אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך moishy56 »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:מיר האט געזאגט איינער וואס האט די גאנצע ווידיאו (און האט דאס איבערגעגעבן פאר ערוץ 12) אז קיין מחסום איז נישט געווען
און דער יעניגער זוכט נישט צו פארגעבן אויף די פאליציי, להיפך ער ארבעט אינעם וועד למען אסירי ציון

ווער איז דעהר ישראל קרויס??
אטעטשמענטס
kraus.JPG
kraus.JPG (186.94 KiB) געזען 2220 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך סאכדעס »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:קיצער הדברים
האפנטליך וועט די וואך טאקע ארויסגיין די גאנצע ווידיאו, און עס נעמט מער ווי א שעה
דארט זעהט מען אז ס'איז געווען א מחסום ביז 12.20 בערך, דעמאלטס האט מען דאס אויפגעבראכן,
די מפולת איז געשען בערך 25 מינוט שפעטער ,
און האפנטליך בין איך פונקטליך, ווייל איך האב דאס נאר געהערט פון 2 וואס האבן דאס געזען, געזעהן די גאנצע האב איך נאכנישט

וואו אידאס געווען לדבריהם?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך סמעטענע »

סאכדעס האט געשריבן:
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:קיצער הדברים
האפנטליך וועט די וואך טאקע ארויסגיין די גאנצע ווידיאו, און עס נעמט מער ווי א שעה
דארט זעהט מען אז ס'איז געווען א מחסום ביז 12.20 בערך, דעמאלטס האט מען דאס אויפגעבראכן,
די מפולת איז געשען בערך 25 מינוט שפעטער ,
און האפנטליך בין איך פונקטליך, ווייל איך האב דאס נאר געהערט פון 2 וואס האבן דאס געזען, געזעהן די גאנצע האב איך נאכנישט

וואו אידאס געווען לדבריהם?

עס איז דאך א ווידיאו וואס זיי גייען פארשפרייטן [ ס’נאר אינטערסאנט צו וויסען צוליב וועלכע סיבה זיי האלטן עס אפ אזא לאנגע צייט פינעם ציבור עס צו קענען זעהן]
לויט ווי זיי זאגן איז געווען ביז 12.20 אינטן א געיט ביז מען האט עס צובראכן נאך 20 מינוט פאר די גאנצער שטופעריי.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך בעל מדרגה »

סמעטענע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:קיצער הדברים
האפנטליך וועט די וואך טאקע ארויסגיין די גאנצע ווידיאו, און עס נעמט מער ווי א שעה
דארט זעהט מען אז ס'איז געווען א מחסום ביז 12.20 בערך, דעמאלטס האט מען דאס אויפגעבראכן,
די מפולת איז געשען בערך 25 מינוט שפעטער ,
און האפנטליך בין איך פונקטליך, ווייל איך האב דאס נאר געהערט פון 2 וואס האבן דאס געזען, געזעהן די גאנצע האב איך נאכנישט

וואו אידאס געווען לדבריהם?

עס איז דאך א ווידיאו וואס זיי גייען פארשפרייטן [ ס’נאר אינטערסאנט צו וויסען צוליב וועלכע סיבה זיי האלטן עס אפ אזא לאנגע צייט פינעם ציבור עס צו קענען זעהן]
לויט ווי זיי זאגן איז געווען ביז 12.20 אינטן א געיט ביז מען האט עס צובראכן נאך 20 מינוט פאר די גאנצער שטופעריי.

און אויב איז געווען 20 מינוט פאר די אסון, האט עס עפעס מיט די אסון?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: שאלה לאור המצב

תגובה דורך רואה חשבונות »

סמעטענע האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:
מבואר בש"ס וכן נפסק בשו"ע, עכו"ם שצרו על עיירות ישראל, אם באו על עסק ממון אין מחללין עליהם את השבת; באו על עסקי נפשות, ואפי' סתם, יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת; ובעיר הסמוכה לספר, אפילו לא באו אלא על עסקי תבן וקש מחללין עליהם את השבת. יש מי שאומר שבזמן הזה אפי' באו על עסקי ממון מחללין, שאם לא יניחנו ישראל לשלול ולבוז ממונו יהרגנו, והוי עסקי נפשות (ומ"מ הכל לפי הענין)

