קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

הכל הבל האט געשריבן:
ווירדזשיניע סענאטאר טים קעין (ד) גייט מארגן מעלדן אויב ער לויפט פאר ווידערערוויילונג
קעין איז געסקעדשולט צי האבן א זיצונג מיט זיינע גרויסע פאליטישע נדבנים מארגן נאכן ערווארטעטען מעלדונג וואס דאס מיינט ליכאורה אז ער וועט 'יא' לויפן פאר ווידערוויילונג.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יונער האט געשריבן:

ער איז איצט ערשינען צו א זיצונג מיט ביזנעס פירער און ער גייט דערנאך אפהאלטן א פרעסע קאנפרענץ צו מעלדן זיינע פלענער און די זיצונג מיט ביישטייערער וועט זיין ווירטואל גלייך דערנאך
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

באריכטן אז קאנגרעסמאן ראובן גאיעגא (ד) גייט עמטליך אנאנסן מאנטאג אז ער לויפט פאר סענאט אין אריזאנע אלץ דעמאקראט.

נעכטן האט קאנגרעסמאן גרעג סטאנטאן (ד) געמאלדן אז ער לויפט נישט, וואס קלארט אויס דעם וועג פאר גאיעגא נישט צו האבן קיין ערנסטע פריימערי, וואס אין אריזאנע קומט דאס ערשט פאר אגוסט, וואס וואלט אים געלאזט מיט זייער ווייניג צייט ביז די אלגעמיינע וואלן ווי עס וועט מעגליך זיין א דריי וועג פארמעסט, אויב סינעמע וועט טאקע לויפן אלץ אינדעפענדענט.

(ביי די רעפאבליקאנער הייסט אז סיי קערי לעיק, און סיי בלעיק מעסטערס, קלערן צו לויפן. אבער דאס באלאנגט לכאורה אין פריימערי אשכול.)

--------

דאס אז קעין טרעפט נדבנים נאך דעם מעלדונג, מאכט מיר טראכטן אז ער לויפט יא, אבער יומיטש טענה'ט אז לויט זיינע סורסעס איז ער נוטה נישט צו לויפן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווירדזשיניע סענאטאר טים קעין (ד) וועט לויפן פאר ווידערערוויילונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאנא סענאטאר דזשאן טעסטער (ד) זאגט אז ער האט נאכנישט באשלאסן אויב צו לויפן פאר נאך א טערמין
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

קוק פאליטיקעל לייגט ארויס זייער ערשטע רעיטינגס
אטעטשמענטס
2023012411353384i.jpg
2023012411353384i.jpg (78.41 KiB) געזען 1220 מאל
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

קריסטאל באלל לייגט גריס זייער ערשטע רעיטינגס
אטעטשמענטס
2023012411411203i.jpg
2023012411411203i.jpg (128.46 KiB) געזען 1219 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
מאנטאנא סענאטאר דזשאן טעסטער (ד) זאגט אז ער האט נאכנישט באשלאסן אויב צו לויפן פאר נאך א טערמין
גייט באשליסן אינעם ערשטן יאר פערטל למספרם (ערגעץ פון איצט ביז ענדע אפריל למספרם)
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
קאנגרעספרוי בארבארא לי דיסקוסירט מיט איר פאמיליע א מעגליכע קאמפיין
אין גוטע נייעס פאר שיף זאגט איצט פיינסטיין אז זי פלאנט אויסצודינען איר פולע טערמין

איבער יא אדער נישט לויפן פאר נאך א טערמין וועט זי פילייכט באשליסן ערגעץ אין פרילינג
פארטער גרייט זיך גאר ערנסט צו מעלדן אז זי שפרונגט אריין אינעם פארמעסט נאך איידער פיינסטיין מאכט אפיציעל אירע פלענער
פארטער מעדלט אפיציעל אז זי שפרונגט אריין אינעם סענאט פארמעסט
פארטער'ס אנקעטע נעמער דוד בינדער שטעלט ארויס אן אנקעטע וועלכע צייגט אז אויב פארטער און שיף זאלן זיין די צוויי קאנדידאטן אין די אלגעמיינע וואלן וועט פארטער זינקן דעם שיף און ערקלערט אז דאס קומט צוליב וואס רעפובליקאנער וועלן ענדערש שטימען פאר דעם מער פראגרעסיווע פארטער ווי איידער פאר שיף וועלכע ווערט באטראכט ווי א גרעסערע פארטייאישע פיינט

