער זיצט אין פלארידא און ער פירט די פארטיי, ו'ליז טשעיני יוכוח,
און אזוי ווי שוין גערעדט אויבן טראמפטזעם איז א איידיע, לאו דוקה די מענטש טראמפ נאר ער איז די טאטע פון די איידיע וואס גייט ווייטער אן אין גרויסען,
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:ווען טראמפ זאל מיר ווען הייערן אלס עדווייזער וואלט איך אים רעקאמענדירט צו עפענען דעם פלאטפארמע הערשט אין צוויי יאר ארום ווען ער לויפט פאר פרעזידענט.

דאס איז אמאל זיכער אז דאס נישט קענען טוויטן, איז דאס וואס האט אים געהאלפן זיך ערהוילן פון די יאנואר 6 סומאטוכע, און בכלל צו באקומען א נארמאלע פנים פון א געוועזענע פרעזידענט און נישט ווי א סוי לוזער.
און דאס איז אויכעט זיכער אז זיינע שטיצער זענען יעצט שטיל און דערשלאגן און אנגעגעסן אויף די פאליסיס וואס קומען יעצט ארויס פון וואשינגטאן, און אפילו אויף די פארשלאפענע פאליטישע אטמאספערע, און די עולם בענקט זיך צוריק צו טראמפ'ן.

ממילא די בעסטע זאך פאר אים וואלט געווען צו האלטן זיין עולם אויסגעהונגערט ווי לענגער, און אין צוויי יאר ארום אנקומען מיט א שטורעם ''איך בין דא צוריק! איך לויף פאר פרעזידענט! א פרישע סאשעל מידיא פלאטפארמע!

משא''כ יעצט האט ער בכלל נישט ווי עס איינצוקעשן, און ער הייבט בלויז די שאנסן זיך צו פארהארגענען.

און בכלל ס'נישט שייך צו זאגן אז ער גייט דא פירן א סוקסעספולע מלחמה קעגן די עסטעבלישמענט אויב ער איז נישט פרעזידענט, און ניטאמאל לויפט ער פאר פרעזידענט, און אן קיין שום פאליסי, וואספארא פנים וועט עס האבן אז דא שטייען די פאליטישאנס, און ארבעטן אין וואשינגטאן, מ'פארהאנדלט אויף בילס, און דא זיצט איינער אין פלארידע און דשאסט ער רייסט אפ דעם און נאכדעם יענעם?

ער האט עס נישט געפענט צו אויפטון, ער האט עס געפענט פאר נקמה.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

בעל מדרגה האט געשריבן:
ער האט עס נישט געפענט צו אויפטון, ער האט עס געפענט פאר נקמה.

אױפטון אדער אפטוהן װענדט זיך שױן װעמען דו פרעגסט, א שײנער עולם דא האלט אז ס׳איז א אױפטו,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פון די דעסק פון דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:זעהט מיר אויס אז - טו סאם עקסטענט - די פלאטפארמע/מעסעדזש איז כדהלן, איך קען באשטיין צו הערן אויב דער עולם עגריעט:
דאנעלד טראמפ איז דער איינציגסטער וואס איז דא ארויסצוהעלפן "ווי דע פיפאל" און נישט די גרויסע פריצים, און מהאי טעמא איז "דער סיסטעם" אים אזוי אויסן אונטערצוברענגען, נישט ווייל זיי האבן אים פיינט, נאר ווייל זיי האבן פיינט "ווי דע פיפאל", און א גרויסע חלק פון דעם כהיום איז אז דער סיסטעם איז געגאנגען עד כדי כך צו בארויבן די וואלן אינמיטן העלן טאג פון ווי דע פיפאל.

איך מוז דיר זאגן: WOW!
איך האב נישט געגלייבט צו הערן פון דיר אזעלכע דברים שכליים אויף טראמפ. קודאס צו דיר.

דאס איז פונקטליך וואס טראמפ איז דא פאר, און ווי דו זעסט וואס עס איז פארגעגאנגען ביי מיט ראמני און ליז טשעיני האט דער המון עם נאכאלץ נישט אראפגעבעקט פון זייער שטיצע צו דעם, און דאס איז העיר טו סטעי, ווייל דער עולם האלט טאקע פונקט דאס, און דאס איז א פונדאמענטאלע פראבלעם אין אמעריקא וואס אויב מען וועט דאס נישט קעיר נעמען, וועט עס נאר ווערן ערגער. און די מידיע מיינט נעבעך אז זיי האבן שוין געווינען, ווייל זיי זאגן יעדען טאג ז' פעמים ביג ליי.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”