וכ' המג"א, שאם לא יניחנו - וצ"ע דיניחנו ליקח הממון ולא יחלל שבת ואפשר כיון דאין אדם מעמיד עצמו על ממונו חיישי' שמא יעמוד אחד נגדם ויהרג ולכן מחללין אבל באדם יחיד יניח ליקח ממונו ולא יחלל שבת עיין מה שכתבתי ססי' רמ"ח:

והיינו, שהואיל ומסתבר שאיש אחד מבין הציבור יעמוד על ממונו ויסתכן, ע"כ לכולם הותר לחלל את השבת.

הנה בכל שנה מתעלפים אנשים במירון, וצריכים טיפול של ההצלה. מעולם לא היה שנה שלא השתמשו באנשי הצלה, ואם לא היו שמה, היו מתים הרבה בכל שנה. ובביטול האירוע כליל, ברור שינצלו כל האנשים האלו. האם אין לנו לבטל את האירוע רק מחמת הסכנה הזאת? וכ"ש אחרי שקרה השנה הזאת

ישתקעו הדברים ולא יאמרו, חס מלהזכיר את זאת! מיר וועלן גיין מיט הילף פונעם קל עליון צו דעם וואס איז זיין זכות לעבן מיר אין גלות ווי עס ווערט געברענגט אין די חז"ל "לא תשכח מפי זרעו", נאר מיר וועלן צולייגן אלץ "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" זיכערהייט מאנאסנאמען ובשם השם נעשה ונצליח!

כבר הי’ אז נאך א שרעקליכע טראגעדיע אין מירון האט מען געצוימט דאס גיין
דאס האבן גדולי עולם געטון.

אפשר קענט איר ברענגן דעם קול קורא/דעם איסור. איך זוך עס שוין פאר א לאנגע צייט.

דער כותב וויל אינגאצען אפשאפן ל"ג בעומר אין מירון. די רבנים בימים ההם איז נאר געווען פאר 5 יאר. מאנכע זאגן ס'איז נאר געווען פאר פרויען.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'ווערט באקאנט אז הרה"ק גאב"ד קארלסבורג זי"ע פלעגט פאסטן יעדעס יאר ערב ל"ג בעומר אז אלעס זאל דורכגיין בשלום. אויסער זיין זכות האט געפעלט דעם תענית.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך באריכט »

סמעטענע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:קיצער הדברים
האפנטליך וועט די וואך טאקע ארויסגיין די גאנצע ווידיאו, און עס נעמט מער ווי א שעה
דארט זעהט מען אז ס'איז געווען א מחסום ביז 12.20 בערך, דעמאלטס האט מען דאס אויפגעבראכן,
די מפולת איז געשען בערך 25 מינוט שפעטער ,
און האפנטליך בין איך פונקטליך, ווייל איך האב דאס נאר געהערט פון 2 וואס האבן דאס געזען, געזעהן די גאנצע האב איך נאכנישט

וואו אידאס געווען לדבריהם?

עס איז דאך א ווידיאו וואס זיי גייען פארשפרייטן [ ס’נאר אינטערסאנט צו וויסען צוליב וועלכע סיבה זיי האלטן עס אפ אזא לאנגע צייט פינעם ציבור עס צו קענען זעהן]
לויט ווי זיי זאגן איז געווען ביז 12.20 אינטן א געיט ביז מען האט עס צובראכן נאך 20 מינוט פאר די גאנצער שטופעריי.

וואלט זייער געוואלט זעהן די ווידיא אויב איינער קען עס שיקען אישי וועל איך שטארק הנאה האבען, מיין זוהן איז געווען דארט ב"ה דארעך געמאכט זייער נייגעריג צו זעהן צו מקען איהם זעהן...
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך באריכט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'ווערט באקאנט אז הרה"ק גאב"ד קארלסבורג זי"ע פלעגט פאסטן יעדעס יאר ערב ל"ג בעומר אז אלעס זאל דורכגיין בשלום. אויסער זיין זכות האט געפעלט דעם תענית.

