קודם, וואס איך האב געטראפן אינעם ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021 אשכול:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
אפשר נישט פאר דעם אשכול, אבער נאך נישט געטראפן א מער פאסיגע.
דיבלאזיא קען נישט נאכאמאל לויפן פאר מעיאר.
גאווערנאר קאומא זאגט ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג 2 יאר ארום. למעשה האט ער שטילערהייט געוואלט לויפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ, אבער נישט קעגן ביידען. יעצט אויב ביידען פארלירט צו טראמפ, איז קאומא 99 פראצענט זיכער צו לויפן 4 יאר ארום, וואס מיינט אז אין אזא פאל וועט ער לכאורה נישט לויפן פאר נאך א טערמין אין אלבאני (הגם טעכניש קען ער עס באווייזן, אבער שווער צו זאגן אז ער לויפט מיט'ן חשבון אנצוהויבן פרעזידענט קאמפיין גלייך נאך די איינשווערונגס צערעמאניע).
ממילא, אויב טראמפ געווינט האב איך א שמעק אז דיבלאזיא לויפט פאר גאווערנאר. ער האט נישט די בעסטע שאנסן, ווייל די סטעיט גייט נישט אזוי לינק ווי די סיטי, אבער אין די יעצטיגע אומשטענדן קען מען נישט וויסן, און קען זיין אז וועגן דעם איז ער לעצטנס מער און מער אויף יענע מיני פאליטיק וכו' ווייל ער וויל זיי האבן פאר א סופער-סאליד 90 פראצענט בלאק-וואוט ביים מעגליכן גאווערנאר קאמפיין, גענוג עס זאל איבערוועגן די קאנסערוואטיווען פון אפסטעיט.
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'איז זייער מעגליך אז דאס איז זיין פלאן.
אבער סוף כל סוף גייט ער נישט קענען געווינען קיין פריימערי אין די סטעיט אפי' מיט 100 פראצענט עי-או-סי שטיצער, וואס איז די איינציגסטע זאך וואס ער פארמאגט לכאורה.
איך רעד שוין נישט פון די סיטי וואס ער פארלירט מיט 70 פראצענט, און די סיטי איז די מערסטע סאציאליסטיש פון די גאנצע סטעיט. ממילא געב איך אים נול שאנסן פאר די 2022 רעיס. אפשר פאר 2027, ווען מ'וועט שוין האבן פארגעסן, און מ'וועט מיינען אז די אנדערע קאנדידאטן זענען שוין ערגער פון אים...
@בס"ד
בבקשה האט געשריבן:איך גלייב אז קאומאו גייט סייווי נאכאמאל לויפן פאר גאווערנער, ווי זאגט מען אין ענגליש a bird in the hand is worth two in the bush.