די רעזולטאט וואלט לויט די אנקעטע געוען
37 פאר פארטער
26 פאר שיף

צווישן רעפובליקאנער
25 פאר פארטער
5 פאר שיף
שיף אריינגעטאנצן אינעם פארמעסט
האסט הנאה? געב א לייק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
פארטער אויפגעטריבן 1.3 מיליאן דאלער אנליין אין די ערשטע 24 שטונדן זינט איר מעלדונג
שיף האט אויפגעטריבן 1.6 מיליאן דאלער אןי די ערשטע 24 שטונדן
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

און נאך א צייכן אז זי פלאנט צו אריינשפרינגן אין די אריזאנע רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט פאר די סענאט האט קערי לעיק יעצט באנאכט ביי א ראלי שארף אראפגעריסן די אריזאנע דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט גאיעגא, אין איר צווישן אנדערע אנגערופן די AOC פון אריזאנע.
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נעוואדע סענאטאר דזשעקי ראזען (ד) אויפגעטריבן 1.5 מיליאן דאלער אין די לעצטע יאר פערטל פון 2022 למספרם

זי איז אריין אינעם נייעם למספרם יאר מיט 4.4 מיליאן דאלער אין די באנק און גרייט זיך העפטיג פאר איר ווידערערוויילונג פארמעסט
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

קאליפארניע סענאטאר פיינסטיין האט אויפגעטריבן מאסיווע 558 דאללער אינעם 4טע קווארטאל...
האסט הנאה? געב א לייק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מענשין זאגט אז ער איילט זיך אין ערגעץ נישט ווען עס קומט צו באשליסן אויב צו זוכן ווידערערוויילונג

ער האלט אז גאווערנאר דזשים דזשאסטיס וועט זיין דער קלארער פראנט ראנער אויב ער שפרונגט אריין אינעם פארמעסט

ער זאגט אז אויב לויפט ער אקעגן דזשאסטיס וועט עס זיין א גוטע, שטארקע און קאנקורירנדע פארמעסט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך פעברואר 01, 2023 4:27 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויך טעסטער איז נאכנישט גרייט צו מעלדן

ער דארף נאך איבערקלערן עטליכע זאכן אבער ער וועט באשליסן אינעם איצטיגן למספרם יאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טעקסאס סענאטאר טעד קרוז גרייט זיך צו מעלדן אינעם ערשטן האלב פונעם למספרם יאר אז ער לויפט פאר ווידערערוויילונג און גרייט זיך אויפצונעמען פרישע שטאב מיטגלידער

קרוז זיצט מיט 3.4 מיליאן דאלער אין באנק און איז אצינד פארנומען אויפצובויען א שטארקערע פאנדרעיזינג אפאראט וועלכע זאל בעסער ציהלן קלענערע ביישטייערונגען
חמשה
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 22, 2022 10:03 am

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמשה »

א מעסעדזש פון פרעזידענט טראמפ פאר די אייוועלט ליינער און שרייבער.
https://drive.google.com/file/d/1NMDi7R ... share_link
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

חמשה האט געשריבן:
א מעסעדזש פון פרעזידענט טראמפ פאר די אייוועלט ליינער און שרייבער.
https://drive.google.com/file/d/1NMDi7R ... share_link
:lol:
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

וואסערמאן קומט ארויס מיט זיין האוז רעיטינגס, לויט אים זענען פארהאנען 192 סעיף רעפ זיצן, 11 לייקלי רעפ, 9 לינינג רעפ. 174 סעיף דעם 16 לייקלי דעם 13 לינינג דעם, און 20 טאס-אפ זיצן.