מקור??
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

באריכט האט געשריבן:

בנו הגאב"ד שליט"א
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך באריכט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
באריכט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'ווערט באקאנט אז הרה"ק גאב"ד קארלסבורג זי"ע פלעגט פאסטן יעדעס יאר ערב ל"ג בעומר אז אלעס זאל דורכגיין בשלום. אויסער זיין זכות האט געפעלט דעם תענית.

מקור??

בנו הגאב"ד שליט"א

געהערט פון איהם אליין?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: שאלה לאור המצב

תגובה דורך loyodea »

רואה חשבונות האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:
מבואר בש"ס וכן נפסק בשו"ע, עכו"ם שצרו על עיירות ישראל, אם באו על עסק ממון אין מחללין עליהם את השבת; באו על עסקי נפשות, ואפי' סתם, יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת; ובעיר הסמוכה לספר, אפילו לא באו אלא על עסקי תבן וקש מחללין עליהם את השבת. יש מי שאומר שבזמן הזה אפי' באו על עסקי ממון מחללין, שאם לא יניחנו ישראל לשלול ולבוז ממונו יהרגנו, והוי עסקי נפשות (ומ"מ הכל לפי הענין)

וכ' המג"א, שאם לא יניחנו - וצ"ע דיניחנו ליקח הממון ולא יחלל שבת ואפשר כיון דאין אדם מעמיד עצמו על ממונו חיישי' שמא יעמוד אחד נגדם ויהרג ולכן מחללין אבל באדם יחיד יניח ליקח ממונו ולא יחלל שבת עיין מה שכתבתי ססי' רמ"ח:

והיינו, שהואיל ומסתבר שאיש אחד מבין הציבור יעמוד על ממונו ויסתכן, ע"כ לכולם הותר לחלל את השבת.

הנה בכל שנה מתעלפים אנשים במירון, וצריכים טיפול של ההצלה. מעולם לא היה שנה שלא השתמשו באנשי הצלה, ואם לא היו שמה, היו מתים הרבה בכל שנה. ובביטול האירוע כליל, ברור שינצלו כל האנשים האלו. האם אין לנו לבטל את האירוע רק מחמת הסכנה הזאת? וכ"ש אחרי שקרה השנה הזאת

ישתקעו הדברים ולא יאמרו, חס מלהזכיר את זאת! מיר וועלן גיין מיט הילף פונעם קל עליון צו דעם וואס איז זיין זכות לעבן מיר אין גלות ווי עס ווערט געברענגט אין די חז"ל "לא תשכח מפי זרעו", נאר מיר וועלן צולייגן אלץ "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" זיכערהייט מאנאסנאמען ובשם השם נעשה ונצליח!

כבר הי’ אז נאך א שרעקליכע טראגעדיע אין מירון האט מען געצוימט דאס גיין
דאס האבן גדולי עולם געטון.

אפשר קענט איר ברענגן דעם קול קורא/דעם איסור. איך זוך עס שוין פאר א לאנגע צייט.

דער כותב וויל אינגאצען אפשאפן ל"ג בעומר אין מירון. די רבנים בימים ההם איז נאר געווען פאר 5 יאר. מאנכע זאגן ס'איז נאר געווען פאר פרויען.

ווער רעדט פון אפשפארן גאנץ מירון, וואו שטייט אז מ'מוז מאכן א הדלקה ממש לעבן מערה, אפשר קען מען גיין אויף א פלאץ וואו ס'קומט נישט לידי סכנת נפשות, ממש א איסור דאורייתא דאס?
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: שאלה לאור המצב

תגובה דורך רואה חשבונות »

loyodea האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:

ישתקעו הדברים ולא יאמרו, חס מלהזכיר את זאת! מיר וועלן גיין מיט הילף פונעם קל עליון צו דעם וואס איז זיין זכות לעבן מיר אין גלות ווי עס ווערט געברענגט אין די חז"ל "לא תשכח מפי זרעו", נאר מיר וועלן צולייגן אלץ "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" זיכערהייט מאנאסנאמען ובשם השם נעשה ונצליח!

