ר' יום טוב האט געשריבן:ערגעץ האב איך געזען אז די גאנצע רעדע פון סיטי ווערסעס רורעל איז ארום א פראצענט אראפ און ארויף, נאר די מידיא נעמט דאס נעקסט לעוועל.
אזוי אויך ווען איך האב געוואלט זוכן די פשוט'ע פאפולעישאן וואוקס רעזולטאטן פאר אלע געגנטער איז עס נישט געווען צום געפינען אין קיין שום נייעס באריכט. אלעס איז געווען פארנומען פייערן די זיג אז אמעריקע איז געווארן מער ראסע דייווערסיפייד, און מער אורבען.
עס האט מיך גענומען 15 צומישטע מינוטן ביז איך האב געטראפן ערגעץ די פארשטופטע לינק אויפן צענזוס זייטל, פארשטייט זיך נאכן האלטן אין איין אריינבאמפן אין די העדליין, וואס האט פאר סאם ריעזען עפעס א אומבאהאלטענע פרייד ביים מעלדן די היילייט'ס.
וואס מיינט "ארום א פראצענט אראפ און ארויף?"
שיקאגאו (אויב רעכטס) וואס איז דירעקט שוואך געוואקסן (1.9%) איז מיט פופצן ביז צוואנציג פראצענט שטערקער ווי ווייניגסטנס צען דיסטריקטס און ארום צען פראצענט שטערקער ווי צענדליגע אנדערע רורעל דיסטריקטס.
פילאדעלפיע קאונטיס (אונטן רעכטס) זענען געוואקסן מיט בערך 5% אין דורכשניט בשעת אסאך קאונטיס זענען געשרינקן מיט זעקס, אכט און צען פראצענט.
אין ניו יארק סיטי איז ברוקלין געוואקסן מיט כמעט צען פראצענט, קווינס אכט, מאנהעטן זיבן און בראנקס און סטעטן איילענד בערך זעקס פראצענט און לאנג איילענד און די סובארבס ארום די סיטי זענען אויך שטארק געוואקסן. איך האב נישט געטראפן די פונקטליכע פראצענט פון די רורעל קאונטיס אין אפסטעיט אבער פילע פילע זענען געשרינקן, פילע זענען שטארק אראפ.
Brooklyn: 2.7 million (+9.2%)
The Bronx: 1.5 million (+6.3%)
Manhattan: 1.7 million (+6.8%)
Queens: 2.4 million (+7.8%)
Staten Island: 496,000 (+5.8%)
City total: 8.8 million (+7.7%)
טעקסאס, ווירדזשיניע, נארט קאראליינע, סאוט קאראליינע, דזשארדזשיע, אהייאו, אינדיענע, ארקענסאו, אלאבאמע און נאך, האבן נאך גרעסערע פראצענט חילוקים צווישן סטעיט און רורעל.