די איינציגסטע אינקאמבענט רעפובליקען וואס באקומט לינינג דעם, איז וואו פארשטענדליך דזשארדזש סאנטאס.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

לי זעלדין שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון לויפן צום סענאט אקעגן סענעטארשע דזשילעברענד
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

בעסער אזוי האט געשריבן:
לי זעלדין שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון לויפן צום סענאט אקעגן סענעטארשע דזשילעברענד
פארלירן איז קיין אפציע...
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

בעסער אזוי האט געשריבן:
לי זעלדין שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון לויפן צום סענאט אקעגן סענעטארשע דזשילעברענד
גאר שוואכע שאנסן צו געווינען אבער קען שטארק העלפן פאר די פילע קאנגרעס פארמעסטן
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

בעסער אזוי האט געשריבן:
לי זעלדין שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון לויפן צום סענאט אקעגן סענעטארשע דזשילעברענד
איך זעה נישט וועלכע פון זיינע 22 אישיס ער וועט קענען קאמפיינען פארברעכנס וועט ער גארנישט קענען טון אלס סענעטער און די זעלבע חינוך ביי אונז
אפשר אויב aoc וועט געווינען א פריימערי קעגן דזשיליברענד און א שטארקע רויטע כוואליע נאציאנאל ווער ווייסט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א פרישע רעפאבליקאנער אינטערנעל פון מאנטענע ווייזט אז סענעטאר דזשאן טעסטער (ד) וואלט באזיגט ביידע ארטיגע רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט אין א מעגליכע מעטשאפ, און וואלט געווען טייד מיט דעם גאווערנאר.

פון איין זייט איז גוט פאר טעסטער אז ער ליעדט (עס הייסט נישט דערווייל אז דער גאווערנאר לויפט), פון די אנדערע זייט איז דאס לכאורה זיין היי וואטער מארק, סיי ווייל אזוי גייט עס געווענליך מיט פאפולערע פאליטיקאנטן אין סטעיטס פון דעם אנדערן קאליר, אז וואס נאנטער צו די וואלן, אלס מער מענטשן קומען אהיים צו זייער פארטיי, עקסטער איז א פראבלעם פאר אים אז ער איז נישט ביי 50%, און רוב אומבאשלאסענע זענען ווארשיינליך רעפאבליקאנער.

עס איז כמעט נישט דא קיין וועג פאר די דעמאקראטן צו האלטן דעם סענאט אויב זיי פארלירן מאנטענע, וואס מיינט אז אויב די רעפאבליקאנער געווינען יענעם פארמעסט, האבן זיי העכסט ווארשיינליך געווינען דעם סענאט.
אטעטשמענטס
Screenshot_20230213-093908_Twitter.jpg
Screenshot_20230213-093908_Twitter.jpg (60.52 KiB) געזען 376 מאל
Screenshot_20230213-093742_Twitter.jpg
Screenshot_20230213-093742_Twitter.jpg (191.47 KiB) געזען 376 מאל
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: קאנגרעס און סענאט פארמעסט - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

2 פוינטס מיט דעם פאול, איינס טעסטער באקומט 45/46 פראצענט אין ביידע פעלער וואס דאס מיינט לכאורה אז די איבריגע שטימען וועלן לכאורה גיין פארן רעפובליקאנער איינמאהל די קאמפיין הייבט זיך אן.

צווייטענס דער פאולסטער האט נישט געמאכט קיין פאול צווישען דעם אטורני דזענעראל קעגן טעסטער. אין 2022 האבן אלע רעפובליקאנער אויפן טיקעט באקומען צווישען 53 ביז 56% חוץ דער אטורני דזשענעראל וואס האט באקומען 59%, וואס דאס מאכט אים די שטערקסטע קאנדידאט. דער אטורני דזשענעראל האט געזאגט אז ער קלערט פון לויפן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”