כבר הי’ אז נאך א שרעקליכע טראגעדיע אין מירון האט מען געצוימט דאס גיין
דאס האבן גדולי עולם געטון.

אפשר קענט איר ברענגן דעם קול קורא/דעם איסור. איך זוך עס שוין פאר א לאנגע צייט.

דער כותב וויל אינגאצען אפשאפן ל"ג בעומר אין מירון. די רבנים בימים ההם איז נאר געווען פאר 5 יאר. מאנכע זאגן ס'איז נאר געווען פאר פרויען.

ווער רעדט פון אפשפארן גאנץ מירון, וואו שטייט אז מ'מוז מאכן א הדלקה ממש לעבן מערה, אפשר קען מען גיין אויף א פלאץ וואו ס'קומט נישט לידי סכנת נפשות, ממש א איסור דאורייתא דאס?

ער שרייבט: "האם אין לנו לבטל את 'האירוע' רק מחמת הסכנה הזאת? וכ"ש אחרי שקרה השנה הזאת".

ער רעדט פון אינגאנצען מבטל זיין דעם 'אירוע' ווי ער רופט דאס. נישט פון אן הדלקה נעבן דעם מערה.

איך גלייב אז דאס וואס דער אר"י הקדוש, האט געהאלטן איז נצחי. רבי חיים ויטאל, דער תלמיד מובהק פונעם אר"י הקדוש, און אלעס וואס רבי חיים ויטאל, האט געשריבן איז פונעם אר"י הקדוש שרייבט: "מנהג שנהגו ישראל ללכת ביום ל"ג בעומר על קבר רשב"י ורבי אלעזר בנו, ואוכלים ושותים ושמחים בו".
לעצט פארראכטן דורך רואה חשבונות אום זונטאג מאי 09, 2021 1:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: שאלה לאור המצב

תגובה דורך אבן יקרה »

loyodea האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:

ישתקעו הדברים ולא יאמרו, חס מלהזכיר את זאת! מיר וועלן גיין מיט הילף פונעם קל עליון צו דעם וואס איז זיין זכות לעבן מיר אין גלות ווי עס ווערט געברענגט אין די חז"ל "לא תשכח מפי זרעו", נאר מיר וועלן צולייגן אלץ "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" זיכערהייט מאנאסנאמען ובשם השם נעשה ונצליח!

כבר הי’ אז נאך א שרעקליכע טראגעדיע אין מירון האט מען געצוימט דאס גיין
דאס האבן גדולי עולם געטון.

אפשר קענט איר ברענגן דעם קול קורא/דעם איסור. איך זוך עס שוין פאר א לאנגע צייט.

דער כותב וויל אינגאצען אפשאפן ל"ג בעומר אין מירון. די רבנים בימים ההם איז נאר געווען פאר 5 יאר. מאנכע זאגן ס'איז נאר געווען פאר פרויען.

ווער רעדט פון אפשפארן גאנץ מירון, וואו שטייט אז מ'מוז מאכן א הדלקה ממש לעבן מערה, אפשר קען מען גיין אויף א פלאץ וואו ס'קומט נישט לידי סכנת נפשות, ממש א איסור דאורייתא דאס?

וואו שטייט אז יעדע קהילה דארף מאכן עקסטער הדלקה?
ביז 20 יאהר צוריק קיינער האט נישט געחולעמט אז איינער מאכט אין מירון א הדלקה. ס'איז געוועהן נאר די הדלקה אויף די דאך, וואס איז דין חזקה פון באיאן זייט דער הייליגער ריז'ינער, ותו לא. קיינער האט נישט נאך געצינדן, קיין קהילה האט נישט געאהט קיין שטח [אויך בויאן נישט]. מוזיק איז געוועהן נאר אין חצר, און אידן זענען געקומען ערליך צום דאווענען אדער טאנצן ושלום על ישראל, אהן קיין אזא שטח מיט אזא רבי, אזא הדלקה מיט אזא מוזיק.
מ'דארף און מ'מוז פשוט מחזיר זיין עטרה ליושנה
די אלע נייע מנהגים איז חדש אסור מן התורה, דאס איז זאכן שלא שערום אבותינו. קיינער פון צדיקי הדורות האט נישט געחולעמט פון אזעלכע מין סארט רעפארמעס, זאל זיין מיט וואס נאר א שטריימל זאל דאס זיין. רעפארם איז רעפארם, חדש אסור איז חדש אסור.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קארלין האט אנגעהויבן אסאך פאר 20 יאר צוריק.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אבן יקרה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:קארלין האט אנגעהויבן אסאך פאר 20 יאר צוריק.

