צל עובר האט געשריבן:.
@צל האט א פראפערטי, אסאך ארימע קינדער/כויליגאנעס פון די געגענט, האבן פאר עפעס א סיבה געלייגט אן אויג אויף זיין פראפערטי און עס זייער געגליכן, און לכבוד דעם כאפן זיי זיך כסדר אריין אין זיין פראפערטי, און מאכן אים אן פארשידענע ערענסטע פראבלעמען, ער זיכט א לייזונג וויאזוי צו פארזיכערן זיין פראפערטי עס זאל נישט זיין קיין שטח הפקר, ער׳ט געשטעלט א גארד, ער׳ט געמאכט א שטיקל צוים אבער ער זעהט גאנץ שוואכע רוזעלטאטן. שטייט ער און ער זיכט אן עיצה וויאזוי פארזיכערט מען דעם פראפערטי? קומט איינער און שלאגט אים פאר א מורא׳דיגע המצאה.
ער געט אים א זאג: נעם מער גארדס זיי וועלן שוין מאכן זיכער דאס פלאץ איז פארזיכערט.
ע: ביסט אויפן קאפ געפאלן? מיינסט כ׳האב נאכנישט געטראכט דערפון ? דאס פלאץ איז דאך ריזיג גרויס, ס׳איז אין לדבר סוף, גארדס קען העלפן אביסל, אבער עס איז נישט דאס ענטפער.
זאג נאר וואס טוט זיך מיט מאכן און פארעכטן דעם צוים? נעם ארום דאס פלאץ מיט א שטארקן הויכן צוים. דאס צוים וואס די האסט יעצט איז דאך א געלעכטער, דו רעדסט דיך אפ אז זיי קומען אריין און דו קענסט זיך נישט אן עיצה געבן? האסט דאך נאכנישט פרובירט דאס פשוט׳סטע עיצה וואס דו טוסט ביי דיר אינדערהיים, מען פארמאכט דעם טיר מען לייגט א שלאס און ווער עס וויל אריין דארף קלאפן און טיר. איך זאג נישט אז דאס איז דאס זעלבע מצב ווי דיין הויז, ווייל נאך אלעם רעדט מען דאך - ווי געשמועסט - פון א ריזיגן שטח. אבער דאס איז דאך קודם די מינימום וואס דו קענסט טוהן, אז עס זאלן פשוט נישט קומען יעדע נאכט מאסן מאסן מענטשן אויף דיין פראפערטי! ס׳איז דאך דא שטחים וואס האבן בכלל נישט קיין שמירה וואט סא עווער, איז קודם מאך א וואנט!
ע: נעה! דע ארימע קינדער? זיי וועלן בויען טאנעלן, זיי וועלן ברענגן לייטערס! א וואנט איז ווערטלאז! זילטש! נאדא! כאילו עס וואלט נישט דארט געווען! א שאד יעדע פעני!
דאס איז עס!!! איך האב א פלאן!! הער דיך גוט צו ר׳ צל:
דו ווילסט דאך פארזיכערן דיין פראפערטי? יא? איז אזוי. מארגן גיי אריבער צו אלע סקולס אין די געגנט הייב אן פארשפרייטן א בעסערע חינוך סיסטעם! דאס איז עס! גיי צום שורש פון פראבלעם! זיי זענען נעבעך דאך פשוט נישט געהעריג מחונך. איז גיי זיי זיי מחנך! איך זאג דיר די שאדן די קומעריי אויף די פראפערטי וועט איז אויפהערן! ס׳איז פשוטע מאטאמאטיק! 1+1.
ר׳ צל שטייט פארגאפט און קען נישט צו זיך קומען. ווי בין איך געווען ביז יעצט??!! וויאזוי איז עס מיר נישט איינגעפאלן?? אזא פשוט׳ע עיצה! דאס טוט דאך יעדער איינער אין די גאנצע וועלט! יעדע נארמאלע מענטש וואס וויל באהיטן זיין פארמעגן טוט דאך דאס! א וואנט??!! ווער מאכט א וואנט?? וועלעכע נארמאלע מענטש וואס וויל באשיצן זיי פראפערטי מאכט א געיט?? מען קען דאך מאכן א טאנעל! מען קען דאך ברענגן לייטערס!!
טוישן די חינוך סיסטעם פון די חברה דאס איז די ריכטיגע סילושען.
ר׳ צל לויפט אהיים מיט איין אימפעט רופט די יודענע מיטיילן די געוואלדיגע סילושען צום געפערליכן פראבלעם וואס מיטשעט זיי שוין נעבעך יארן לאנג ער פארציילט מיט איין אטעם זיין גאנצע פלאן.
זיין ווייב הערט אים אויס... לויפט צו צום טעלעפאון ריפט תיכף די הצלה...