אהן צו רופן קיין מענטש נישט
אין א פריוואטע פארנעם בתוך חצר בנין "בני עקיבא"
זיי זענען פשוט געוועהן דארט, און ער האט געפירט די ל"ג בעומר הדלקה דארט. אבער דאס איז נישט געוועהן אויף צו מאכן "נאך" א הדלקה, מיט די גאנצע צערמאניע.

ועוד, קארלין כמובן איז נישט קיין ראי' צו אונץ
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: שאלה לאור המצב

תגובה דורך loyodea »

אבן יקרה האט געשריבן:

איך וואלט נישט גענוצט דיין שפראך, אבער דיין נקודה איז אמת.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:קיצער הדברים
האפנטליך וועט די וואך טאקע ארויסגיין די גאנצע ווידיאו, און עס נעמט מער ווי א שעה
דארט זעהט מען אז ס'איז געווען א מחסום ביז 12.20 בערך, דעמאלטס האט מען דאס אויפגעבראכן,
די מפולת איז געשען בערך 25 מינוט שפעטער ,
און האפנטליך בין איך פונקטליך, ווייל איך האב דאס נאר געהערט פון 2 וואס האבן דאס געזען, געזעהן די גאנצע האב איך נאכנישט

אויב ס'איז אמת פארענטפערט עס טייל פון עדות וואס האבן געזען א געיט. נישט אז ס'האט א שייכות מיט די טראגעדיע, מעגליך די געיט וואלט עס גאר פארמיטן... אבער די וואס האבן געזען א געיט פארדעם זענען נישט קיין בעלי דמיונות.

די עדות פון די וואס האבן געזען א געיט בשעת מעשה בלייבן מופרך, אויף דערווייל...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שאלה לאור המצב

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אבן יקרה האט געשריבן:וואו שטייט אז יעדע קהילה דארף מאכן עקסטער הדלקה?
ביז 20 יאהר צוריק קיינער האט נישט געחולעמט אז איינער מאכט אין מירון א הדלקה. ס'איז געוועהן נאר די הדלקה אויף די דאך, וואס איז דין חזקה פון באיאן זייט דער הייליגער ריז'ינער, ותו לא. קיינער האט נישט נאך געצינדן, קיין קהילה האט נישט געאהט קיין שטח [אויך בויאן נישט]. מוזיק איז געוועהן נאר אין חצר, און אידן זענען געקומען ערליך צום דאווענען אדער טאנצן ושלום על ישראל, אהן קיין אזא שטח מיט אזא רבי, אזא הדלקה מיט אזא מוזיק.
מ'דארף און מ'מוז פשוט מחזיר זיין עטרה ליושנה.

דו ברענגסט נישט קיין לעזונג. ערשטנס, די באיאנער הדלקה גייט זיין סכנות נפשות. יעדער גייט דאך אהינגיין אויב ס'נישטא נאך א הדלקה.

צווייטנס, די געדרענג אין חצר און אין די מערה גייט זיין ערגער, ווייל יעדער גייט אהינגיין אויב נישט קיין הדלקות.

איך וואלט ענדערש געזאגט אז תו"א זאל מאכן ערגעץ אונטער'ן בארג אויף א ריזיגע שטח. און מ'זאל יא ערלויבן עטליכע הדלקות אויפאמאל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: שאלה לאור המצב

תגובה דורך אבן יקרה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:וואו שטייט אז יעדע קהילה דארף מאכן עקסטער הדלקה?
ביז 20 יאהר צוריק קיינער האט נישט געחולעמט אז איינער מאכט אין מירון א הדלקה. ס'איז געוועהן נאר די הדלקה אויף די דאך, וואס איז דין חזקה פון באיאן זייט דער הייליגער ריז'ינער, ותו לא. קיינער האט נישט נאך געצינדן, קיין קהילה האט נישט געאהט קיין שטח [אויך בויאן נישט]. מוזיק איז געוועהן נאר אין חצר, און אידן זענען געקומען ערליך צום דאווענען אדער טאנצן ושלום על ישראל, אהן קיין אזא שטח מיט אזא רבי, אזא הדלקה מיט אזא מוזיק.
מ'דארף און מ'מוז פשוט מחזיר זיין עטרה ליושנה.

דו ברענגסט נישט קיין לעזונג. ערשטנס, די באיאנער הדלקה גייט זיין סכנות נפשות. יעדער גייט דאך אהינגיין אויב ס'נישטא נאך א הדלקה.

צווייטנס, די געדרענג אין חצר און אין די מערה גייט זיין ערגער, ווייל יעדער גייט אהינגיין אויב נישט קיין הדלקות.

איך וואלט ענדערש געזאגט אז תו"א זאל מאכן ערגעץ אונטער'ן בארג אויף א ריזיגע שטח. און מ'זאל יא ערלויבן עטליכע הדלקות אויפאמאל.

איך מיין טאקע אז באיאן זאל אויך נישט מאכן אויף די סיסטעם וואס ער מאכט היינט, נאר אויף די סיסטעם וואס איז געוועהן ביז 18 יאהר צוריק. נישט געוועהן קיין בויאנע קאפעלע, און נישט קיין בויאנע שטח, אהן די ריזיגע הויכערליכערס. מ'האט געצונדן און געטאנצט, וזהו זה.
די אלע סארט ניגוני התעוררות וכו', די "יראה" מיט די "ויהי נועם", די "הייליגע ר' שמעון" מיט "מידת הרחמים", אלעס איז נייע סארט זאכן. מענטשן האבן פשוט געדאוונט, און פשוט געטאנצט. אהן קיין מאיר אדלערס' און אהן קיין אהרלע סאמעט מיט מאטי שטיינמעץ'ס.
איינער וואס וויל טאקע אנצונדן די נשמה, די רגשות, זאל מען מאכן עקסטערע פלעצער טאקע נישט ווייט, מ'קען מאכן אין מושב אליין, ס'איז דא ריזיגע שטחים דארט ווי מ'גייט נאר ארום, מיט שיינע פארענטשעס, מ'זאל פירן ערליך אידיש, אהן צו ציען אלע סארט מיני פרעשוינען פון גאנץ כלל ישראל.
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך זיי אמתדיג »

:grin: :grin:
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך מצב כללי »

עס איז נישטא אין גאנץ מירון קיין איין גרויסע ליידיגע שטח ווי מען קען פראווענען הדלקות מיט א ברייטקייט
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך משה צימערינג »

אבן יקרה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קארלין האט אנגעהויבן אסאך פאר 20 יאר צוריק.

אהן צו רופן קיין מענטש נישט
אין א פריוואטע פארנעם בתוך חצר בנין "בני עקיבא"
זיי זענען פשוט געוועהן דארט, און ער האט געפירט די ל"ג בעומר הדלקה דארט. אבער דאס איז נישט געוועהן אויף צו מאכן "נאך" א הדלקה, מיט די גאנצע צערמאניע.

ועוד, קארלין כמובן איז נישט קיין ראי' צו אונץ

אלץ וואס?
אה! ווייל די רבי ווייסט/זאגט וואס ער וויל?
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אבן יקרה »

מצב כללי האט געשריבן:עס איז נישטא אין גאנץ מירון קיין איין גרויסע ליידיגע שטח ווי מען קען פראווענען הדלקות מיט א ברייטקייט

אויף צו פראווענען הדלקות מיט א בריטקייט דארף מען טאקע מאכן שטחים, דאס פעלט אויך נישט קיין פלעצער אין די גאנצע ארום, אין די וועלדער, אין די שדות, מאכן שיינע גרויסע גראדע שטחים.
אבער אמת דיק אז מ'דארף מבטל זיין די אלע הדלקות, ס'איז נייע זאכן און דאס איז רעפארם מיט שטריימל.
א רבי וואס וויל, מאכן א שיינעם טיש פאר אדער נאך ארויף גיין דאווענען און זיין ביי ר' שמעון, קען טרעפן גענוג פלעצער אין געגנט שוין הייט צו טאג.
ס'איז דא אויך "אור הגנוז" "בר יוחאי" "ספסופא" "קדיתא" אין די גאנצע ארום.

מ'מאכט נייע זאכן, שפעטער מיינט מען אז איינער וואס טשעפעט דאס, טשעפעט מיט ר' שמעון אדער מיט אידישקייט. ניין, מ'וויל אוועק נעמען די רעפארמערס פון דארט, די חסידישע רעפארמערס. ביי ערליכע אידן איז רעפארם אסור בתכלית, מיט וואס נאר א צורה אדער ציל זאל דאס האבן.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: שאלה לאור המצב

תגובה דורך ווערעצקי »

loyodea האט געשריבן:ווער רעדט פון אפשפארן גאנץ מירון, וואו שטייט אז מ'מוז מאכן א הדלקה ממש לעבן מערה, אפשר קען מען גיין אויף א פלאץ וואו ס'קומט נישט לידי סכנת נפשות, ממש א איסור דאורייתא דאס?

די ווערטער "וואו שטייט אז מ'מוז מאכן א הדלקה ממש לעבן די מערה" קלינגט קאמיש, ווייל ווען תולדות אהרן האט אנגעהויבן מאכן די הדלקה אונטער די מערה, איז עס געווען א חידוש א מ'קען מאכן א הדלקה נישט אויף די גג המערה, מענטשן האבן עס אנגעקוקט מאדנע, ווער וועט גיין צו א הדלקה ערגעץ דארט פארשטופט אונטער די מערה, יעדער וויל דאך טאנצן אינעם חצר וכו' וכו'. למעשה איז תולדות אהרן געקומען מיט דעם ניגון אז "וואו שטייט א מ'מוז מאכן א הדלקה ממש אויף די גג המערה", מ'קען מאכן ערגעץ אנדערש אויך, האט תולדות אהרן אויסגעפלאסטערט די גאנצע שטח הונטער די מערה וואס איז ביז דאן געווען פוסט און באוואקסען מיט גראז און ביימער, אהערגעשטעלט א נייע שטח וואו צו מאכן א הדלקה, און געווארן היינט מסתמא די גרעסטע הדלקה אין מירון. אלזא, תולדות אהרן'ס הדלקה האט טאמער עפעס פארלייכטערט די געדרענג אין די חצר המערה, ווייל מענטשן גייען דעמאלטס אוועק פונעם חצר, צו תולדות אהרן.
יעצט, איך גיי נישט אריין אין דעם צו תולדות אהרן (און אזוי אויך אנדערע רבי'ס) דארף בכלל מאכן א הדלקה, און צו מ'זאל מבטל זיין אלע הדלקות, אבער די נקודה איז, אז די סכנת נפשות איז נישט ווייל תולדות אהרן "מוז מאכן ממש לעבן די מערה", נאר ווייל די ציבור איז געוואקסן זייער שטארק במשך די יארן, און די פלאץ דארף היבש פארבעסערט ווערן פאר אזא גרויסע ציבור, סיי די שטח אליינס, און סיי די אריינגענג און ארויסגענג.
לעצט פארראכטן דורך ווערעצקי אום זונטאג מאי 09, 2021 2:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אסון נורא אין אתרא קדישא מירון תשפ"א

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מצב כללי האט געשריבן:עס איז נישטא אין גאנץ מירון קיין איין גרויסע ליידיגע שטח ווי מען קען פראווענען הדלקות מיט א ברייטקייט

זיכער איז דא ריזיגע שטחים.

איך בין געווען איינמאל ביים רחמסטריווקא הדלקה, ער האט געצינדן אויף א ריזיגע שטח, 4 מאל אזוי גרויס ווי תו"א. ער האט ניטאמאל גענוצט האלב דערפון. איך ווייס נישט וואו דאס איז געווען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”